בלאט 1 פון 1

ווידעא וויאזוי מען מעסט האר פון מיידלעך...

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 8:51 am
דורך טרויבן88
אויפן וועב האט ארויסגעגאנגען א קליפ וויאזוי מען מעסט האר פון מיידלעך אין לעיקוואוד...
היללעריאס

https://drive.google.com/file/d/0B7KMsI ... p=drivesdk
you tube clip

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 8:58 am
דורך diff

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 8:59 am
דורך ברוך שאמר
יעדע סקאאל מעג אין זאל האבן תקנות אז די האסט עס נישט ליב you have a choice

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 9:03 am
דורך diff
די עלטערן דארפן מחליט זיין די תקנות

Re: ווידעא וויאזוי מען מעסט האר פון מיידלעך...

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 9:06 am
דורך טרויבן88
די נושא דא איז נישט צי עס איז ריכטיג צי נישט, על פי רוב האלטן אלע דא אז עס ברויכט זיין תקנות... אבער עם כל זה די כח פון ווידעא איז אז מענטשן טראכטן נאכאמאל פון די זאך צי עס איז ריכטיג צי נישט... און רוב פארשטייען אז די ווידעא איז גרויליג, איי עס מיז זיין... אבער עס איז נאך אלץ גרויליג...

#קעטש 22

Re: ווידעא וויאזוי מען מעסט האר פון מיידלעך...

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 9:13 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
וואס הייסט יעדער סקול מעג? ווען איינער שרייבט זיך אריין אין מיטען ווינטער, האט ער דען געוואוסט פון די טירוף? צוויי וואכען איידער מ׳הייבט אן שפרינגט מען אזא משוגעס, האבען מיר דען זיך אוועק געגעבען אלץ עבד נרצע פאר יעדער צוקונפטיגע משוגעס?

און דער ׳מעג האבען׳ איז אויך נאנסענס. מ׳מעג נישט טוהן וואס מ׳וויל ווייל ס׳איז ׳מיינס׳. א מענטש איז נישט דיינס און דיין רעכטען זענען באגרעניצט צו דיין פליכטען. דו קענסט נישט פאדערען די מיידלעך זאלען קומען קערען דיין שטוב, וואשען דיין קליידער צו קאכען דיין וועטשערע. ס׳איז נישט ׳דיינס׳. וואס די קינדער דארפען, מעגסטו. און דאס איז נישט פון די רשימה פון וואס קינדער דארפען.

ברוך הוי"ה שהציל אותי ואת בתי פון דער אנשטאלט. מיט אפענע השגחה האב איך זיך ארויס געזע׳ען פון די מוסד.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

Re: ווידעא וויאזוי מען מעסט האר פון מיידלעך...

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 9:42 am
דורך דער גאלדענער אדלער
מיר פלעגט אמאל זייער אויפרעגן די אלע "עקטראמיסטישע תקנות" ס'האט מיך ממש ארויס גענומען פון די כלים, אבער לעצטענס ווען כ'הער אדער זעה (שכוח גאט פארן באשאפן אזא טייערע מושג וואס הייסט "אינטערנעט") בין איך מיך ממש מחי', אוודאי שפיר איך זייער שלעכט פאר די קרבנות פון די פארשאלטענע עקסטרעמיסטן, אבער פון די אנדערע זייט טראכט איך, אז ווי מער עקסטריעמיזם מ'וועט ארויפלייגן אויף אינזערע קעפ אלץ שנעלער וועט די באלון פלאצן, וואס כ'האף און בעט ס'זאל זיין בקרוב ממש.

Re: ווידעא וויאזוי מען מעסט האר פון מיידלעך...

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 10:02 am
דורך קל וחומר
יעדע פריוואטע סקול אין אמעריקע האט תקנות וואס ווערן אינפארסירט בכל התוקף. א אידישע סקול איז אבער געבויעט אויף צו דינען דעם געמיש פונעם ציבור און ברויך ארבעטן מיט אלע סארטן. (די שטרענגע אינפורסירונגען איז בעצם א גויאישע זאך אויף וואס מען ברויך שטארק מוחה זיין. אפשר וועט מען דינגען ציממערמאן צו אויפוועקן דעם עולם פון אזוי פארגויאישט ווערן)

ס'דא א קליפ פון הרב שטיינמאן ווי צוויי פון די הנהלה קומען אים פרעגן וועגן אריינלאזן קינדער פון א שוואכערן שטוב אין מוסדות ווען ס'דא עלטערן וואס פארפירן אז זיי ווילן נישט אז די שוואכערע זאלן זיין אין איין קלאס מיט זייערע קינדער. ער געט זיי אריין קאלטס און ווארעמס פארן זיין אזעלכע בעלי גאוה. דער בריסקער רב און דער סטייפלער וכו' האבן נישט געהאט קיין פראבלעם צו שיקן אין א קלאס מיט די שוואכסטע קינדער, און דער בעל גאוה האט יא א פראבלעם!?!
זה סתם גאוה!, טענה'ט ער.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 10:07 am
דורך שמעקעדיג
נאך א מזל עס איז דא קעמערעס וואס כאפן אפ די אלע עוולות און זענען מפיץ די קליפס פאר יעדן צו זעהן.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 10:29 am
דורך טרויבן88
IMG_20170904_172731.jpg


איך ווייס נישט ווי קראנט דעס איז

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 4:15 pm
דורך אישתישבי
איז אזוי, יעדער וויל גיידליינס, תקנות, ד.ה. אין בארא פארק וועט מען וועלען מעגען גיין לענגערע האר ווי ווילי, צו אפשר דינערע זאקען, אבער נישט אזוי דין ווי פלעטבוש וכו'.

די שאלה איז וויאזוי פארענדיגט מען אז מען זעהט למעשה די ווידעא, אז צו דער פאזיציע פין די הנהלה קומען אהן גרויליגע מענטשען וואס ענפארסירן אויף א גרויליגע וועג.

וואס איז די חשבון פין האבען אלע' מיידלעך אריין קומען מעסטן ווען מען קען יענער טאג לייגען די האר אין א פאני, צו לייגען אביסל שפריץ צו מאכען דער האר מער ארויף?

דער חשבון איז אריין צו ברענגען יראה, און א הרגשה פין אינטערטעניגקייט, און דאס צייגט דער ווידעא.

און עס צייגט אז ס

Re: ווידעא וויאזוי מען מעסט האר פון מיידלעך...

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 4:34 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
לאמיר עפעס אוועק שטעלען וועגען די סקול. דאס הייסט א ריזיגע גוטע סקול, יעדער וואס איז דארט רעדט פון דעם אלץ דער בעסטע סקול פון אלעם, מער ווי סיי וועלכע סקול. פארוואס? ווייל די אקאדעמישע סטאנדארדען זענען זייער הויך. מ׳דערציילט אז אין היי סקולס זענען די מיידלעך פיהל ווייטער ווי אלע אנדערע.
א חלקם פון די הצלחה פון די סקול, איז די מנהלת, א חסידישער גראדע, וואס איז א ריזיגע כח. אלע מיידלעך האבען איהר ליעב און זי טרייבט אלץ מער און מער. זי איז טאקע שטרענג וועגען צניעות, מ׳זאגט זי קען כאפען איינעמ׳ס קלייד און אראפ רייסען די hem ווייל ס׳איז צו קורץ געווארען וכדו׳, אבער די מיידלעך שטעלען זיך צו.
צוליעב דעם, האבען זיי דארט מיידלאך פון מער אויפגעקלערטע (אויפגעקלערט ביי ליטווישע מיינט אז דיד מאמע האט שטודירט א קאלעדזש פראגראם, נישט די טאטע׳ס הויזען), און א טייל פון זיי זענען נישט צוגעשטעלט צו די צניעות נארמען וואס די מער היימישע\ישיבישע האבען. דעריבער זוכט זי אלץ עצות דערפאר.

די נערישקייט, וואס כפי המסופר אויף די אינטרנט, האבען זיי אפגעשטעלט נאך די בזיונות, שיינט צו זיין א חלק פון די פראבלעם, נאר פארשטייט זיך, טאמער מ׳באשרייט עס נישט, וועלען שוין אלע מוסדות נאכמאכען.

גראדע, האט מען מיין טאכטער אריינגענומען דארט, נאר פאר פארשידענע סבות האב איך דארט נישט געשיקט, הודו להוי"ה כי טוב אז מ׳האט מיר געראטעוועט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 5:12 pm
דורך מיר'ער בחור
איז אשת הרב ב. פאשקעס די מנהלת דארטן?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 5:46 pm
דורך אישתישבי
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:לאמיר עפעס אוועק שטעלען וועגען די סקול. דאס הייסט א ריזיגע גוטע סקול, יעדער וואס איז דארט רעדט פון דעם אלץ דער בעסטע סקול פון אלעם, מער ווי סיי וועלכע סקול. פארוואס? ווייל די אקאדעמישע סטאנדארדען זענען זייער הויך. מ׳דערציילט אז אין היי סקולס זענען די מיידלעך פיהל ווייטער ווי אלע אנדערע.
א חלקם פון די הצלחה פון די סקול, איז די מנהלת, א חסידישער גראדע, וואס איז א ריזיגע כח. אלע מיידלעך האבען איהר ליעב און זי טרייבט אלץ מער און מער. זי איז טאקע שטרענג וועגען צניעות, מ׳זאגט זי קען כאפען איינעמ׳ס קלייד און אראפ רייסען די hem ווייל ס׳איז צו קורץ געווארען וכדו׳, אבער די מיידלעך שטעלען זיך צו.
צוליעב דעם, האבען זיי דארט מיידלאך פון מער אויפגעקלערטע (אויפגעקלערט ביי ליטווישע מיינט אז דיד מאמע האט שטודירט א קאלעדזש פראגראם, נישט די טאטע׳ס הויזען), און א טייל פון זיי זענען נישט צוגעשטעלט צו די צניעות נארמען וואס די מער היימישע\ישיבישע האבען. דעריבער זוכט זי אלץ עצות דערפאר.

די נערישקייט, וואס כפי המסופר אויף די אינטרנט, האבען זיי אפגעשטעלט נאך די בזיונות, שיינט צו זיין א חלק פון די פראבלעם, נאר פארשטייט זיך, טאמער מ׳באשרייט עס נישט, וועלען שוין אלע מוסדות נאכמאכען.

גראדע, האט מען מיין טאכטער אריינגענומען דארט, נאר פאר פארשידענע סבות האב איך דארט נישט געשיקט, הודו להוי"ה כי טוב אז מ׳האט מיר געראטעוועט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk



שמע מינה תלת
ליטוואקס ווייב איז אויפגעקלערט (שטייציך קאלעדזש)
ליטוואק טראגט היימישע הויזען (אגאנצע זמן אהן אויסוואשן)
א חסידישע מנהלת איז בעסער ווי א ליטווישע.

העי, מיט א שמייכעל.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 1:13 pm
דורך מיש-נייעס
די גאנצע זאך איז א סקעם, עס קומט פון א מאווי וואס זיי האבן ארויסגעגעבן.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 2:08 pm
דורך Chasidishmashpia
ברוך שאמר האט געשריבן:יעדע סקאאל מעג אין זאל האבן תקנות אז די האסט עס נישט ליב you have a choice

האבן זיי דען א CHOICE? למשל א סאטמערע וואס מוז שיקן אין סאטמער ווייל ער ''באלאנגט'' צו דעם קרייז האט א CHOICE?
איך פארשטיי אז דא רעדט מען נישט פון א סאטמערע סקול אבער מיין הערה איז אויפ'ן געדאנק אז עלטערען האבן א CHOICE וואס איז נישט אזוי ריכטיג לענ''ד

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 2:10 pm
דורך יתרו
מיש-נייעס האט געשריבן:די גאנצע זאך איז א סקעם, עס קומט פון א מאווי וואס זיי האבן ארויסגעגעבן.

קום אריין קלארער ווער האט ארויסגעגעבן און ווי הייסט די מאווי?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 7:43 pm
דורך berlbalaguleh
די מאווי הייסט ...סעלעקציעס פון אויש... לעיקוואוד...! דאס דערמאנט אין א פארם פון סעלעקציעס פון א טונקעלע תקופה ווען א געוויסער פארשוין איז געזיצן אנגעטון מיט ווייסע הענטשקעס אן ר'האט געהאלטן א קליין שטעקעלע אין זיין האנט. און ער האט געמשפ'ט מי לחיים ומי למוות...!

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 12:56 pm
דורך ציבעלע-קיגל
נאך א מזל זיי רופען זיך אידן, און זיי קאנען דאס אנרופען אידישקייט און פרום-קייט. א גוי האט דאס נעבעך נישט