די אדווערטייזמענטס אויף טאלק שאו'ס

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
[NAMELESS]

די אדווערטייזמענטס אויף טאלק שאו'ס

שליחה דורך [NAMELESS] »

אין די זומער קומט מיך אסאך מער אויס צו פארן לאנגע שעות אין מיין קאר און כ'הער אסאך מער די טאלק שאו'ס ווי מארק לעווין, מייקל סעוויש, בערני ענד סיד וכו'. איך ווינדער מיך שוין לאנג אזוי: געווענטליך אויף די רעדיא ווען ס'איז דא א אדווערטייזמענט איז עס נישט די רעפארטער וואס רעדט נאר א קליפ פון א געהייערטע וואויז עקטער וואס זאגט די עד. משא"כ ביי טאלק שאו'ס איז דא זייער אסאך וואס די האוסט'ס זאגן אליין די עד'ס, און זאגן נאך אז זיי אליין רעקאמענדן די פראדוקט. וואס איז פשט אין דעם? איז עס א עכטע רעקאמענדעישאן, און ווי אזוי נעמען זיי אחריות צו רעקאמענדן פאר אפאר דאללאר. נישט אזוי ווייט די אחריות פאר אנדערע מענטשן, נאר פאר זיך אליין. אויב איינער ניצט די פראדוקט וואס זיי רעקאמענטדען און ס'טויג נישט וועלן זיי דאך פארלירן זייער קרעדיביליטי ביי מענטשען. וואס איז די חשבון?
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

די זעלבע וועג וויאזוי זיי פארקויפן אזויפיל שטיתים, הבלים און רעהטאריק, און די עולם הערט זיי ווייטער ערליך אויס.
זייערע אדווערטייזמענטס און רעקאמענדאציעס זענען אזוי פארלעסליך ווי די אלעס אנדערש וואס זיי פרעדיגן. ווער עס גייט פאר די אנדערע שטיתים גייט אויך פאר זייערע פראדוקטן.

און יא זיי קאפיטאליזירן אויף זייערע נאיווע אויסהערער וואס זענען אזוי פארגלייבט אין זיי. און די חילוק ציווישן זיי און סתם אנדערע סטאנציעס ווי סי.בי.עס. איז, אז צו סי.בי.עס. קומט נישט קיינער צו הערן דעות פון דעם אדער יענעם מען וויל נאר הערן נייעס און פארטיק, דעריבער וועט אן אדווערטייזמענט פון יענע זאגער נישט זיין מער איבערצייגענד. ווידעראום ביי די פארגלייבטע אדיענצעס מאכט עס א גרויסע נפקא מינה.
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: די אדווערטייזמענטס אויף טאלק שאו'ס

שליחה דורך גראף »

עס קען מעגליך זיין אז עס האט צו טיען מיט דער סטעישען ווס. דער נעטווארק. למשל סעוועזש איז אויף הונדרעטער סטעישען'ס אבער איז געהייערט דורך א געוויסע נעטווארק וואס אדער באלאנגט דער סטעישען פאר זיי אדער דינגען/ליעסן זיי עס. ממילא ווענדט זיך אויב דער קאמירשעל איז נאר לאקעל אדער נעשענעל.
אזוי מיינעך, אדער יא אדער ניין.

Sent from my XT1096 using Tapatalk
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

ביסט גערעכט, מען קען קויפען ביי די לאקאלע סטעישען, אדער ביי דער רעדנער.

די ביזנעס איז שלעכטע ביזנעס, פארקויפן שטותים מיט לאקשען. קישענעס און מאטראצען וואס זענען הארט ווי א שטיין.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
האט שוין געלייקט: 292 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל

Re: די אדווערטייזמענטס אויף טאלק שאו'ס

שליחה דורך טרויבן88 »

лпم iοوԴ האט געשריבן:אין די זומער קומט מיך אסאך מער אויס צו פארן לאנגע שעות אין מיין קאר און כ'הער אסאך מער די טאלק שאו'ס ווי מארק לעווין, מייקל סעוויש, בערני ענד סיד וכו'. איך ווינדער מיך שוין לאנג אזוי: געווענטליך אויף די רעדיא ווען ס'איז דא א אדווערטייזמענט איז עס נישט די רעפארטער וואס רעדט נאר א קליפ פון א געהייערטע וואויז עקטער וואס זאגט די עד. משא"כ ביי טאלק שאו'ס איז דא זייער אסאך וואס די האוסט'ס זאגן אליין די עד'ס, און זאגן נאך אז זיי אליין רעקאמענדן די פראדוקט. וואס איז פשט אין דעם? איז עס א עכטע רעקאמענדעישאן, און ווי אזוי נעמען זיי אחריות צו רעקאמענדן פאר אפאר דאללאר. נישט אזוי ווייט די אחריות פאר אנדערע מענטשן, נאר פאר זיך אליין. אויב איינער ניצט די פראדוקט וואס זיי רעקאמענטדען און ס'טויג נישט וועלן זיי דאך פארלירן זייער קרעדיביליטי ביי מענטשען. וואס איז די חשבון?

די אלע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] טאולק שאוס זענען געבויעט אויף א באגלייבטקייט, ס'דא מענטשן וואס ווילן הערן סעוועדזש און נאר עם, סעוועדזש איז ביי זיי הייליג און א נאכפאלגער נאכדערצו וויבאלד זיי זענען די איינציגסטע וואס זאגן נאך די אמת,

דערפאר ווען ס'קומט צי אדווערטייזן האבן זיי נישט גענוג צוהערער אז ס'זאל זיך לוינען צו מאכן אדווערטייזמענטס נאר אויב די רעדנער אליינס וועט עס פראומאוטן אז ער אליינס האט עס געניצט וכו' און געזען אזאנע ווינדער אז מען קען עס נישט מסביר זיין נאר אויף עס, מה שאין כן סי-בי-עס, ען-פי-אר האבן געניג צוהערער קענען זיי עניוועי בעטן גענוג געלט פאר אדווערטייזמענט,

אבער דאס איז אויך נישט אנדערש ווי עפל למשל צאלט פאר פאפולערע מענטשן צי מאכן אן עד, און דעמאלטס די אלע מענטשן וואס קענען דעם שטערן גייען און קויפן אפ די פראודאקט,

אינטערעסאנט אז די אלע שמאנדשזעס וואס מען האט פארקויפט פאר 50 יאר פארקויפט מען נאך אלץ... און די שוטים קויפן עס נאך אלץ... די זעלבע שמאטע וואס מען קען איבערניצן 350 מאל און עס דינט ווי ניי... די קריעם פאר די פנים וואס מאכט אויסקוקן 50 יאר אינגער... די שעיווער מיט 5 בלעידס... פארוואס קויפט מען נאכאלץ די זעלבע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] וואס ארבייט נישט...

איז די אלע סטעישנס האבן נאכאלץ די רעכט אויפן סטעישן ווען עס קומט אריין א לאקאלע נייעס האקט מען איבער די נאציאנאלע בראודקעסט ווי למשל לימבאו, סעוועדזש, לעווין, וכו'

און נישט אויף אלע סטעישנס ווערט געלופטערט די גאנצע, און נישט אויף אלע סטעישנס איז עס לייוו, און נישט איבעראל איז עס די זעלבע צייט, ווי למשל סעוועדזש געט אויס זיין בויכוויי פאר דריי שעה, אבער אויך wabc 770 ווערט ער נאר געלופטערט פאר צוויי שעה (סעוועדזש ציהערער ווערטס נישט צעבראכן...)
און אזוי אויך אנדערע,
לעב אין לאז לעבן.
פארשפארט