[justify]מ׳קען עס נישט דעסקרייבן פאר איינעם וואס האט עס נישט געזעהן איז א אויסדריק וואס מ׳הערט אפט, און ווערט ברייט באנוצט אויף אומריכטיגע פלעצער, דא האב איך די ערשטע מאל מיטגעהאלטן אזא סארט סצענע וואס קען אנגערופן ווערן אויב זעהט מען נישט מיט די אויגן קען מען עס נישט פארשטיין. פון אלע ווידיאוס וואס איך האב געזעהן בעפאר האב איך מיר נישט געחלומט אויף אזא מראה
איבער א שעה בעפאר האט די זון אנגעהויבן צו פארלירן איר שלימות, מ׳קעהן זעהן וויאזוי וואס א מינוט ס׳גייט דורך ווערט די זון מער און מער קלענער, בעסיקלי זעהט מען א חודש מחזור פון די לבנה אין צוויי שעה
אינצווישן ווערט טונקעלער און טונקעלער און דער זון ווערט קלענער און קלענער ביז ס׳ווערט אויס, דאס ווערן אויס קען געזעהן ווערן מיט די ספעציעלע ברילל׳ן, די גאנצע ארום איז אפגעשטעלט, קאר׳ן פארן נישט, מענטשן וואקן נישט, אלעס קוקט צום הימל. דאן פלוצים צינדט זיך אן ווי א מאשין די נויז פון די נאכט היישעריק/קריקעטס, פון איין סעקונדע צום צווייטן הערט זיך א מאסיווע נויז פון די ארום.
ביי די צייט פון טאטעל עקליפס האט זיך באוויזן א הערליכער רינג וואס האט ארויסגעשיינט פון ארום, (קאראנע) די שיינקייט דערפון איז אומבאשרייבליך, די לעבעדיגע קאליר קען נישט ווערן איבערגעגעבן.
מענטשן הייבן אן שאלן און מאכן קולות, די עקסייטמענט איז עפעס גאר גרויס, מ׳קען הערן מענטשן מאכן קולות פון מיילן ווייט, אוטומאטישע נאכט לעקטער צינדן זיך אן און די גאנצע ארום איז טונקל
דארט ווי איך האב מיטגעהאלטן איז נישט געווען פארוואלקענט מילא אונטען אויף די ערד איז געווען טונקל, אויבן אויפן הימל איז יא געווען ליכטיגער, פון די זון וואס האט ארויסגעשיינט פון די זייטן, אין אנדערע פלעצער למשל אין מיזורי (לויט ווי איך האב געהערט פון א חבר) איז געווען פארוואלקענט מילא איז יא געווארן גענצליך טונקל,
נאך צוויי מינוט הייבט די זון אן ארויסקומען, די ערשטע רגע קוקט דאס אויס ווי א דיימאנד רינג, א דינע שטריך ארום איז שטארק באלאכטן, און א פינטל ביים עק וואס ווערט פארמירט דורך דעם וואס די זון הייבט זיך אן באווייזן און שיינט גאר שטארק, עפעס א מין ליכטיגקייט וואס איך האב נאך נישט געזעהן, און דאן ווערט צוריק ליכטיג
דערמיט ענדיגט זיך א געשיכטע וואס האט געהאלטן געשפאנט טויזענטער אמעריקאנע, האטעלס איבער א שעה אוועק פון די סיטיס ווי סאיז געווען א טאטעל עקליפס איז געווען אויספארקויפט, כמעט צוויי שעה אוועק איז אויך געווען אויספארקויפט די נארמאלע האטעלן, די צוויי סטאר האטעלן האבן געבעטן ביז ניין הונדערט דאללער, איבעראל זענען מענטשן געשלאפן אין קארס, ביי יעדע פארקינג לאט, רעסט עריע זענען געווען פול רוב פארקינג פלעצער מיט פולע משפחות שלאפענדיג
די טרעפיק איז געווען א דיזעסטער, יעדע פארק איז געווען פארפלייצט מיט מענטשן. און וועלעכער געשעפט מ׳איז נאר אריין איז געווען ליינס פון מענטשן, און די ווינקלן איז געזעהן געווארן פולע אידן מיט טלית ותפילין. זיבן אזייגער צופרי איז שוין די גאסן געווען פיל מיט כל ערליי עקוויפמענט, דער עולם האט אנגעשפיצט די מאשינערי, און ליטעלי געזיצן אויפן גאס ביז צוויי אזייגער.
#מה רבו מעשיך ה׳[/justify]
נשלח: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 9:46 pm
דורך איסר האטלקי
שלום שטיסל האט געשריבן: אבער עפעס א קאליר וואס מקען נישט אראפלייגן, א אינטערסאנטער דעיטיים לייט באלייכט די ארום.
און א פינטל ביים עק וואס ווערט פארמירט דורך דעם וואס די זון הייבט זיך אן באווייזן און שיינט גאר שטארק, עפעס א מין ליכטיגקייט וואס איך האב נאך נישט געזעהן, און דאן ווערט צוריק ליכטיג
איך האב אן ערנסטער חשש אז די סארט אומגעווענליכע/אומבאשרייבליכע ליכטיגקייטן קען מען זען יעדן פארטאגס ווען די זון שיינט אויף אויך אין ניו יארק סיטי ובכל ארץ ותבל. נאר מיר זענען נישט זוכה דערצו, זייענדיג אונטערן לקוי חמה וואס איז באדעקט מיט אונזערע דאכענעס...
נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 3:20 am
דורך וואלווי
איסר האטלקי האט געשריבן:
שלום שטיסל האט געשריבן: אבער עפעס א קאליר וואס מקען נישט אראפלייגן, א אינטערסאנטער דעיטיים לייט באלייכט די ארום.
און א פינטל ביים עק וואס ווערט פארמירט דורך דעם וואס די זון הייבט זיך אן באווייזן און שיינט גאר שטארק, עפעס א מין ליכטיגקייט וואס איך האב נאך נישט געזעהן, און דאן ווערט צוריק ליכטיג
איך האב אן ערנסטער חשש אז די סארט אומגעווענליכע/אומבאשרייבליכע ליכטיגקייטן קען מען זען יעדן פארטאגס ווען די זון שיינט אויף אויך אין ניו יארק סיטי ובכל ארץ ותבל. נאר מיר זענען נישט זוכה דערצו, זייענדיג אונטערן לקוי חמה וואס איז באדעקט מיט אונזערע דאכענעס...
אלו ואלו דברי אלקים חיים. איר האט טאקע וואס חושש צו זיין און מיר גלייבן אייך אויפ'ן ווארט אז איר זענט אונטער א ליקוי א יעדען אינדערפרי. אבער דאך סארי איסר, שלום האט רעכט. ס'איז נישט געווען סתם א בלוי גרעי אדער פונקיש קאליר וואס ווערט ציביסלעך לעכטיג מידי יום ביומו וואס דעס וואלט איך מדמה געווען צו די ליכטיגקייט פון א פלורעסענט באלב וואס ווארעמט זיך אן ציביסליך (איך בין חושש אז ווען דיין ליקוי הייבט אן אראפגיין איז עס אויך היבש "ציביסלעך"...).
ס'איז געווען עפעס א מין אינטערסאנטע שארפע ליכטיגקיייט ליכטיגקייט וואס ווערט ציביסלעך טינקעלער אבער האלט נאך אלס אן דיסטינקט שארפע קאליר. עפעס אזוי ווי ר' אדלער שרייבט:
I read that you shouldn't look at the solar eclipse even through your phone's camera
How on earth is it possible to damage your eyes by looking at the phone screen it's only capable of so much brightness
Re: מיין ליקוי חמה
נשלח: מוצ"ש אפריל 06, 2024 10:12 pm
דורך אפטימיסטיש
טאמער איימיצער קען אריינקומען מיט "קלארע" וועטער פארשאצונגען ווי פונקטליך מ'וועט קענען מיטהאלטן די טאטאלע ליקוי חמה אין ניו יארק אן דארפן זיך זארגן איבער וואלקענעס וואס פארשטעלן די אויגן, זאל ביטע אריינקומען און באריכטן. ולמצוה גדולה יחשב.
כ'האב פראבירט צו נישטערן אויף די ברייטע אינטערנעט, אבער די רעזולטאטן זענען עקסטרעם צומישנד
Re: מיין ליקוי חמה
נשלח: מוצ"ש אפריל 06, 2024 10:33 pm
דורך קאצקע ציקער
חמלה גדולה האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 05, 2024 1:32 am
I read that you shouldn't look at the solar eclipse even through your phone's camera
How on earth is it possible to damage your eyes by looking at the phone screen it's only capable of so much brightness
Doesn't make any sense that means you can't look at any video or picture that has the Sun in it
The truth is you can't look at the sun through your camera the same as you can't look at the sun with your eyes
You need the eclipse glasses
Re: מיין ליקוי חמה
נשלח: מוצ"ש אפריל 06, 2024 11:29 pm
דורך חמלה גדולה
but that's my question
you don't look through the camera u look on the screen