בלאט 1 פון 3
א סמארטפאון אדער א ווייב?: הרה"צ ר' יואל ראטה שליט"א
נשלח: מיטוואך אוגוסט 23, 2017 12:03 pm
דורך תורה ומדע
Re: א סמארט פאון אדער א ווייב? : הרה"צ ר, יואל ראטה שליט"א
נשלח: מיטוואך אוגוסט 23, 2017 12:10 pm
דורך או אינו
איך האב נאכנישט אויסגעהערט הרב ראטה , אבער פין דיין טייטל זע איך ווי ער גייט. די פראבלעם איז פארקערט. ווייל די ווייבער האבן נישט קיין סמארט פאונס שטייגט די מאנ'ס אינטליגנציה אין ויהי היום אז די צוויי מענטשן רעדן אן אנדערע שפראך אין זיי פארשטייען זיך נישט. די לינק וועט אייך געבן א יסוד צי בויען ווייטער.
https://youtu.be/2SPfF0JbFb8Sent from my Pixel XL using Tapatalk
נשלח: מיטוואך אוגוסט 23, 2017 12:18 pm
דורך תורה ומדע
קען זיין, אבער די קאממיוניקאציע און הארמוניע ציווישען פארפעלקער און ציווישען מענשען בכלל איז זייער מינימאל ווען עס געפונט זיך אינעם געגענווייט פןנעם סמארטפאון. ער איז ניט דערגעגען פאר ביזנעס אדער ריסורטש. ער רעדט בלויז וועגען די עפעקטן אויף מעריטעל הארמאניע. לדעתי איז ער 100% גערעכט. נאר אזויווי עס קריסטלט זיך אידישט זיך...
נשלח: מיטוואך אוגוסט 23, 2017 1:42 pm
דורך קורקלענד
עס נעמט א שעה און צען מינוט ביז ער קומט אן צו יענע נושא. נעקסט טיים פליז אויפמערקזאם מאכן.
Re: א סמארט פאון אדער א ווייב? : הרה"צ ר, יואל ראטה שליט"א
נשלח: מיטוואך אוגוסט 23, 2017 1:46 pm
דורך קל וחומר
א אינגערמאן איז געקומען זיך אויסרעדן צו מיר וועגן דעם שרעקליכען חורבן וואס די קארדלעס טעלעפאונס מאכן אן ביי אים אין שטוב. ער קומט אהיים נאך א טאג שווער ארבעט ער ענדיגט נאכטמאל און וויל כאפן א שמועסל מיט זיין ווייב, והנה דער נערישע שמוציגער אפגעריסענער לשה"ר קארדלעס נעמט זיך קלינגען!! ס'ווייסט יעדער איינער פארוואס די קארדלעסן זענען געמאכט געווארן. 'פאר גראבע לשה"ר און רכילות'!
זיצט זיך אזוי דער אינגערמאן אין די זייט און דאס ווייב איז פארנומען ארומלאכן מיט איר חבר'טע/ס און בארעדט האלב שטאט, בא'רחמנות'ט דעם אנדערן האלב. און דער אינגערמאן וויינט!!
פארוואס קען מען נישט איינמאל פאר אלעמאל ארויסווארפן דעם קארדלעס פון שטוב?!? דארפסט וויכטיג רעדן לשה"ר? האלט א קארדלעס ביי דיין מאמע און ווען דו וועסט דארט זיין העסטע קענען רעדן וויפול לשה"ר דו ווילסט!
נשלח: מיטוואך אוגוסט 23, 2017 3:34 pm
דורך תורה ומדע
ענטשולדיגטס אבער, איהר שטעלט צו עפפלס צו לעמאנס.
Re: א סמארט פאון אדער א ווייב? : הרה"צ ר, יואל ראטה שליט"א
נשלח: מיטוואך אוגוסט 23, 2017 3:40 pm
דורך קל וחומר
זיי מסביר ביטע, וועלכע איז די עפל און וועלכע די לעמען, און פארוואס איז איינס בעסער פונעם צווייטן?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 23, 2017 4:08 pm
דורך תורה ומדע
די דיסטרעקשאנס פון א טעלעפאן זענען מינימאל. א סמארט פאון איז א דאקומענטירטע דיסטראקציע וועלכער האט משנה געווען די מידיום פון אינטערפערסאנעל קאממיוניקאציע אויף גאר א גרויסן אופן. טא, וואס איז די שייכות בכלל.
א געזעלשאפט וועלכער האט נישט געוואלט אריינלאזען א טיווי אין שטוב און די 1950s, מחמת ביטול תורה, ביטול זמן, התבדלות מרשעים, ע"ז גי"ע שפכ"ד, וכדו', וועט, לויטן חשבון, ניט אריינלאזען א סמארט פאון אין די קעשענע אדער לכה"פ אין שטוב אריין. אויב איר האט ניט א טיווי אין שטוב זייט ביטע מסביר פארוואס איהר האט א קארדלעסס פאון יע.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 23, 2017 4:19 pm
דורך תורה ומדע
קורקלענד האט געשריבן:עס נעמט א שעה און צען מינוט ביז ער קומט אן צו יענע נושא. נעקסט טיים פליז אויפמערקזאם מאכן.
סליחה, ס'הייבט זיך אהן ביי 1:11
Re: א סמארט פאון אדער א ווייב? : הרה"צ ר, יואל ראטה שליט"א
נשלח: מיטוואך אוגוסט 23, 2017 4:22 pm
דורך קל וחומר
קאמיוניקאציע האלט זיך אין איין טוישן שוין די לעצטע פאר הונדערט יאר (דרוקעריי, פאסט, טעלעגראם, טעקסט וכו').
די סיבה פארוואס א טעלעוויזיע איז אזוי אפגעפרעגט איז וויבאלד דאס איז געמאכט פארן גאנצן שטוב צו וואטשן און בלויז לשם אינטערטעינמענט.
א אינגערמאן וואס האט לדוגמה וואצעפפ אדער ק"ש מיט זיך איז עס קודם כל בלויז ער זעלבסט (נישט זיין ווייב און קינדער) און פארשטייט זיך אז ער מוז עס נישט נוצן בשעת ער האט א געלעגנהייט צו פארברענגן מיטן ווייב. טאמער ער זעהט אבער אז דאס ווייב איז ממילא פארנומען מיטן קארדלעס און ער זוכט צו אויסלופטערן זיינע געהירן אביסל פאר אפאר קארגע מינוט איז ער בכלל נישט אפגעפרעגט מיטן פארברענגן אביסל מיט אנדערע פונקט ווי זיין ווייב טוט מיטן קארדלעס.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 23, 2017 4:47 pm
דורך תורה ומדע
איר האלט אז פריערדיגע גדולים וואלטען מתיר געווען א פאקעט סייז טיווי?
Re: א סמארט פאון אדער א ווייב? : הרה"צ ר, יואל ראטה שליט"א
נשלח: מיטוואך אוגוסט 23, 2017 5:11 pm
דורך קל וחומר
טאמער איז עס בלויז ריין טיווי מסתמא נישט. אבער עס וואלט נאכאלץ נישט געווען די זעלבע ווי א טיווי אפיציעל אינדערהיים. (לדוגמה, אמאל פלעגן געוויסע זיך צוריקהאלטן פון האבן ראדיאו אינדערהיים, אבער אין קאר איז עס געווען מותר).
נשלח: מיטוואך אוגוסט 23, 2017 5:45 pm
דורך יעקב מענטש
מ'פארט פון נושא צו נושא און מ'פארגעסט ווי מ'האלט.
איינער וואס לייגט זיך נישט קיין אייגענע גבולים אויף סמארטפאון באנוץ, הארגעט ער בידים זיין רילעישאנשיפ מיט די ווייב און די קינדער. גארנישט מיט רוחניות! ווענגלייך דער אפעקט זענען צומאל רוחניותדיגע, איז דאס אבער נישט די נושא.
דער באנוצער זעלבסט כאפט אליינס נישט ווי אויסגעטאהן פונעם ארום ער איז, און אפי' ער איז ביי זיך 'זיכער' אז ער איז אינגאנצן דאהי, ער קוקט נאר פאר 'איין סעקונדע' א מעסעדזש אויף זיין פאון (קען זיין די אלטמאדישע טעקסט מעסעדזש, מוז נישט זיין וואצעפפ), כאפט ער נישט ווי ער האט פארלוירן זיין קשר מיטן ארום ביז ער קריכט צוריק ארויס פון זיין פאון און קומט צוריק אהיים.
קל וחומר איז 100% גערעכט אז די יאכנע טאלק אויפן טעלעפאון איז פונקט אזא שטער צום נארמאלן אויר אין שטוב ווי דער סעלפאון, און איינס פארענטפערט נישט דאס צווייטע.
Re: א סמארט פאון אדער א ווייב? : הרה"צ ר, יואל ראטה שליט"א
נשלח: מיטוואך אוגוסט 23, 2017 5:52 pm
דורך קל וחומר
די חילוק איז וועלכע'ן קו מ'נעמט.
מ'קען פארדאמען ביידע און בלייבן מיט טענות אויפן גאנצן וועלט, אדער קען מען משלים זיין מיטן מציאות און עולם כמנהגו נוהג. (פארשטייט זיך אז מ'רעדט נישט פון אן אדיקט וואס קען זיך נישט שיידן פון זיין פאון פאר מער ווי איינציגע מינוט, אזא איינער ברויך א טעראפיסט אדער אינגאנצן אויפגעבן זיין משעבד.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 23, 2017 5:54 pm
דורך diff
דאס'ס לשיטתו אז א ווייב איז געמאכט צו חתונה האבן. אבער ביי אונז איז זי דאך נאר צום מצוה
נשלח: מיטוואך אוגוסט 23, 2017 5:59 pm
דורך ליפא
diff האט געשריבן:דאס'ס לשיטתו אז א ווייב איז געמאכט צו חתונה האבן. אבער ביי אונז איז זי דאך נאר צום מצוה
ווען זאגט דאס אזוי פון וואו אדער סירופ אן זאפט?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 23, 2017 6:10 pm
דורך diff
ווילסט איך זאל רעדן ברחל בתך הַנַקְטָה
נשלח: מיטוואך אוגוסט 23, 2017 6:16 pm
דורך יעקב מענטש
קל וחומר האט געשריבן:די חילוק איז וועלכע'ן קו מ'נעמט.
מ'קען פארדאמען ביידע און בלייבן מיט טענות אויפן גאנצן וועלט, אדער קען מען משלים זיין מיטן מציאות און עולם כמנהגו נוהג. (פארשטייט זיך אז מ'רעדט נישט פון אן אדיקט וואס קען זיך נישט שיידן פון זיין פאון פאר מער ווי איינציגע מינוט, אזא איינער ברויך א טעראפיסט אדער אינגאנצן אויפגעבן זיין משעבד.
מ'קען משלים זיין מיט א מציאות אז היינט איז דא אזא זאך ווי א סעלפאון און מ'טוט געוויסע זאכן אנדערש ווי 10 יאר צוריק, אמאל פלעגט מען קויפן טישוס אין געשעפט און היינט קומט עס פון אמאזאן, אמאל פלעגט מען רופן א קאר סערוויס וואס פלעגט זאגן פייוו מינוטס (און אנקומען הערשט ביי צוואנציג...), און היינט איין וויש אויפן פאון שלעפט אהער א אובער אין סעקונדן וכו'. אבער דער קשר צווישן מאן און ווייב/קינדער פארלאנגט צייט עס צו האלטן געזונט און פריש (און קיין עפפ דא צו ערזעצן איז דערווייל נאכנישט ערפינדן געווארן אין סיליקאן וואלי), און ס'איז נישט שייך צו זאגן, מ'דארף זיך 'צוגעוואוינען' צו א פילגש וואס רופט זיך פאון, ווייל דעמאלטס פארלירט מען די ערשטע ווייב אדער קינד.
פונקט אזוי ווי מ'פארלאנגט נישט פון א מאן צו פארשווייגן ווען א פרוי זיצט צוגענאגעלט צום טורבאן אריינגעשטעקטן קארדלעס אויפן חשבון פונעם מאן'ס קוואליטי טיים, אזוי אויך דארף א פרוי נישט פארשווייגן ווען א מאן זעצט זיך כלומרש'ט אראפ מיט די ווייב/פאמיליע, אבער זיין מוח איז אנגעשפיצט (צו ער איז מודה דערין צו נישט) יעדע רגע אויף א מעסעדזש/וואצעפפ/אימעיל וואס גייט נארוואס אריינקומען.
diff האט געשריבן:דאס'ס לשיטתו אז א ווייב איז געמאכט צו חתונה האבן. אבער ביי אונז איז זי דאך נאר צום מצוה
איך הער, איך בין שטארק מחולק מיט דיר, אבער דאס באלאנגט נישט אין דעם אשכול, ביזט מכובד צו עפענען איינס, און מסביר'ן ווי פונקטליך די סעקולארע וועלט האט א 'טיפערע' רילעישאנשיפ מיט זייערע ווייבער/מענער ווי ביי אונז.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 23, 2017 6:22 pm
דורך תורה ומדע
diff האט געשריבן:דאס'ס לשיטתו אז א ווייב איז געמאכט צו חתונה האבן. אבער ביי אונז איז זי דאך נאר צום מצוה
poor soul
נשלח: מיטוואך אוגוסט 23, 2017 6:23 pm
דורך אוקריינער חסיד
קען איינער צוברענגען יענע חלק?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 23, 2017 6:28 pm
דורך תורה ומדע
אוקריינער חסיד האט געשריבן:קען איינער צוברענגען יענע חלק?
https://youtu.be/15XsGQgPZZw?t=1h11m23s
נשלח: מיטוואך אוגוסט 23, 2017 7:00 pm
דורך diff
תורה ומדע האט געשריבן:diff האט געשריבן:דאס'ס לשיטתו אז א ווייב איז געמאכט צו חתונה האבן. אבער ביי אונז איז זי דאך נאר צום מצוה
poor soul
קענסט נישט אנכאפען די שטריק פון ביידע זייטן
נשלח: מיטוואך אוגוסט 23, 2017 7:11 pm
דורך תורה ומדע
דהיינו?