דער דזשי-פי-עס און זיין (אומ)-פונקטליכקייט
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
דער דזשי-פי-עס און זיין (אומ)-פונקטליכקייט
ס'איז מיר לעצטנס אויסגעקומען, אלס א טייל פון מיין דזשאב צו פארן אויף טריפס מיט די קינדער, זיך צו באנוצן זייער א סאך מיט'ן דזשי-פי-עס פון מיין פאון. (ניין. נישט וועיז) האביך באמערקט אז טיילמאל (קרוב צו 50%) איז ער נישט פונקטליך. ווען ער איז פונקטליך איז ער מורא'דיג גוט. אבער מ'דארף נאכאלץ נוצן קאממאן סענס. שכל הישר. איך בין שטארק מכיר טובה פאר די ערפינדערס פון דעם עפפ. ווייל אן די דיירעקשאנס וואס כ'האב באקומען וואלט איך קיינמאל נישט אנגעקומען אויף געוויסע פארשטופטע פלעצער ווי קעמפס אין ניו דזשערסי וכו'.
נעכטן ביניך געפארן צו א געוויסן קעמפ וואס איז אין א פארווארפענע געגנט אין ניו דזש. א געגנט פון פארמס. ממש ביים דרום עק פון די סטעיט. נאך א סאך ווייטער ווי טרענטאן. אויפ'ן וועג אהין האט ער מיך זייער גוט און פונקטליך געפיהרט. דורך פארשידענע קליינע ראודס. וועגלעך און שטעגלעך. ביז איך בין ב"ה אנגעקומען צו מיין דעסטינאציע. ממש דורך וועלדער. און וועגן וועלכע זענען אזוי קליין אז זיי הייסן ניטאמאל ראוד. נאר טרעיל...!
אויפ'ן וועג צוריק קיין ניו יארק האט ער מיך אויך געפיהרט גאנץ גוט אין אנהייב. ספעציעל ווען איך האב באגעגנט עטליכע מאל פארמאכטע ראודס. און ער האט געמוזט רי-קאלקיולעיטן. אבער אינמיטן האט ער עפעס באקומען א מין אטאקע און ר'האט מיך אנגעהויבן צו פיהרן אויף פארשידענע משונה' דיגע וועגן. נאר איך האב איהם נישט געפאלגט. כ'האב געניצט קאממאן סענס. ווייל איך האב געדענקט דעם גרויסן ראוד מיט וועלכן איך בין געפארן אהין, נאכ'ן טוירנפייק. רט. 206 סאוטה. האביך פארשטאנען אז רט. 206 נארטה וועט מיך פיהרן צום ניו דזש. טוירנפייק. והך קאווע. אזוי פארנדיג האביך טאקע באמערקט א סיין וואס ווייזט אז פון דא קענמען כאפן דעם טוירנפייק. האביך איגנארירט די דיירעקשאנס וואס דער דזשי.פי.עס. האט מיר געגעבן. אזאלכע משונה'דיגע איסטראקשאנס אז איך זאלל מיך אוועקדרייען פונ'ם רט. 206. פארשטייצעך אז איך האב איהם נישט געפאלגט. ווען איך בין שוין געווען אויפ'ן הייוועי האט ער נאך געהאלטן אין איין געבן דיירעקשאנס פון די גאסן פון די שטעטלעך וואו איך בין אריבערגעפארן. און ער האט נישט געכאפט אז איך פאהר שוין אויפ'ן טוירנפייק.
ס''איז דא א מעגליכקייט אז מיין פאון האט עפעס א פראבלעם. אבער וועם איך פרעג, פון די יודעי דבר (וואס געבן זיך אן אלס אזעלכע) ווייסן מיר נישט צו געבן א קלארן ענטפער.
ווער ס'האט עפעס א קלארע תשובה וועלכע לייגט זיך אויפ'ן שכל, וואלט איך שטארק דאנקבאר געווען אויב מ'קען מיר דא פותר חלום זיין.
נ.ב.: נאכמער. די וואך דינסטיג ביניך געפארן אויפ'ן טוירנפייק אין די פארקערטע ריכטונג. ביי די עקזיט 14/נוארק עירפארט/האללאנד טונעל געגנט. האט מיין דזשי.פי.עס. מיר געגעבן דיירעקשאנס פון גאסן אויף די איסט סייד פון מאנהעטן. ווי דילענסי סטריעט וכדומה. און ער האט נישט געכאפט אז איך פאר גאר אויפ'ן הייוועי...!

Re: דער דזשי-פי-עס און זיין (אומ)-פונקטליכקייט
וועלכע עפפ האסטו גענוצט?
עס מאכט אמאל אז די עפפס אזויווי גוגל מעפס און וועיז האבן באקומען באריכטן פון אנגעלייגטע טראפיק אדער ראוד ארבעט און זיי רעכענען אז עס לוינט ענדערש צו פארן אויף זייטיגע געסלעך, ( געווענטליך זענען זיי גערעכט)
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
עס מאכט אמאל אז די עפפס אזויווי גוגל מעפס און וועיז האבן באקומען באריכטן פון אנגעלייגטע טראפיק אדער ראוד ארבעט און זיי רעכענען אז עס לוינט ענדערש צו פארן אויף זייטיגע געסלעך, ( געווענטליך זענען זיי גערעכט)
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
גראדעמעכעלע: ייש"כ. איך האב גוגל מעפס (כ'האב וועיז אויך) ווייל מיין פאון איז אן ענדרויד, געלעקסי עס 7 פאון. דו ביסט גערעכט אז צומאל ווען ס'דא קאנסטראקשן זאגט ער אנדערש ווי די מציאות. אבער דאס נעמט זיך פון עפעס א טעכנאלאגישן פעלער. למשל, אין לעיקוואוד, איז דא אויף א געוויסן ראוד א סייין אז רט. 9 נארטה דארף מען זיך דרייען רעכטס. און גוגל מעפס האט מיר געזאגט אז מ'דארף פארן ווייטער. ביניך געווען אין א דילעמא. אבער כ'האב מחליט געווען צו פאלגן דעם ראוד סיין. און דאס איז טאקע געווען די ריכטיגע דעסיזשן. אויך האט ער מיר געוויזן אז איך פאר רט. 9 סאוטה. בשעת איך בין געפארן רט. 9 נארטה...!
אבער ביי דעם נעכטיגן פאל, ווען כ'האב באגעגנט א פארמאכטן ראוד און כ'האב מיך אוועקגעדרייט האט ער גוט אויסגערעכנט מיך צו פיהרן ביז רט. 206 נארטה. נאר פון דארט און ווייטער האט ער מיך משוגע געמאכט...!
אבער ביי דעם נעכטיגן פאל, ווען כ'האב באגעגנט א פארמאכטן ראוד און כ'האב מיך אוועקגעדרייט האט ער גוט אויסגערעכנט מיך צו פיהרן ביז רט. 206 נארטה. נאר פון דארט און ווייטער האט ער מיך משוגע געמאכט...!
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
לכאורה איז די דזשי פי עס טשיפ פין דיין פאון צובראכן. כידוע האט א סמארטפאן דריי אופנים פין אויסרעכענן דיין לאקאציע, די טשיפ וואס ארבעט דורך סעטעלייט, דער סעליולער ראדיא וואס קען רעכענען לויט די אנטענא וואס ער איז מחובר צו, און וויי פיי, ד.ה. גוגל האט א ליסטע פין וויי פיי נעמען און זייערע מקומות, (איעדער פאן זוכט אגאנצע צייט וויי פיי וואס איז אוועליבעל, און שיקט די ליסטע צו גוגל מיט דער לאקאציע, אפילו אויב ווייפיי איז אויסגעלאשן) און לויט דעם קען דער סמארטפאן וויסן דיין לאקאציע.
די לעצטע צוויי זענען נישט פונקטליך כמובן.
וועיז ארבעט נישט בכלל אויב די טשיפ ארבעט נישט, גוגל מעפס ארבעט יא, אבער נישט פונקטליך, בערך אויף דער אופן ווי די לייגסט עס אראפ. און מן הסתם פארדעם ניצט איר נישט וועיז.
אלזא, טאמער איר האט א גאראנטי אויף דער פאן שיקט עס צוריק, אויב נישט, דאן קענט איר מאכען א החלטה אויב איז איך ווערט צו קויפן א נייע ווייל די לאקאציע ארבייט נישט גוט.

א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אישתישבי: ייש"כ. איך וועלל בלי"נ זעהן צו מאכן א החלטה לויט די אינפארמאציע וואס דו האסט מיר געגעבן. די פראבלעם איז אז רוב סטארס וועלכע האנדלען מיט ספרינט פארקויפן נאר. זיי זענען נישט און האבן נישט קיין צוטריט צו א ריפעיר שאפ. ס'איז בעצם געווען נאר 2 ספרינט סטארס אין ברוקלין וועלכע האבן געהענדלט ריפעירס אויך. איינס האטציך פארמאכט. איז נאר געבליבן די אנדערע אויף פולטאן סטריעט אין דאונטאון ברוקלין. אין די פולטאן שאפפינג מאלל...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אישתשבי: ייש"כ. איך גיי בלי"נ רעדן צו ספרינט אליין בכבודם (אדער בבזיונם) ובעצמם. איך ווייס פון פאראויס וואס זיי וועללן מיר מסתמא ענטפערן. אז איך זאלל קויפן א נייעם פאון. און אפילו איך בין עלידזשיבל ערשט אין א יאר ארום פאר אן אפגרעיד זאלל איך קויפן א נייעם פאון. און אריינשמייסן נאך א פאר הונדערט דאללער אין זיי.
נאר דערווייל האביך באקומען אינפארמאציע פון א חשוב'ן ניק אין אישי. איך ווייס נישט אויב ער וויל איך זאלל ארויסשרייבן זיין (ניק) נאמען. ער האט מיר געגעבן גאר וויכטיגע אינפארמאציע וואס איך גיי ערשט אויספרובירן פאר איך גיי אויסגעבן א פאר הונדערט דאללער. ער דרייווט אויך א ישיבה/סקול באס. ער זאגט אז ווען מ'לייגט דעם פאון אויפ'ן דעשבאורד אויף די לינקע זייט פונ'ם באס. וואס איז די באקוועמסטע פלאץ צו לייגן די פאון. דאמאלס ווערט מכח איזה סיבה געשטערט די געהעריגע פונקציע פונ'ם דזשי.פי.עס. משא"כ אויף אנ'אנדער פלאץ, ווי למשל אינמיטן. מער אויף רעכטס געשעען נישט די פראבלעמען. ס'איז מסתבר. ווייל אין די היינטיגע באסעס ליגן אלע עלעקטראנישע מכשירים און סענסארס אונטער דעם קאווער. און דאס קען מעגליך גורם זיין א שטערונג...!

- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
העי רעב בערלינו ווי קומט צו אייך א היינטיגע באס? בדמיוני דרייווסטו אזאנס וואס איז געווען אין אורוגויי.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
איך אויך: ייש"כ. בדמיונך. וגם בדמיוני דרייוו איך א גרויסן וואגן מיט א פאר געזונטע פערד צו געשפאנט דערצו. (כמו בימי הבעש"ט הק'). נאר וואו די פערד זיצן זאג איך נישט. אז מ'רעדט שוין פון די באסעס פון אורוגוויי, געדענק איך נאך אלס יונגל, ווען מ'האט געזעהן ..."נייע"... באסעס ארומפאהרן אין שטאט האט מען געשמועסט אז דאס זענען אלטע באסעס פון עפעס א שטאט אין די יו.עס. אוו עי. וואס זיי האבן שוין אוועקגעווארפן. אזוי ווי עפעס א געוויסער פארשוין (מלשון פרשנדתא) דאהי אין ניו יארק תובב"א יצ"ו, וועלכער פיהרט אן מיט באסעס וועלכע שלעפן זיך פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק. וועלכע שאקלען אויף פאר דעם היימישן עולם די קישקעס. און די דרייווערס זענען עפעס אזיאטישע חיות וועלכע זענען אנטלאפן פון עפעס א זאא אין טשיינע. אדער פון דעם רינגלינג בראדהערס צירקוס. און ער דער ל.ל. (מ'קען נישט ארויסשרייבן מיט'ן שם המפורש מכח לשון הרע. נאר ס'איז עפעס א מין שם הכולל.) וועלכער האט זייער א סאך מעלות שמנו חכמים... ווי א מעלה עשן פון געוויסע סממני הקטורת ועוד. איז לעצטנס געווארן אן ..."אמן מענטש"...און ער שמירט אן די פענצטערס פון די אלטע צוקראכטע טראנטעס ביי וועלכע די איינציגע גאנצע זאך זענען די רעדלעך, מיט שיינע מאמרים פון געוויסע רעבעס. לשונות של תחנונים. צוקער זיס. מסתמא שמירט ער אן די פענצטערס וועגן שמירת עיניים. און ער רייסט (גזל'ט) ביים עולם זייערע אויסגעהארעוועטע פאר דאללער . (ווייל אן עושר פאהרט דאך נישט מיט די גארביטש קענס אויף רעדער.) און ער געט זיי א פייג. מ'שמועסט אז ער האט אפילו געלאזט שרייבן א ספר תורה און אפילו געמאכט א שיינע הכנסת ספר תורה וואו מ'האט געגעבן קענדיס און אייז קריעם פאר די אידישע קינדערלעך...דאס אלעס איז (אידישע) פאבליק טראנספארטעישן. אבער אונזערע ישיבות הקדושות האבן מיט עטליכע יארן צוריק איינגעזעהן אז מיט די אלטע קאטישללאס (דאס איז אן אורוגווייער ווארט) קענמען שוין נישט ארומפאהרן. ווייל ס'הענגט שוין שטיקער פון אלע זייטן. האבן געוויסע ישיבות מיט עטליכע יאר צוריק געקויפט נייע באסעס. און די באסעס האבן אונטער דעם שיינעם דעקל הנקרא דעעשבאורד זייער א סאך עלעקטראנישע טשאטשקעס און סענסארס. ואי אפשר לפורטם כי רבים הם. און אז מ'לייגט צו אן עלעקטראנישע מאשינקעלע אזוי ווי די היינטיגע סמארטפאונס, רחמנא ליצלן.צוקריגן זיי זיך. פונקט אזוי ווי ביי עראפלאנען האבן די עירליינס אין די פארגאנגענע יארן פארבאטן ארויפצוברענגען סעללפאונס. (ניין נישט דוקא סמארטפאונס) און אנדערע עלעקטראניק געדזשעטס, ווייל זיי האבן מורא געהאט אז אדער דער פלעין וועט ח"ו אראפפפאללן. אדער ס'וועט צומישן די נעוויגעישן סיסטעם פונ'ם עראפאלאן. און מ'קען נאך ח"ו אנקומען קיין אוגאנדא, שטאטס קיין טשיקאגא. (באמת איז נישט קיין גרויסער חילוק צו מ'איז אין א סלאם אין טשיקאגא אדער אין א דזשאנגל אין אפריקע.)...היוצא לנו מכל השטותים הללו. אז ס'קען זיין אז די פראבלעמען וואס מיין (טמא'נער) סמארטפאון האט געהאט מיט די נעוויגעישן סיסטעם איז געקומען ווייל מ'האט איהם געלייגט אין די ד' אמות פון די אנדערע כלי מכשירים...!
ווער ס'האט עפעס צו קאמענטירן אדער צו צו לייגן ביניך אייביג (חוץ שבת ויו"ט, שטייצעך) גרייט צו הערן...
ווער ס'האט עפעס צו קאמענטירן אדער צו צו לייגן ביניך אייביג (חוץ שבת ויו"ט, שטייצעך) גרייט צו הערן...
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
ר' בערל איך האב אלס קינד געשווארען אז ווען איך גיין זיין גרויס גיי איך קיינמאל נישט צירוק אין חדר, כ'האב באשוואוירען די מלאכים, די ס"ם, די שדים, מיכאל גבריאל אוריאל, על דעת רבים, על דעת הדיוט, אבער מה עשה הקב"ה נאך לייענען דיין תגובה האב איך מחליט געווען אז מארגען גיי איך מיך איינבייגען קליין, זינגען שיין מודה אני, אנטון א געקאלערטע העמד, נעמען א נאש פעקל און איך קום אויף דיין באס!!!!
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:וואלווי: ייש"כ. נאר דו מוזסט דיך נישט אזוי שטארק איינבייגן. ווייל איך קען ב"ה הענדלען גרויסע יונגלעך (אפילו מיט לאנגע,רויטע בערד) אויך...!
רויטע וואנצעס פארט אויך אויף דיין באס?
די לאנגע רויטע בארד איז נישט קיין פראבלעם. כ'וועל טוהן וואס די רבי זי"ע האט געטון אין בערגן בעלזן ווי מ'זעט אויפ'ן באקאנט בילד ווי ער וויקלט ארום די קאפ מיט א שאל קיינער וועט גארנישט וויסען ס'וועט אפילו נישט זיין קיין גילוי. אזוי ווי די מעשה ביכלעך שרייבן אז מ'וויקלט ארום די קאפ אין א שאל מיינען די רשעים ימח שמם וזכרם אז מ'האט ציין ווייטאג. גיי ווייס וואס דאס מיינט אדער ווי אזוי דאס ארבעט. איך קען אזוי אנטלויפען פון די FBI אויך?