בלאט 1 פון 2

הגאון רבי יחיאל טויבער ז"ל, ראב"ד מכון להוראה

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2017 10:22 am
דורך ימים ידברו
אוי מי הי' לנו ווי אזוי קען ק"ש דורך לאזען א פטירה פון א גדול בישראל ווי הגאון הגדול רבי יחיאל טויבער זצ"ל אן א גהעריגע הספד און א טרער אויף אזא גאון וצדיק!
רבי יחיאל זצ"ל האט נישט אינטערסירט געווען און כבוד כי הוא זה, ער האט נאר פארנעמען ערינסטקייט מיט לימוד התורה ויראת ד' טהורה, ער איז בטול ומבוטל געווען פאר א ערליכער איד, אבער שקר האט ער פיינט געהאט בתחלית השנאה,
והי' ראשית מלאכתו געבוירען הארט פאר די קריג ביי חשובע עלטערין הרב אהרן ז"ל און געווען צוויי יאר ווען די ביטערע קריג האט אויסגעבראכן גהערט פון זיין עלטערע ברידער רבי עזריאל יבלחט"א די מסירת נפש וואס זיי האבען געהאט רבי עזריאל האט אבבאכט גגעבן אויף די קינדער זייענדיג 7 אדער 8 יאר ער האט געטראגען אחריות ווי א צוואנציג יעריגען,
שפעטער האבען זיי געוואינט אין ארץ ישראל זיי האבען פשוט נישט געהאט וואס צו עסען
דער פאטער ר' אהרן ז"ל האט אויפגעהויבען דאס גאנצע משפחה געפליכטעט קיין אמעירקע און ג'האט א געז סטעישאן! זיינע בחוירם האבען גארבעט שווער אין ביטער פאר די פרנסה אבער יעדער איז אויסגעשטיגעם ספעשאל
דער רבי יחיאל זצ"ל האט גלערינט און נייטרא ישיבה דערנאך און שערי יושר און פאפא
חתונה געהאט קיין סקווירא, געווארען א איידעם ביי החסיד הישיש מורינו הרב מאיר יודא וואזנער שליט"א לאורך ימים אין זיך מדבק געווען בלב ונפש צום אלטער סקווערא רבי רבי יעקב יוסף זצ"ל, ווען סקווירא איז אריבער מרועה לרועה ואכמ"ל האט ער גענימען זיין וואנדער שטעקען און זיך באזעצט און מאנסי גלערינט און בית המדרש עליון געהארוועט און געטראסקעט שטיקער
רבי יחיאל האט געהאט א ביטול פאר ראחמיסטריווקא רבין שליט"א און פלעגט פארען א' סליחות הושענא רבה,
ווי אויך האט ער ליעב געהאט זייער שטארק די שיעורים פון די פני מנחם מגור זצ"ל ועוד רבות,
רבי יחיאל האט הוראה געהאט פון די פאפא רב זצ"ל און קאשוי רב זצ"ל [ממש אפשר די איינציגסטער דער קאשוי רב האט געגעבען זייער שווער הוראה פארהעדענדיג יעדער סעיף ממש] דער מנחת יצחק דער שבט הלוי ועוד גדולי הוראה וואס האבען מפליא געווען זיין בהירות
און די ל' יארען האט רבי יחיאל מיט די הילף פון זיין גרויסען ברידער הרב עזריאל שליט"א געפינט א כולל פאר חושן משפט צו דורך הארווען חושן משפט מיט א קלארקייט אוועק צו שטעלן דיינים! זכה רבי יחיאל צו מחזיר זיין לימוד חושן משפט לנחלת הכלל! הונדרעטער דיינים זענען אים צו פארדאנקען,
ממוז זיך אפשטעלען דא איין מיניט רבי יחיאל האט געריסען שטיקער פון זיך און פון די לומדי כולל נישט צולאזענדיג קיין הזנחה ביים לערנין ער איז געווען א נאה דורש ונאה מקיים!
זיין דאווענען איז געווען מיט א אש להבה זיינע דרשות זענען געווען צום פינטעל נישט מאירך געווען נאר צום נקידה,
רבי יחאיך האט ממאס געווען בכל גיניוני כבוד נישט פאגרירט און ערגעץ נישט געגאנגן צו אסיפות הרבנים נישט געזאגט דעה'ס נאר געטון וואס ער האט צו טוען מיט א אמת און מיט א ערליכקייט,
ער האט מעמיד געווען א שיינע שטוב רבנים וחתנים רבנים מרביצי תורה והוראה זיין זינען זענען אלע יושבי אהל ללמוד וללמד לשמור ולעשות און איידימער פקיע' שמייהו
זיין איידעם הרב משה פליישמאן א דיין און מכון להוראה, זיין איידעם הרב אליעזר ראובן קרויז א מרביץ תורה און ישיבות מפרסמות, זיין איידעם הרב ישעי ווויינבערגער א מורה הוראה און מנהל מוסד תורת הבית וואס פירט אן די הערליכע פרוייעקט יעדען בין הזמנים לתורת החתנים, זיין איידעם הרב ראובן לעפקאוויטש א משגיח בישיבת הג"ר משה גרין שליט"א, און זיין איידעם הרב מרדכי ווייס מרביץ תורה בלאנדאן

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2017 10:59 am
דורך ימים ידברו
איך וויל ממשיך זיין וועגען הרב יחיאל זצ"ל, ער האט געשריבען טויזענטער תשובות להלכה אין ד' חלקי שו"ע, אן זיין נאמען און די די קובצים משיב הלכה פון די כולל,
ער איז כמעט נישט געזיצען ביי דיני תורה'ס די לעצטע דרייסיג יאר ער איז געווענדליך זעזיצען אין כולל אביסעל געפארען נאך געלט זינט זיין גרויסער ברידער האט אויפגגעבען די החזקת הכולל,
הרב בערל קארניאל שי' איז געשטאנען לימין קדשו מיט החזקת הכולל, ער האט אהערגשטעלט די מייסטעטישע בנין, וואס רופט ארויס רעספעקט פאר דיינים און דיני תורה,
איך וויל דערמאנען עטליכע גרויסע וועלטס דיינים תלמידי מכון להוראה, ווי הג"ר אברהם ברוך ראזענבערג, הג"ר סנדר גראס ראב"ד ביד"ץ אבן המשפט, הג"ר דניאל געלדצהעלער, הג"ר יוהסף בנציון ראטענבערג חדב"ן האדמור וויזניץ, הג"ר אברהם ברוינשטיין, הג"ר משה גביוף, הג"ר חיים וואלף ווייס, הג"ר מרדכי באבד ראבד מכון להוראה, הג"ר וואלף בריעף, הג"ר משה פליישמאן, הג"ר פינחס סענדראוויטש, הג"ר פנחס ראבינאוויטש ראב"ד ביד"ץ עזר ומשפט, ועוד עשרות
זיינע מחותנים זענען, הרב משה שפוטץ משיכון סקווירא, הגאון הרב לייבל ווייס נכד המנחת יצחק זי"ע דיין בלאנדאן ומו"ץ עדה החרדית, הרב בנש"ק ישראל פרידמאן מבארא פארק, הרב ישראל צבי פעלברבוים ממאנסי, הרב יעקב מרדכי וויינבערגער בעל תפלה ומוהל מומחה ומפורסם בבארא פארק, הרב יוחנן צעהנווירטה מנהל רוחני ומומחה בחינוך ב"פ - ולייקוואד, יבלח"ח הגאון רבי יוסף עמרם ווייסמאנדעל זצ"ל ראש ישיבית נייטרא, הרב קרויז ז"ל הרב פליישמאן ז"ל, ועוד

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2017 4:07 pm
דורך berlbalaguleh
ימים ידברו: איך געדענק איהם פון פאפא ישיבה/ביהמ"ד. ער האט אייביג געלערנט בהתמדה רבה. און זיין קול תורה אדער לערענן פאר זיך אדער זיך מפלפל זיין מיט א חברותא, האטציך שטענדיג געהערט בין כותלי ביהמ"ד...יהא זכרו ברוך...!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 9:09 pm
דורך סדרן
אפגעטיילט.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 10:23 pm
דורך ימים ידברו
איך זעה מ'האט געמאכט א באזינדער אשכול, ס'איז דבר בעתו צו פארבלייבען א מזכרת פון אזא גדול בענקים שכוח מנהל!
איך האב נאר געזעהן ער האט פארפאסט א ספר מיט די נאמען כסא משפט א הערליכער חיבור אויף חושן משפט,
ביי די לוי' האט הרב בערל קארניאל יד ימינו ומנהל הכולל והבי"ד, ארויסגברענגט עטליכע הערליכע שטריכען פון זיינע ריינע מידות, צווישען זיי פארענדיג מיט אים נאך געלט, האט ער קיינמאל נישט גפרעגט נאך גייענדיג צו א גביר וויפול האט ער געגעבען? נאך א אקציע האט ער קיינמאל נישט געפרעגט וויפול האט די כולל געמאכט! ער האט געטון זייעניגע נישט נייגעריק אדער אנדערע זייטיגע זאכען, נאר די ענין, ער דארף גיין נאך געלט אלעדיגט ולא יותר, ביי די געלט גייערס ווייסען די יצר הרע צו דורכשמיסען וויפול האט ער געגעבען, פארוואס דאס יאר ווייניגער, צולייגענדיג וואס גיייט דא פאר, אדער ס'נישט לכבודי וכו', ער האט געהארוועט אויף מדות טובות און אויף אלע מעלות שמנו חכמים,
די לעצטע תקופה האט ער געדאווענט אין סטולינ'ער בית המדרש אויף מעין סטריט אין מאנסי, זיצענדיג אויף די אינטערשטע שירה געהארוועט בלעטרע גמרא!
עס איז כדי ווער עס ווייסט א עובדה אדער א זכר טוב צו פאראייביגען מיט מהנה זיין די ציבור שכוח!
ועל זה נאמר זכר צדיק לברכה

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 12:39 am
דורך berlbalaguleh
ימים ידברו: איך בין סתם נייגעריג צו וויסן וואס די אויסערליכע סיבה פון זיין פטירה איז געווען. צו איז ער געווען נישט געזונט פאר א לענגערע צייט...? ווייל ער איז דאך געווען פארהעלטניסמעסיג א יונגער מענטש. (געווען אין ביהמ"ד ווען איך בין געווען אין כיתה י')...!

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 11:18 am
דורך ימים ידברו
איך בין נישט באקאנט די פטירה איך גלייב ביי די שבעה רעדט מען דערפון

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 11:19 am
דורך ימים ידברו
דינסטאג נאכט קומט פאר א הספד און בית המדרש וכולל מכון להוראה

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 12:50 pm
דורך היסטאריקער
ימים ידברו האט געשריבן:איך וויל דערמאנען עטליכע גרויסע וועלטס דיינים תלמידי מכון להוראה, ווי הג"ר אברהם ברוך ראזענבערג, הג"ר סנדר גראס ראב"ד ביד"ץ אבן המשפט, הג"ר דניאל געלדצהעלער, הג"ר יוהסף בנציון ראטענבערג חדב"ן האדמור וויזניץ, הג"ר אברהם ברוינשטיין, הג"ר משה גביוף, הג"ר חיים וואלף ווייס, הג"ר מרדכי באבד ראבד מכון להוראה, הג"ר וואלף בריעף, הג"ר משה פליישמאן, הג"ר פינחס סענדראוויטש, הג"ר פנחס ראבינאוויטש ראב"ד ביד"ץ עזר ומשפט,ר' עמרם האניג, דומ"צ אנטווערפן ועוד עשרות

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 3:35 pm
דורך דער שכן
ימים ידברו האט געשריבן:אוי מי הי' לנו ווי אזוי קען ק"ש דורך לאזען א פטירה פון א גדול בישראל ווי הגאון הגדול רבי יחיאל טויבער זצ"ל אן א גהעריגע הספד און א טרער אויף אזא גאון וצדיק!
רבי יחיאל זצ"ל האט נישט אינטערסירט געווען און כבוד כי הוא זה, ער האט נאר פארנעמען ערינסטקייט מיט לימוד התורה ויראת ד' טהורה, ער איז בטול ומבוטל געווען פאר א ערליכער איד, אבער שקר האט ער פיינט געהאט בתחלית השנאה,
והי' ראשית מלאכתו געבוירען הארט פאר די קריג ביי חשובע עלטערין הרב אהרן ז"ל און געווען צוויי יאר ווען די ביטערע קריג האט אויסגעבראכן גהערט פון זיין עלטערע ברידער רבי עזריאל יבלחט"א די מסירת נפש וואס זיי האבען געהאט רבי עזריאל האט אבבאכט גגעבן אויף די קינדער זייענדיג 7 אדער 8 יאר ער האט געטראגען אחריות ווי א צוואנציג יעריגען,
שפעטער האבען זיי געוואינט אין ארץ ישראל זיי האבען פשוט נישט געהאט וואס צו עסען
דער פאטער ר' אהרן ז"ל האט אויפגעהויבען דאס גאנצע משפחה געפליכטעט קיין אמעירקע און ג'האט א געז סטעישאן! זיינע בחוירם האבען גארבעט שווער אין ביטער פאר די פרנסה אבער יעדער איז אויסגעשטיגעם ספעשאל
דער רבי יחיאל זצ"ל האט גלערינט און נייטרא ישיבה דערנאך און שערי יושר און פאפא
חתונה געהאט קיין סקווירא, געווארען א איידעם ביי החסיד הישיש מורינו הרב מאיר יודא וואזנער שליט"א לאורך ימים אין זיך מדבק געווען בלב ונפש צום אלטער סקווערא רבי רבי יעקב יוסף זצ"ל, ווען סקווירא איז אריבער מרועה לרועה ואכמ"ל האט ער גענימען זיין וואנדער שטעקען און זיך באזעצט און מאנסי גלערינט און בית המדרש עליון געהארוועט און געטראסקעט שטיקער
רבי יחיאל האט געהאט א ביטול פאר ראחמיסטריווקא רבין שליט"א און פלעגט פארען א' סליחות הושענא רבה,
ווי אויך האט ער ליעב געהאט זייער שטארק די שיעורים פון די פני מנחם מגור זצ"ל ועוד רבות,
רבי יחיאל האט הוראה געהאט פון די פאפא רב זצ"ל און קאשוי רב זצ"ל [ממש אפשר די איינציגסטער דער קאשוי רב האט געגעבען זייער שווער הוראה פארהעדענדיג יעדער סעיף ממש] דער מנחת יצחק דער שבט הלוי ועוד גדולי הוראה וואס האבען מפליא געווען זיין בהירות
און די ל' יארען האט רבי יחיאל מיט די הילף פון זיין גרויסען ברידער הרב עזריאל שליט"א געפינט א כולל פאר חושן משפט צו דורך הארווען חושן משפט מיט א קלארקייט אוועק צו שטעלן דיינים! זכה רבי יחיאל צו מחזיר זיין לימוד חושן משפט לנחלת הכלל! הונדרעטער דיינים זענען אים צו פארדאנקען,
ממוז זיך אפשטעלען דא איין מיניט רבי יחיאל האט געריסען שטיקער פון זיך און פון די לומדי כולל נישט צולאזענדיג קיין הזנחה ביים לערנין ער איז געווען א נאה דורש ונאה מקיים!
זיין דאווענען איז געווען מיט א אש להבה זיינע דרשות זענען געווען צום פינטעל נישט מאירך געווען נאר צום נקידה,
רבי יחאיך האט ממאס געווען בכל גיניוני כבוד נישט פאגרירט און ערגעץ נישט געגאנגן צו אסיפות הרבנים נישט געזאגט דעה'ס נאר געטון וואס ער האט צו טוען מיט א אמת און מיט א ערליכקייט,
ער האט מעמיד געווען א שיינע שטוב רבנים וחתנים רבנים מרביצי תורה והוראה זיין זינען זענען אלע יושבי אהל ללמוד וללמד לשמור ולעשות און איידימער פקיע' שמייהו
זיין איידעם הרב משה פליישמאן א דיין און מכון להוראה, זיין איידעם הרב אליעזר ראובן קרויז א מרביץ תורה און ישיבות מפרסמות, זיין איידעם הרב ישעי ווויינבערגער א מורה הוראה און מנהל מוסד תורת הבית וואס פירט אן די הערליכע פרוייעקט יעדען בין הזמנים לתורת החתנים, זיין איידעם הרב ראובן לעפקאוויטש א משגיח בישיבת הג"ר משה גרין שליט"א, און זיין איידעם הרב מרדכי ווייס מרביץ תורה בלאנדאן


יישר כוחכם!

א בילד פון דעם גאון וצדיק ביטע.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 6:04 pm
דורך ימים ידברו
מהאלט שוין נאך די שבעת ימי האבל גדולי הרבנים וועלן היינט מספיד זיין אויף די צעטליך שטייט סגייט רעדען הרב עזריא טויבער מייסד מכון להוראה אחיו הגדול של יבלח"ח הנפטר הגאון האדיר זצ"ל הג"ר רפאל שאהר שליט"א הג"ר מנחם מאיר ווייסמאנדעל שליט"א הג"ר ירוחם אולשין שליט"א און מוועט מכתיר זיין א נייע רב בית המדרש ווייסט ווער וועם מוועט מכתיר זיין?

Re: הגאון רבי יחיאל טויבער ז"ל, ראב"ד מכון להוראה

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 11:24 pm
דורך א איד
וועם האט מען מכתיר געווען?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 1:05 pm
דורך לך לך
זיין זוהן
א גור'ער

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 2:10 am
דורך [NAMELESS]
ושמו?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 11:39 am
דורך ימים ידברו
לשאלת הרבים בנו בכורו מורינו הרב יצחק משה שליט"א נכתר להיות רב ביהמ"ד מכון להוראה הרב יצחק משה איז זייער א חשובער אינגערמאן לערינט מיט תלמידים אין גיבערס זייענדיג מקושר לאדמורי גור איידעם בייהרב אלעזר צבי ברויער משיכון סקווירא
אלטס ראש הכולל און ראש בית דין איז ער נישט אויפגענימען געווארען לכארוה די בית דין איז הרב מרדכי באבד דער ראב"ד און די כולל תחת הרב בערל קארניאל מנהל

Re: הגאון רבי יחיאל טויבער ז"ל, ראב"ד מכון להוראה

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 8:20 pm
דורך א איד
א בילד פון עם האט איינער אפשר?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 8:30 pm
דורך [NAMELESS]
דא האסטע
הרב יחיאל טויבער ע''ה.jpg

Re: הגאון רבי יחיאל טויבער ז"ל, ראב"ד מכון להוראה

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 11:53 pm
דורך א איד
שכח
איך האב געמיינט צו בעטן א בילד פונעם נייעם זוהן, די נייע גאב"ד?

Re: הגאון רבי יחיאל טויבער ז"ל, ראב"ד מכון להוראה

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 12:00 am
דורך סאשי פיש
געב א לייק אז דו האסט הנאה

Re: הגאון רבי יחיאל טויבער ז"ל, ראב"ד מכון להוראה

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 9:42 am
דורך א איד
נו יעצט ביזטו צופרידן?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 12:36 pm
דורך יתרו
גענדענק אז בימי חורפי בין איך אמאל אריינגעגאנגען אין מכון להוראה לערנען, נעבען מיר האט איינער איבערגעלאזט א האט קאפ פון א קאפי, מיטאמאל האבן זיינע לעזער אויגן געכאפט אז אפשר וויסט נישט דער נייער אינגערמאן פונעם יהרג ואל יעבור איסור פון נישט טרינקען קאפי אין בית מדרש, ער איז געקומען צולויפן מיט איין אימפעט מיר אריינגעגעבן א פסוק כמו שצריך, כהאב אויסגעווארט ביז די ענדע און איפ גענטפערט מיא א רואיגקייט דאס איז נישט מיינע, געדענק איך נישט צו ער האט זיך אנטשולדיגט.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 1:57 pm
דורך ימים ידברו
יתרו הרב יחיאל איז געווען זייער שארף ער האט נישט געהאט קעגען דיר אדער קעגין איינעם ער דארף קיינעם נישט איבערבעטעןער פארשטייט אז אין ארבעט הערשט נישט קיין הפקרות מטרינקט נישט משמיעסט נישט משלאפט נישט די ניווא ערינסטקייט האט ער גענמאנט פון זעך און פון זיינע כולל אינגעלייט ער האט נישט געדולדעט אז די בתי ד' זאל זיין א מקום ווי מענטשען רעסטען און פראדוסען נישט ער איז געווען גרעכט לכאורה די זיי מוחל און בעט אים איבער פאר חוזק מאכען פון אזא ערינסטקייט

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 2:05 pm
דורך יתרו
אויב עפעס ברויך ער מיר איבערבעטן, איך געדענק איך בין געווען באליידיגט און אשפר אביסעל פארשעמט, ווייל ער האט מיר נישט געפרעגט צו עס מיינס פאר ער האט מיר געגעבן א פסק (ווי אזוי עס וואלט זיך פארלאנגט מחוקי התורה והיושר). אבער איך בין דא מגלה אז איך בין אים מוחל בלב שלום.
#ריגעלע ריגעלע רוגז