בלאט 1 פון 1
אין ליכט פין מלכי קליין - חינוך הבנות
נשלח: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 8:27 am
דורך אישתישבי
א קורצע איבערבליק
א מיידעל מיט לערנען דיסעביליטי - שוואכע קאפ, האט לעצטענס אויסגעהויכט איר נשמה, נאכדעם וואס זי האט איינגענומען דראגס, וואס די דראגס זענען געוועהן שעדליך וואס האט ל"ע געהארגט נאך דריי היימישע מיידלעך (אגב, פין זיי רעדט מען עפעס נישט).
איר טאטע איז ארויס אויף די אפען, און באשולדיגט אונזער חינוך סיסטעם דירעקט, אנגעהויבן מיט דעם אז מען האט זי ביי די צוועלעף ארויסגעשליידערט פין סקול, פשוט פארדעם ווייל זי האט נישט געקענט מיטהאלטן די לימודים. פין דארט איז אלעס געגאנגען בארג אראפ, זיי האט דריי חדשים נישט געהאט קיין סקול, און דערנאך געגאנגען אין א ספעשעל סקול (עפעס אזוי) און די רעשט איז היסטאריע.
מען קען צוטיילען די מעשה אין אסאך פרטים פין עוולות און פעלערען פין פארשידענע יחידים, ווי אויך פארשידענע מוסדות מחנכים און טיטשערס, איך וויל מיך נאר אנגעבען מיט איין פרט פין די מעשה וואס לדעתי ווערט נישט גענוג ארויסגעברענגט.
חינוך הבנות אין אידישקייט
ווי באקאנט, איז ביז די ערשטע מלחמה בכלל נישט געווען איינגעפירט צו לערנען מיט מיידלעך בכלל, כלומר, סיי ביי אידען, סיי ביי גוים, זענען פרויען געוועהן צווייטע קלאס, און א פרוי האט לאו דווקא געקענט עברי, ליינען אדער שרייבן, אמת, אסאך מענער אויך נישט, אבער ביי אידען ווי עברי איז געווען א נחלת הכלל, זענען פרויען נישט געווען אין דעם כלל אויך נישט. ווער רעדט חומרש"י וכו'.
ווען די ממשלה האט אנגעהויבן אינפארסירן אז מען מוז גיין אין די שקאלעס, האבען צוביסלעך אידען אנגעהויבן איינזעהן אז טאמער וועט מען זיי נישט לערנען אידישקייט, וועלען זיי ווערען גוים גמורים, האט מען משנה געוועהן די הלכה, א גמרא מפורשת, און אנגעהויבן לערנען מיט מיידלעך תורה. אגב,דאס איז לכאורה די לעצטע גרעסטע שינוי אין די תורה וואס אידען האבען געטוישט, וואס א דיון אויף דעם איז ווערט אן אייגענע אשכול.
פין לערנען מיט די מיידלעך די נויטיגע תורה, ביז ארויפצווינגן אויף די מיידלעך שווערע בחינות און חומש רש"י איז א ווייטע וועג. וואס גייט היינט פאר אין די מוסדות איז א בפירושע עבירה, און קעגען די דרך התורה. לערנען מיט די מיידלעך די חוקי התורה וואס איז זיי נוגע, מיט אביסעל פרד"ס עס צומאכען אינטרעסאנט, נו, פארשטייט מען, אבער פין דארט ביז ארויפצווינגן חומרש"י וואס זיי לערנען אויף א גאר שטארקע אקאדעמישע מדריגה, נאך מער ווי די אינגלעך, איז גאר א אנדערע מעשה.
דער סיבה איז פשוט, להשביח מקחם פין די שקאלעס, נישט לטובת די מיידלעך, נישט לטובת די עלטערן, נישט לטובת אידישקייט, און נישט לטובת דער רבש"ע, נאר להנאת עצמם עורם ובשרם ומשפחתם.
וואס האט א מיידעל פין דעם אז זי קען גאנץ חומש מיט רש"י און רמב'ן? זי האט אפילו נישט קיין מצוה!!
און להוסיף חטא על פשע, גייט א מנהלת און טוט ארויסשטעלן א מיידל פין איין טאג אויף די אנדערע, נאר פארדעם ווייל זי קען נישט מיטהאלטן דער חומש רש"י וואס איז א עבירה פאר זיי צו לערנען אין ערשטע פלאץ.
דאס איז מיין שטיקעל פליפזאפיע אין דער ענין.
מען קען אויך דן זיין דער לימוד ביי דער אינגלעך אויף דער נוסח, אבער לכאורה ביי אינגלעך איז עס נישט אזוי שלעכט. כ'האב נאך נישט געהערט אז מען ווארפט ארויס א בחור ווייל ער קען נישט די גמרא.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 8:57 am
דורך אביסעל שכל
מלכי קליין אין אזוי נאך אנדערע האט נישט געקענט מיטהאלטן לימודי חול
נשלח: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 10:24 am
דורך קורקלענד
איך האב פארשטאנען פון מערערע מנהלת'ר און מחנכים אז די סיבה פארוואס מען צווינגט ארויף אזויפיל איז צו באשעפטיגן די מיידלעך. זיי טענה'ן אז אין די היינטיגע דור איז זייער וויכטיג צו האלטן די מיידלעך ערנסט באשעפטיקט, און אן די פרעשור וואלטן זיי ליבערשט געווען ביזי מיט אנדערע זאכן וואס ברענגען נישט קיין גוטס.
איך בין נישט אינגאנצן מיט זיי אבער איך קען הערן זייער צד.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 10:41 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב נישט קיין ערפארונג אין דעם, מיין ערשטע טאכטער גייט יעצט אין סקול, אבער איך מיין אז [tag]אישתישבי[/tag] איז נאר אביסל גערעכט.
א. מיידלעך לערנען איז יא דא שכר, אבער נישט ווי מענער, כמבואר ברמב"ם ועוד. נאר די חכמים האבען מוותר געווען דערויף צוליעב די סכנה פון דעתן קלות.
ב. די סבה פאר ווייבער'ס לערנען איז נישט נאר ווייל מ'דארף עפעס טוהן. למעשה, אין א סאפיסטיקירטע וועלט, וועלען מיידלעך איינזע'ען אז חכמה איז נאר ביי גוים, טאמער מ'ווייזט זיי נישט וואס תורה פארמאגט. די היתר זיי צו לערנען תורה האט זיך גארנישט געטוישט, אלצדינג וואס פעלט אויס פאר זייער אידישקייט איז מותר פאר זיי צו לערנען. ווען ס'פעלט אויס א פארשטאנד אין די עבר און אמונה פון אידישקייט, איז עס נישט אנדערש ווי צאנה וראנה וכדו'.
ג. אפשר וואלט מען געקענט אריינטראכטען וויאזוי צו דערגייען דער ריוח אויפ'ן בעסטען אופן, אפשר איז חומרש"י רמב"ן נישט דער וועג און הלכה איז בעסער, וכדו'. און דאס איז טאקע מסתמא צוליעב דעם ווייל די לערערינ'ס קענען נאר די חלק פון תורה, נישט פאר עפעס א סבה וואס די מיידלאך האבען עפעס דערפון.
ד. מיין ווייב זאגט מיר אז יעצט אין די זומער איז עס קענטיג די פארשידענע סארט מיידלעך. די וואס גייען אין די 'פרומערע' שולעס, ווי מ'פארלייגט זיך מער אויף צניעות און ווייניגער אויף , גייען די מיידלעך ארום אין א פיהל ווייניגער צניעות'דיגע אופן ווי די פון די מער אינטעלעקטואלע שולעס. איך האב געטענה'ט דער סבה דערצו איז ווייל די 'פרומערע' שולעס האבען מיידלכך מער אומוויסענד און זיי כאפען אליינס נישט אז ווען זיי לאכען הויך אין גאס, שפרינגען און זינגען, איז עס צוליעב דעם אז זיי כאפען נישט, זיי זענען נאך קינדער. די מער אינטעלעקטואלע מוסדות האבען מער ערוואקסענע סארט מיידלעך וואס ווייסען שוין אביסל כלה למה נכנסת לחופה, און דעריבער האלטען זייער צניעות מער באשיידען. איך ווייס נישט און זי ווייסט נישט, אבער אזוי טענה'ט זי עכ"פ. וואס איך מיין צו זאגען איז אז למעשה דארפען זיי אנפיהלען זייער קעפ מיט עפעס זאכליך, און ווען ס'איז נישט קיין דברי חכמה, וועלען זיי זיין גשמיות יאגערס און זיי וועלען נישט זיין גרייט צו קיין דערהויבענע לעבען. פוק חזי, וועלכע מיידלאך זענען מער גרייט אוועק צו געבען זייער גשמיות? די וואס קומען פון בית רחל אין ווסמב"ג, אדער די וואס גייען צו בית יעקב אין לעיקוואד? ווער האט טייערע קליידער, ציהרונג, מעבעל א.א.וו.? דאס איז נישט פונקט, דאס איז ווייל מ'האט זיי אזוי אויסגעלערנט צו שעצען די חיי הרוח, און ווען דאס מיינט ארבעטען אז דער מאן זאל קענען לערנען אין כולל, זענען זיי גרייט, און ווען ס'מיינט לעבען מער באשיידען כדי דער מאן זאל נישט דארפען ארבעטען מער ווי אויף א חיונה, זענען זיי אויך גרייט. (איך מיין נישט אז ס'מוז זיין אזוי, אבער דער כלל איז אין יענער ריכטונג).
ה. ווען די שאלה איז מיר געווען נייטיג, האב איך געפרעגט מיין רבי'ן זז"ג און ער האט מיר געזאגט אזוי "ביי א מיידעל, בלייבט דער לערנען אייביג א פרעמד חלק פון לעבען, ס'גייט נישט אריין אין זיי. והא ראיה, ביי אינגלעך ביים ריסעס, וועסטו אפט זע'ען ווי קינדער רעדען אין לערנען אויף זייערע אופן, זיי וועלען עפעס צושטעלען וכדו'. ביי מיידלעך פאסירט עס קיינמאל נישט. זיי שמועסען אויפ'ן טלפון אבער קיינמאל נישט וועגען זייער לערנען אחוץ ווען זיי דארפען. דעריבער איז נישט דא קיין סבה צו זוכען א מער פארגעשריטענע אקאדעמישע שולע". ער האט עפעס געזאגט פון זיין רבי הרב שך אויף דער טעמע ווען ס'איז געווען נוגע צו זיין טעכטער. עכ"פ אזוי האט ער מיר געזאגט. איך האב למעשה געשיקט צו די 'נישט אזוי אקאדעמישע פארגעשריטענע' שולע, נישט צוליעב זיין טעמים, און נישט בשיטה, נאר פאר פערזענליכע סבות אין וואס איך קען נישט אריינגייען. פארשטייט זיך, אז דאס איז אלץ נישט קיין עקסטרעמע החלטה געווען, ביידער לערנען וועגען צניעות און ביידער לערנען חומש רש"י און רמב"ן אין עברית, אבער פון די קליינער חילוק צווישען זיי, האב איך אויסגעוויילט די 'שוואכערע', פאר מיין סבות.
Re: אין ליכט פין מלכי קליין - חינוך הבנות
נשלח: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 1:33 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
@ליטוואק, לייגסט עס זייער גוט אראפ, און כ'אגרי מיט דיר מיט כמעט אלע נקודות וואס דו ברענגסט ארויס.
כ'וויל נאר מוסיף זיין, אז איך האב גראדע יא געשיקט מיינע מיידלעך און סקולס ווי מ'לערנט ווי מער סיי למודי קודש און סיי למודי חול, משום כמה סיבות,
איינס ווייל דע סקולס וואס לערנען חומש רש"י, געווענליך לערנען זיי אנדערע זאכן אויך ווי למשל תנ"ך, וואס דאס איז וויכטיג פאר א יעדע איד צו לערנען כאטשיג צו וויסן די אייגענע היסטאריע פון וואו קומען אינז ווער זענען אינז און וואס גאט פארלאנגט פון אינז פינקט וואו ס'וויכטיג צו לערנען לאנדס היסטאריע אין פאבליק סקול, אבער ביי אינז אידן איז די האסטאריע מוסר און אנווייזונגען פארן לעבן. און געווענליך דע סקולס וואס לערנען נישט קיין חומש רש"י, נעמען געווענליך אפאר בחינות פון תנ"ך און געגאנגן ווייטער, איך כאפ נאר אן איין אבער וויכטיגע נקודה, אבער ס'דא אסאך לימודים וואס זענען באמת וויכטיג, וואס די מוסדות האבן נישט אפגעטיילט, נאר ווילן כאפן אלעס, ווי למשל מיינע טעכטער האבען אויך געדארפט פארשטיין שפתי חכמים וואס לפענ"ד איז עס סטופיד! מ'דארף וויסען ווי איין און ווי אויס.
והשנית געווענליך פון די סקולס וואס מ'לערנט אסאך און גוט, סיי ענגליש און סיי לימודי קודש איז דע מיידלעך וואס קומען ארויס פון דארט קענען גיין ווייטער און לערנען עפעס וואס זאל צוניץ קומען פאר שפעטער, און כ'רעד נישט יעצט פון דע נייע סטיל אז דע ווייבל ארבעט און דער מאן זיצט אויפן ... אין כוללט, גראדע בין איך נישט קיין חסיד דערפון, אין מיין כתובה שטייט נישט אזוי, און כ'האב גראדע געזען אנדערע כתובות שטייט אויכט די זעלבע, קען זיין אז די לעיקוואדע כתובות האבן אנאנדערע נוסח ווייס איך נישט.
אבער עכ"פ היינט צו טאג מיט גרויסע אויסגאבע גרויסע משפחות מיט אפילו נישט קיין טייערע לעבן, קען מען ניצן נאך א אינקאם און אסאך פרויען זענען מסכים צו ארבייטן אפילו נישט א גאנצען טאג אפילו נאר א האלבע טאג אדער דריי מאל א וואך וכדומה, און אויב האט מען א גוטע עדוקעישאן מיט א דעגרי קען מען מאגן שיין געלט.
און די גרעסטע בראך איז אז די מיידלעך קומען ארויס פון סקול וויסענדיג זייער אסאך פון למודי קודש ביז חול, און א גוטן ענגליש, און אפילו עברית, וואסי היינט צו טאג א וויכטיגע שפראך, אסאך פארן אויף ארץ ישראל נאכן חתונה, און די אינגלעך קומען ארויס נישט קיין תורה און נישט קיין חכמה, קענען קוים ספעלן דעם נאמען, קומען אן אייביג די אויבער חכמים און האבן טענות אז ס'נישט קיין יושר אז די מיידלעך זענען אזוי פארגעשריטן און די אינגלעך קוקן אויס ווי אימיגראנטן פון דריטע וועלט לענדער, און וועגן דעם זאל מען צוריק האלטן פון די מיידלעך געוויסע לימודים, פעץ!!! לערן מיט די אינגלעך אויך וועסטו האבן אן עם נבון וחכם,
נשלח: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 2:12 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
א. ייש"כ פאר די ווארעמע רייד. דאס ביסטו גערעכט אז לערנען איז א קענטעניס, א סקיל, וואס פון דעם קען מען אסאך נוץ האבען, אפילו ווען די וויסענשאפטען וואס מ'לערנט זענען נישט נייטיג. צו קענען דערהייבען נייע זאכען, נייע לעבענסשטייגערס און נייע גאנגען איז אייביג גוט, און ס'גיבט צו צו שלום בית וכדו', אז מ'שרעקט זיך נישט ווען ער צו זיין משפחה זענען עטוואס אנדערש.
ב. דער כולל ביזנעס איז נישט ממש נוגע, אבער די פרוי וואס איז גרייט מוותר זיין אויף איהר רעכטען כדי דער מאן זאל אוועק געבען זיין לעבען צום לערנען איז זיכער א העלד און א מעלה. די שאלה איז נאר אויף די כלל, צו אויף דער וואס פאדערט עס פון אנדערע וכדו'. דאס איז אלץ געווען א מנהג ביי אידען בעלי מדרגה אז די פרוי האט מסכים געווען צו אזא לעבען. דאס איז נישט קיין נייעם ערשיינונג, נאר דאס אז ס'טוט זיך בסיטונאות איז דער חידוש.
ג. אין כתובה שטייט ואנא אפלח, דאס דארף מיינען איך וועל ארבעטען. למעשה אבער, איז עס א מחלוקת ראשונים צו מ'דארף ארבעטען צו נישט, און דער רמ"א פסקנ'ט אז מ'דארף יא ארבעטען, אבער דער גר"א דארט אויפ'ן פלאץ דינגט זיך. די נוהגים כמנהג הגר"א פיהרען זיך טאקע אזוי.
ד. איינער וואס שעצט נישט די וויסענשאפטען וואס א בחור לערנט אין ישיבה, קוקט איהם אן ווי אן אומוויסענדע. איינער וואס פארשטייט אז סעפעלען די נאמען איז שיין, אבער א תוספות אין ב"ק איז גאר א וויגטיגע זאך צו קענען, קוקט איהם נישט אן אזוי נידעריג.
Re: אין ליכט פין מלכי קליין - חינוך הבנות
נשלח: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 2:35 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
"ד. איינער וואס שעצט נישט די וויסענשאפטען וואס א בחור לערנט אין ישיבה, קוקט איהם אן ווי אן אומוויסענדע. איינער וואס פארשטייט אז סעפעלען די נאמען איז שיין, אבער א תוספות אין ב"ק איז גאר א וויגטיגע זאך צו קענען, קוקט איהם נישט אן אזוי נידעריג."
@ליטוואק; ס'בכלל נישט קיין סתירה, צו קענען גוט ענגליש און אין די זעלבע צייט צו קענען גוט לימודי קודש, אדרבה כ'קען דיר אנצייגן אויף היפש וואס האבן ביידע אין זיך, עכ"פ ס'זייער גוט צו קענען א תוס' אין בבא קמא אבער ס'איז אסאך וויכטיגער צו פירן א "פראקטישן" לעבן פון יגיעת שניהם ווייל דער וואס קען טאקע בעסער אפלערנן דעם תוס' אהנעם קענען ספעלן זיין נאמען מיינט נאך נישט אז לכבוד דעם איז ער משכחת עוון, און אוודאי רעד איך יעצט פונעם רוב נישט פון די יחידי סגולה
נשלח: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 2:40 pm
דורך diff
נישט צו פארגעסן די העלדישקייט פון דע גוווערמענט אויסצוהאלטן דע משפחות
Re: אין ליכט פין מלכי קליין - חינוך הבנות
נשלח: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 4:18 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
טאמער תוס׳ אין ב"ק איז נאר ׳זייער גוט׳, און ענגליש שרייבען איז א סאך וויכטיגער, האב איך נישט וואס צו זאגען.
דער פאנאוויעזשער רב זצ"ל איז אמאל געווען אויף א באן, און נישט קענענדיגע ליינען דער רוסישע שפראך (דעמאלס) האט ער פארפאסט זיין סטאנציע. ער איז אראפ אויף די אומריכטיגע סטאנציע און דארט האבען קיין אידען נישט געוואוינט. די גוים האבען איהם אנגעכאפט און צומקל׳ט. דערנאך ווען ער איז געווען ביין זיין רבי׳ן דער ח"ח זי"ע, האט ער מעורר געווען אז אפשר וואלט יא כדאי געווען ווען מ׳קען אביסל גאס שפראך. האט דער ח"ח געזאגט "יא, אוודאי דארף מען קענען גאס שפראך. מ׳דארף אויך קענען ש"ס בבלי ירושלמי, ספרא ספרי תוספתא, רמב"ם טור שו"ע און תשובה ספרים".
דער מכוון איז, אז מ׳דארף א סדר פון פריאריטעטען. קענען ש"ס דארף צו זיין העכער פון אלעם.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 4:24 pm
דורך diff
קעיס קלוזד. וואס דער ח"ח האט געזאגט אידאך מסורה. ביי ענקערע זאכן זענטעץ די זעלבע סיקריקים
נשלח: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 4:28 pm
דורך שמעקעדיג
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:פוק חזי, וועלכע מיידלאך זענען מער גרייט אוועק צו געבען זייער גשמיות? די וואס קומען פון בית רחל אין ווסמב"ג, אדער די וואס גייען צו בית יעקב אין לעיקוואד? ווער האט טייערע קליידער, ציהרונג, מעבעל א.א.וו.? דאס איז נישט פונקט, דאס איז ווייל מ'האט זיי אזוי אויסגעלערנט צו שעצען די חיי הרוח, און ווען דאס מיינט ארבעטען אז דער מאן זאל קענען לערנען אין כולל, זענען זיי גרייט, און ווען ס'מיינט לעבען מער באשיידען כדי דער מאן זאל נישט דארפען ארבעטען מער ווי אויף א חיונה, זענען זיי אויך גרייט.
איך אגריע מיט דיין מיינונג, אבער דער פאראגראף איז נישט ריכטיג לענ"ד, דאס שעצן תורה און מוותר זיין אויף גשמיות האט גאנץ ווייניג מיט די סקול צו טון, עס האט מיט די חינוך/מהלך החיים אינדערהיים, וואס מען זעהט ביי די עלטערן, חברט'עס, שכנים, וכו'. עס איז דער חילוק אין קולטור צווישן ברוקלין אין לעיקוואד.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 4:34 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
גערעכט, אבער ס'איז א פעקעדזש דיעל. מ'האט געבויט א חינוך סיסטעם מיט אזא סארט ציל, און דאס שטימט מיט די אנדערע חלקים דערפון.
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 19, 2017 9:48 pm
דורך אישתישבי
אין לעיקוואד ספענדעד מען אסאך מער אויף א שייטעל ווי אין וויליאמסבורג.
בעיקר הענין, אויב איז דער מעשה געוועהן מחמת לימודי חול, איז טאקע די עבירה אנדערש, ווייל א מיידל וואס קען נישט קיין לימודי חול קומט נישט ארויס צו ווארפען און ווערען א מיידל פין די גאס ווייל זי קען נישט די ענגליש. קל וחומר ווען די סיבה איז לימודי קודש.
צו זאגען אז די לימודי קודש זענען אלץ וויכטיג נאר כדי צו וויסן פאר די מיידלעך אז עס איז דא חכמה ביי די תורה אויך, וואלט מען געברויכט לערנען מיט זיי קצות און נתיבות אויך.
Re: אין ליכט פין מלכי קליין - חינוך הבנות
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 19, 2017 9:58 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
לדעתי, ביסטו גערעכט. מ׳וואלט אפשר געקענט לערנען קצות נתיבות מיט זיי. נאר דארט איז דא א סכנה פון דעתן קלות ומוציאות דברי תורה לדברי הבאי. מ׳דארף אלץ נעמען אין חשבון.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 19, 2017 11:05 pm
דורך אישתישבי
און דער חשש איז נאר דא ביי קצות און נתיבות, נישט ביי חומרש"י רמב"ן און משך חכמה?
דער אמת איז אז דער קארוריולים ביי מיידלעך איז בעסער ווי ביי די אינגלעך, אבער דאס איז א שמועס בפני עצמו. דער שאלה דא איז פארוואס איז אזוי וויכטיג דאס לערנען לימודי קודש ביי די מיידלעך אז מען ברויך מקריב זיין מלכי קליין'ס אויף דער מזבח.
Re: אין ליכט פין מלכי קליין - חינוך הבנות
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 19, 2017 11:18 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
גייסט ארום און ארום. דו האסט אנגעהויבען אז קיינער דארף נישט דער קוריקולום פון די מיידעל שולעס. האט מען דיר מסביר געווען פארוואס יא. יעצט זאגסטואז מלכי קליין׳ס לעבען איז וויכטיגער. גוט, אבער דאס דארף מען ווידער דן זיין לויט די נויטען פון גאנץ כלל ישראל, נישט נאר איין אויסנאמליכע מיידעל. נישט אז מ׳קען איהר נישט צופרידען שטעלען אויך, מ׳קען טרעפען א לעזונג פאר אן אויסנאם אויך.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: זונטאג אוגוסט 20, 2017 1:38 am
דורך אישתישבי
האסט גארנישט מסביר געווען.
מען דארף עס נישט. און אפילו לשיטתך איז עס נישט ווערט אז צוליב דעם זאל זיין קרבנות.
נשלח: זונטאג אוגוסט 20, 2017 1:56 am
דורך diff
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:טאמער תוס׳ אין ב"ק איז נאר ׳זייער גוט׳, און ענגליש שרייבען איז א סאך וויכטיגער, האב איך נישט וואס צו זאגען.
דער פאנאוויעזשער רב זצ"ל איז אמאל געווען אויף א באן, און נישט קענענדיגע ליינען דער רוסישע שפראך (דעמאלס) האט ער פארפאסט זיין סטאנציע. ער איז אראפ אויף די אומריכטיגע סטאנציע און דארט האבען קיין אידען נישט געוואוינט. די גוים האבען איהם אנגעכאפט און צומקל׳ט. דערנאך ווען ער איז געווען ביין זיין רבי׳ן דער ח"ח זי"ע, האט ער מעורר געווען אז אפשר וואלט יא כדאי געווען ווען מ׳קען אביסל גאס שפראך. האט דער ח"ח געזאגט "יא, אוודאי דארף מען קענען גאס שפראך. מ׳דארף אויך קענען ש"ס בבלי ירושלמי, ספרא ספרי תוספתא, רמב"ם טור שו"ע און תשובה ספרים".
דער מכוון איז, אז מ׳דארף א סדר פון פריאריטעטען. קענען ש"ס דארף צו זיין העכער פון אלעם.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
קוק וואס איז געווארן פון ליטע
Re: אין ליכט פין מלכי קליין - חינוך הבנות
נשלח: זונטאג אוגוסט 20, 2017 3:32 pm
דורך או אינו
שלום עליכם חברים, נקוט האי כללי בידך ווי ברייטער די בריק אלס ווייניגער קינדער וועלן אראפפאלן. @אישתישבי הייבסט אן" א מיידעלע מיט דיסעביליטי". די ווארט דיסעביליטי איז רעלאטיוו and in most cases children are disabled because their is a poor curriculum. למעשה אין סיי וועלכע אומשטאנדען ווען אינזערע מחנכים וואלטן געהאט דאס אביסעלע awareness וואלט א מלכי קליין פרשה נישט פאסירט. אין רוב פעללער ווערט א טיטשער בייז ווייל זיי האבן מורא from an opponent. די מינוט זיי וועלן פארשטיין אז זייערס א תלמיד/תלמידה איז א קינד וואס האט א different learning curve איז דער טיטשער רואיגער אין אויב קער ער נישט הענדלען וועט ער זיכן הילף. געדענקט די געזעץ אין NYS פארלאנגט אז יעדעס קינד מיז האבן ציטריט צי פולע לערנונגס אין אקאדעמיע. ממילא הילף דארף אין רוב פעללער נישט קאסטן קיין געלט פאר עלטערן אדער מוסדות. נאך א וויכטיגע זאך ספעציעל פאר די חסידים ווען איר זאלט ספאנסארן טייל קאסטן פאר אינגעלייט צי ווערן פראפעשינעלס וואלט דאס אסאך געהאלפן. You are lacking help from within your own culture so automatically a lot of parents are refusing help with the push back of exposing a child to פרעמדע השקפה
Sent from my Pixel XL using Tapatalk
נשלח: זונטאג אוגוסט 20, 2017 5:52 pm
דורך [NAMELESS]
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:גערעכט, אבער ס'איז א פעקעדזש דיעל. מ'האט געבויט א חינוך סיסטעם מיט אזא סארט ציל, און דאס שטימט מיט די אנדערע חלקים דערפון.
נישט ריכטיג, די איינציגסטע חילוק ציווישן בית יעקב און בית רחל איז אז אין בית רחל פרעדיגט מען נישט אזוי שטארק די מעלה פון א מאן א בן תורה אויף דעם אופן פון בית יעקב, פשוט דערפאר ווייל רוב פון זיי וועלן נישט חתונה האבן מיט אזאנס. דער חלק פון מותרות ווערט גארנישט אנדערש געפרעדיגט, און ווי שמעקעדיג האט געזאגט, די נפק"מ איז לגמרי די שטובער.
נשלח: זונטאג אוגוסט 20, 2017 6:21 pm
דורך diff
ריכטיג האט געשריבן:די איינציגסטע חילוק ציווישן בית יעקב און בית רחל איז אז אין בית רחל פרעדיגט מען נישט אזוי שטארק די מעלה פון א מאן א בן תורה
ווייל זיי דארפן דאך האבן א אייגענע כמו מדינה
נשלח: זונטאג אוגוסט 20, 2017 7:42 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מיט אן אייגענע כמו שפראך, פרעג דיפף וויאזוי מ'מאכט אן אייגענע.