בלאט 1 פון 1

ווער איז דר. הענרי (הילל) עיברעמסאן...?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 8:28 pm
דורך berlbalaguleh
ער הייסט ר' הילל עיברעמסאן. ער איז 54 יאר אלט. געבוירן אין א קליין שטעטל אין אנטעריא, קענעדע. ער איז היינט א פראפעסאר פון היסטאריע אין טורא קאלעדזש. ער איז אן ערליכער איד, א תלמיד חכם. א בעל תשובה. וועלכער גייט אנגעטון מיט דעם ליטווישן ערליכן לבוש. מיט א בארד און פיאות. פריער האט ער געוואוינט אין פלארידא. וואו ער איז אויך געווען א פראפעסאר אין לאנדער קאלעדזש. איינס פון די קעמפוסעס וואס דער פארשטארבענער דר. לאנדער ע"ה. האט געגרינדעט. שפעטער איז ער געקומען קיין ברוקלין, נ.י. צו זיין א פראפעסאר אין טורא קאלעדזש אין עוו. דזשעי, אין פלעטבוש.

רוב פון זיינע לעקטשורס/שיעורים זענען רעקארדירט אויף יו. טוב. די מעלה פון זיינע לעקטשורס איז אז ער איז אן ערליכער איד און א ת"ח. און ווען ער רעדט איבער א פערזענליכקייט אין די אידישע היסטאריע. צו זאלל עס זיין פון די צייטן פון 2'טן בית המקדש אדער פון איינעם פון די גדולי האחרונים. און אלעס אינדערמיט, ברענגט ער עס ארויס פון א תורה'דיגן שטאנדפונקט. נישט אזוי ווי די פרייע און האלב-פרייע פראפעסארן ווען זיי רעדן איבער אידישע פערזענליכקייטן און געשעענישן שרייבן זיי מיט גרויס עם הארצות און זיי רעדן שטותים והבלים. ער געט אן אינסייד בילד פון די געשעענישן וועלכע האבן זיך אפגעשפיעלט אין פארלויף פון די אידישע היסטאריע זינט דעם חורבן ביהמ"ק.

למשל. ער באשרייבט די גאנצע היסטאריע איבער די אנטוויקלונג פון קאמוניזם. און וויאזוי די אידן האבן געהאט א שייכות דערצו. ער באשרייבט פונקטליך ווער לעאן טראצקי איז געווען. און זיין פאזיציע און זיין טייל אין די רעוואלוציע. און זיין סוף...!

אויך רעדט ער איבער (להבדיל) אזעלכע פערזענליכקייטן ווי ר' יעקב עמדין. און זיין מחלוקת מיט ר' יונתן אייבשיץ. און די אנדערע מערכות וואס ער האט אנגעפיהרט. און אנדערע פרטים פון זיין ביאגראפיע...!

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 12:34 pm
דורך שבת אחים
ר׳ בערל איך האב זייער הנאה פון זיינע שיעורים אין היסטאריע. אויפן רמב״ם, בעש״ט, די טיילונג, אייזיק באשעוויס זינגער. וכו׳ סאיז געשמאק אים אויסצוהערן.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 1:57 pm
דורך berlbalaguleh
שבת אחים: ייש"כ. ס'איז אלעס אמת ויציב. ס'איז אבער דא איין גרויסער פראבלעם מיט איהם. הרב ישראל מ. סופר זאגט אז מ'טאר איהם נישט אויסהערן ווייל ער האט פארקרומטע דיעות. און איז נוטה לציונות...דערפאר הערט ער איהם אויס נאר אין ביהכ"ס. בכלל . קאווע שטיבל ליינט הרב ישראל מ. אויכעט נאר אין ביהכ"ס. און אפילו זיינע ענטפערס (יא. ער האט דא א ניק.) קומען אויכעט פון דארטן. מ'שפיערט דעם גערוך...!

נשלח: מאנטאג מאי 08, 2023 7:34 pm
דורך בעל אחריות
א שטיק צייט צוריק האב איך געהערט א שיינע פאר שיעורים פון אים,איך האב שטארק הנאה געהאט פון זיינע ידיעות און פון זיין שפראך, גראדע רעדט ער אביסל צו שטייט פאר מיר

נשלח: מאנטאג מאי 08, 2023 11:43 pm
דורך טראפעלע
בעל אחריות האט געשריבן:א שטיק צייט צוריק האב איך געהערט א שיינע פאר שיעורים פון אים,איך האב שטארק הנאה געהאט פון זיינע ידיעות און פון זיין שפראך, גראדע רעדט ער אביסל צו שטייט פאר מיר
הער עס אויס אויף 2x speed