בלאט 1 פון 1

היסטארישע הכנסת ספר תורה אין סקווירא

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 1:09 pm
דורך יתרו
עס טוט זיך אויף טישן און בענק אין סקווירא, די רבי שרייבט א ספר תורה, און היינט איז די הכנסת ספ"ת, און עס אינוואלווד דערין אנשים נשים וטף. יעדער קען באקומען אן אות אדער ווארט אין די ספר תורה לויט די קבלות וואס מען איז זיך גרייט מקבל צו זיין, נאט אייך א ליסט פון די תקנות:

ילדים און בחורים- אויב מען איז זיך מקבל נישט אונצוקוקען א קאמפיוטער, נישט צו רירן א סמארט פאון און נישט האבן קיין אומגעפילטערע עם פי טרי (מען מעג נאר האבן אזאנס וואס מען קען נישט אריינלייגן קיין SD קארד)

אברכים- אויב מען איז זיך מקבל נישט צו ניצן קיין סמארט פאון אין בית המדרש, און אין שטוב, נאר אין ביזנעס און נאר געפילטערט פאר פינעף יאר.
אויב מען איז זיך מקבל פאר א גאנץ לעבן דעמאלטס שרייבט מען ארויף די נאמען אויף די מענטעלע פון די ספר תורה (אינעווענדיג פון די מענטעלע).

פרויען- אויב מען איז זיך מקבל נישט צו גיין מיט ליפסטיק, סנאודס, און אויך נישט גיין מיט קיין קליינע העטס, נאר העטס וואס גרייכט ביז די אויערן.
עס טוט זיך אסאך שלום בית קעיסעס ווען דער מאן וויל איין זאך און די פרוי האלט נישט דערביי.
די אינגעלייט נעמען עס זייער ערענסט ווייל די רבי גייט ליינען אין די ספר תורה יעדע וואך.
[tag]ישראל גלויבער[/tag] קום אריין און געב איבער מער דעטאלירטע אפדעיטס

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 1:13 pm
דורך אישתישבי
וואס באדייט באקומען א אות אדער ווארט אין א ספר תורה?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 1:16 pm
דורך יתרו
די אות אדער ווארט איז דעדיקעטעד פאר יענעמס נשמה

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 2:12 pm
דורך diff
א געוואלדיגער איינפאל. שיין צוזען א מקען זיין מענשליך

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 3:10 pm
דורך [NAMELESS]
מה פתאום? ס׳איז דא א מאנגל פון ספרי תורה אין שיכון סקווירא?

Re: היסטארישע הכנסת ספר תורה אין סקיוורא

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 3:38 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ס׳הערשט א ריזיגע מאנגאל פון היסטארישע ספרי תורה אין שיכון סקווירא. אלזא, האט מען מחליט געווען אז מ׳דארף שרייבען א נייעם.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 3:45 pm
דורך מיש-נייעס
אוי! א בראך אויף קאווע שטיבל!


ווייל דער קאווע שטיבל נציג פון סקווירא שטייט יעצט אין א ערענסטע דילעמע א אות אינ'ם היסטארישן ספר און אוועק מיט'ן סמארטפאון, אדער א אות ווייניגער אין די תורה און א סאך אותיות אין קאווע שטיבל?

פארוואס מוזן די רבי'ס אלעמאל אונז שטעלן אין אזעלכע ביטערע נסיונות

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 7:29 pm
דורך ישראל גלויבער
יתרו האט געשריבן:[tag]ישראל גלויבער[/tag] קום אריין און געב איבער מער דעטאלירטע אפדעיטס

איך האב געהערט דערוועגן, אבער כ'בין נישט באקאנט וואס טוט זיך דארט יעדן טאג, איך פאר קיין סקווער סיזענעל

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 2:02 pm
דורך סיד ההיכל
מען האט פארגעסן מוסיף צו זיין

רביס און יוצאי חלציהם - אויב מען איז גרייט זיך מקבל צו זיין צו לאזן אידן דאווענען וואו זיי ווילן, און מען רודפט נישט דעם וועם זיי דאכט זיך אז ער גלייכט נישט אלעס, און מען געט זיך נישט נאך די תאוות פון שיינע קארס און רחבת'דיגע הייזער און נאך מער רחבת'דיגע וועקיישן, און מען מאכט נישט פון די תורה א קרדום לחפור בה, און מען מעלקט נישט אויס ביי עניים ואביונים זייערע לעצטע פרוטה, אויב זיי וועלן דאס אלעס זיך מקבל זיין וועלן זיי ווערן אויס רביס און רבישע אייניקלעך און ממילא וועט מען שוין נישט דארפן נאך א היסטארישע ספר תורה ווייל ס'יז ברוך השם דא געניג.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 2:59 pm
דורך diff
פארגינסט נישט?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 7:38 pm
דורך מרדכי ישראל
וואס טוט מען טאמער איינער ברעכט זיין החלטה און 20 יאר ארום גייט מען אויסמעקן זיין אות?

Re: היסטארישע הכנסת ספר תורה אין סקווירא

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 9:58 pm
דורך נעגעל וואסער
די מאדנע תקנות וואס זיי מאכן קען מען נאך אפשר פארשטיין.. אבער די פאקט אז כמעט אלע סקווירא חסידים פילן אז אויב זיי גייען נישט זוכה זיין צו האבן אן אות אין רבי'ןס ספר תורה וועלן זיי זיין ממש אויסגעשפילט, דאס איז שוין צו פיהל פאר מיר!.. ווי אזוי מ'איז אזוי מצליח צו לעבן אין א באבל איז בי'יאנד מי.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 10:49 pm
דורך תנחום
מרדכי ישראל האט געשריבן:וואס טוט מען טאמער איינער ברעכט זיין החלטה און 20 יאר ארום גייט מען אויסמעקן זיין אות?

א אות? ח"ו. מ'מעקט איהם אויס.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 12:42 pm
דורך יתרו
נעגעל וואסער האט געשריבן:די מאדנע תקנות וואס זיי מאכן קען מען נאך אפשר פארשטיין.. אבער די פאקט אז כמעט אלע סקווירא חסידים פילן אז אויב זיי גייען נישט זוכה זיין צו האבן אן אות אין רבי'ןס ספר תורה וועלן זיי זיין ממש אויסגעשפילט, דאס איז שוין צו פיהל פאר מיר!.. ווי אזוי מ'איז אזוי מצליח צו לעבן אין א באבל איז בי'יאנד מי.

נאכן רעדן מיט פיצאליגע סקווירא חסידים איז מיר אויך שווער געווארן די זעלבע קשיא
#אנפריקעןבעליוועבעל

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 12:47 pm
דורך סמבטיון
אויף די בילדער זעט זיך אן א ריזיגן עולם, איך האב נישט געוויסט סקווירא פארמאגט אזא ציבור דאהי.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 2:30 pm
דורך ישראל גלויבער
מ'קען נאך קויפן א אות?

Re: היסטארישע הכנסת ספר תורה אין סקווירא

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 4:29 pm
דורך או אינו
יתרו האט געשריבן:
נעגעל וואסער האט געשריבן:די מאדנע תקנות וואס זיי מאכן קען מען נאך אפשר פארשטיין.. אבער די פאקט אז כמעט אלע סקווירא חסידים פילן אז אויב זיי גייען נישט זוכה זיין צו האבן אן אות אין רבי'ןס ספר תורה וועלן זיי זיין ממש אויסגעשפילט, דאס איז שוין צו פיהל פאר מיר!.. ווי אזוי מ'איז אזוי מצליח צו לעבן אין א באבל איז בי'יאנד מי.

נאכן רעדן מיט פיצאליגע סקווירא חסידים איז מיר אויך שווער געווארן די זעלבע קשיא
#אנפריקעןבעליוועבעל
זייט בריאת העולם האבן שוין סטאדעס שאף געפאלגט איינער וואס האט זיך אהערגעשטעלט צי זיין זייער פאסטוך,. די קינדער פין די שעפעלעך האבן שוין נישט געזיכט אן איברצייגונג אז דער פאסטוך איז זייערס א געטרייער ווייל זיי האבן נאכגעטוען די עלטערן. ויהי היום אין די פאסטוך הלכו לעולמו אין די קינדער האבן איבערגענימען די לייצעס אבער זייער ארבעט האט שוין גארנישט פארלאנגט ווייל די שעפלעך זענען שוין געוועהן געפראגרעמט הוא ואין בלתי עד יום מותי.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 5:07 pm
דורך יתרו
ישראל גלויבער האט געשריבן:מ'קען נאך קויפן א אות?

נישט נאר אן אות נאר אפילו גאנצע ווערטער איז נאך עוועליבעל, ווי איך האב געהערט קען מען וועלן וועלכע ווארט מען וויל.
דיר וואלט איך געראטן צו וועלן ישימך אלקים כאפרים וכמנשה

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 10:28 pm
דורך ישראל גלויבער
יתרו האט געשריבן:
ישראל גלויבער האט געשריבן:מ'קען נאך קויפן א אות?

נישט נאר אן אות נאר אפילו גאנצע ווערטער איז נאך עוועליבעל, ווי איך האב געהערט קען מען וועלן וועלכע ווארט מען וויל.
דיר וואלט איך געראטן צו וועלן ישימך אלקים כאפרים וכמנשה

נאאאא מנשה איז דא איינס. און כ'גלייב אז ער האט זיך שוין געקליבן א פסוק

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 9:48 am
דורך שאולדיספריםפאקער
או אינו האט געשריבן:
יתרו האט געשריבן:
נעגעל וואסער האט געשריבן:די מאדנע תקנות וואס זיי מאכן קען מען נאך אפשר פארשטיין.. אבער די פאקט אז כמעט אלע סקווירא חסידים פילן אז אויב זיי גייען נישט זוכה זיין צו האבן אן אות אין רבי'ןס ספר תורה וועלן זיי זיין ממש אויסגעשפילט, דאס איז שוין צו פיהל פאר מיר!.. ווי אזוי מ'איז אזוי מצליח צו לעבן אין א באבל איז בי'יאנד מי.

נאכן רעדן מיט פיצאליגע סקווירא חסידים איז מיר אויך שווער געווארן די זעלבע קשיא
#אנפריקעןבעליוועבעל
זייט בריאת העולם האבן שוין סטאדעס שאף געפאלגט איינער וואס האט זיך אהערגעשטעלט צי זיין זייער פאסטוך,. די קינדער פין די שעפעלעך האבן שוין נישט געזיכט אן איברצייגונג אז דער פאסטוך איז זייערס א געטרייער ווייל זיי האבן נאכגעטוען די עלטערן. ויהי היום אין די פאסטוך הלכו לעולמו אין די קינדער האבן איבערגענימען די לייצעס אבער זייער ארבעט האט שוין גארנישט פארלאנגט ווייל די שעפלעך זענען שוין געוועהן געפראגרעמט הוא ואין בלתי עד יום מותי.

די זעלבע ווארט קענסטו אויך נוצן אויף בעצם יודישקייט

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 10:06 am
דורך תורה ומדע
חס ושלום :?

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 10:30 am
דורך תורה ומדע
שאולדיספריםפאקער האט געשריבן:
או אינו האט געשריבן:
יתרו האט געשריבן:
נעגעל וואסער האט געשריבן:די מאדנע תקנות וואס זיי מאכן קען מען נאך אפשר פארשטיין.. אבער די פאקט אז כמעט אלע סקווירא חסידים פילן אז אויב זיי גייען נישט זוכה זיין צו האבן אן אות אין רבי'ןס ספר תורה וועלן זיי זיין ממש אויסגעשפילט, דאס איז שוין צו פיהל פאר מיר!.. ווי אזוי מ'איז אזוי מצליח צו לעבן אין א באבל איז בי'יאנד מי.

נאכן רעדן מיט פיצאליגע סקווירא חסידים איז מיר אויך שווער געווארן די זעלבע קשיא
#אנפריקעןבעליוועבעל
זייט בריאת העולם האבן שוין סטאדעס שאף געפאלגט איינער וואס האט זיך אהערגעשטעלט צי זיין זייער פאסטוך,. די קינדער פין די שעפעלעך האבן שוין נישט געזיכט אן איברצייגונג אז דער פאסטוך איז זייערס א געטרייער ווייל זיי האבן נאכגעטוען די עלטערן. ויהי היום אין די פאסטוך הלכו לעולמו אין די קינדער האבן איבערגענימען די לייצעס אבער זייער ארבעט האט שוין גארנישט פארלאנגט ווייל די שעפלעך זענען שוין געוועהן געפראגרעמט הוא ואין בלתי עד יום מותי.

די זעלבע ווארט קענסטו אויך נוצן אויף בעצם יודישקייט

נאר אויף די אידישקייט וואס איז געבויעט אויף בלויז אמונה און רגש.