בלאט 1 פון 1

דער מהלך החיים און דער סמארטפאון

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 7:45 am
דורך טרויבן88
עס איז נישט קיין אלטע זאך עס איז בסך הכל אויב מיר רעכענען עס פון 2012 וואס פארדעם האט עס נישט געהעריג געארבעט בנוסף וואס עס איז נאר געווען דעמאלטס 3-גי, איז עס בערך פינף יאר אלט, אין די פינף יאר אסאך אסאך אריבער, סיי אין די חרדי'שע וועלט און סיי אין די פרייע וועלט,

אין די חרדי'שע איז עס געווארן אויפגענומען געווארן מיט שרעק און אנגסט, באזירט אויף א געמיש פון סיבות, אבער האט צוויי שרשים, איינס איז דאס באקומען פרייע צוטריט די די פרייע וועלט אן קיין ארבעט פון זיך דארפן טרעפן ערגעץ אדער רופן, מען קען זיך טרעפן דורך די אלע מעסעדזשינג זייטלעך, מען קען ליינען וואס מען וויל אן קויפן ביכער אן זיך שלעפן צי א לייבערי, און די צווייטע זאך איז די צוטריט צו אומאיידעלע מאטריאל וואס לויט אונז אידן איז עס אסור על פי תורה,

אין די פרייע וועלט פארט עס בעסיקלי אן קיין שום עכטע ווידערשטאנד באופן כללי, אין סקול ווי איך פארשטיי ברענגט יעדער די סמארטפאון וכו', זיידעס האבן זיך נאך נישט צוגעכאפט דערצו, אבער אחוץ פון זיי האבן קינדער פון זעקס יאר און העכער שוין סמארטפאונ'ס, ווי מען גייט און ווי מען שטייט זעט מען קינדער ווארטן מיט די מאמע אין א סטאר האלטן א ריזן זעקס אינטש טעלעפאון אין די האנט און פליען פון איין יו-טוב ווידעא צי די צווייטע און דערנאך צי קענדי קראש און אלע אנדערע געימס,

דער לעבן איז געווארן בעסער און ליפטיגער, און לטוב, ס'איז שווער אויסצורעכענען יעדע זאך וואס ס'האט זיך געטוישט, אבער אינפארמאציע איז געווארן אוועילעבעל פאר יעדן צוגלייך, אויב זענט איר אין א סטאר און איר דארפט האבן איי-די קען מען עס דיר אריינשיקן א פיקטשער אויף וואטסעפפ אן דארפן צוריקגיין, ווילט איר אנקומען ערגעץ קען איר ביז רגעים טרעפן די פלאץ, לאנדעט איר אין א פרעמדע מדינה האט איר א איבערטייטשער אויפן טעלעפאון, יעדע געשעפט קען מען טרעפן אין רגעים אן דארפן קוקן אין א ביכל ווי עס איז, אדער אנשטאט אריינרופן אינפארמאציע צענטער אויסצוגעפינען ווי דער פלאץ איז, דירעקציעס פאר קאר/באס/באן/טעקסי קען מען טרעפן אין גוגל, ווילט איר עפעס קויפן קענט איר אויפזוכן אינפארמאציע צי עס איז יא גוט אדער נישט, ווען ס'צוברעכט זיך און ווען ס'ארבייט, אלעס איז געווארן ביליגער ווייל קאמפעטישן איז אסאך שטערקער, יעדער קאמפיעט מיט יעדן, נאכדערצו פאר אונז היימישע פלעגט מען קענען רייסן פרייזן בפרט אויף עלעקטראניקס/שיך וכו', מיט די אינטערנעט האט זיך די גאנצע זאך געענדיגט, בנוסף וואס אן די אינטערנעט איז נישט אלע אייטעמס געווען אוועילעבעל אייביג אין די לאקאלע געשעפט, אפגערעדט אויב דו האסט געדארפט א ספעציפישע זאך האסטו געקענט קוקן אין די מעלות פאר א טעלעפאון נומבער און עס באשטעלן און צאלן פאר פעדעקס 34 דאלאר שיפינג (אוי איז דאס געווען צייטן)

דאס אלעס איז די גוטע חלק, אבער צוריק א רגע צי די קינד פון זעקס יאר וואס זיצט אין סטאר מיט א ריזן טעלעפאון און לויפט פון די געים צי יו טוב צי וואטשן קליפס און אינטערסאנטע זאכן, אין די צייט מוטשעט ער נישט די מאמע, איז דאס א גוטע זאך? מען קען זאגן אז יא און מ'קען זאגן אז נישט, אבער וואס איז די תועלת פארן קינד אז אגאנצן צייט טוט ער עפעס?

משה קומט אריין צי א חנוכה פארטי און די ערשטע זאך, נאך פאר וואס ווען וואו, שלעפט ער ארויס די טעלעפאון און מאכט זיך שיעף און שטרעקט ארויס די טעלעפאון פאראויס צו קענען כאפן א גוטן סעלפי מיט די טיש אויסלייג און מיט די גרויסע ווייט פיש און עס ארויסשיקן אויף וואטסעפפ/אינסטעגראם/סנעפטשעט וכו'. וואס משה האט נישט אין אכט גענומען אז ווען ער איז אריינקומען זענען געווען זיינע ברידער/שוועסטער טאטע/מאמע וכו', און פאר וואס ווען וואו גריסט מען יעדן מיט א רואיגקייט און דערנאך כאפ וויפיל פיקטשערס דו ווילסט, משה ווייסט אבער נישט וואס דו ווילסט פון עם, אין זיין משפחה איז טאקע נישט אזוי אריינגעריסן די סמארטפאון אויף א דעגרי אז פון יעדע זאך מוז מען האבן א סנעפ (snap) אבער ער האלט דאך אין איין באקומען פיקטשערס פון חברים פון יעדע געשעעניש, איז פארוואס זאל ער ער זיין צוריקגעשטאנען? שוין משה האט געענדיגט די סנעפּס און ס'איז שוין אויף אלע עפפ'ס, מען באגריסט יעדן, ביז א מינוט שפעטער פאנגט אן אריינפליסן אלע ריפליי'ס איבער ווי שיין ס'איז די בילדער, און די ווייט פיש איז א גרויסע, און די טישטוך איז עפעס וואס איינער האט געזיכט שוין פאר א לאנגע צייט, און ווי האסטו עס באקומען וכו', בקיצור די פיקטשערס זענען ארויס צו איבער דרייסיג חברה און יעדע מינוט קומט אריין נאך א ריפליי און נאך איינס, בקיצור פון די דריי שעה וואס די פארטי איז אנגעגאנגען האט משה גערעדט מיט זיינע קרובים אבער יעדע מינוט האט ער געמוזט איבערהאקן פאר די וויכטיגע מעסעדזשעס וואס זיינע חברים האבן עם אריינגעשיקט, איי מען ענטפערט סתם אויף די נארישע פיקטשער וואס ער האט פריער ארויסגעשיקט, נאר משה טראכט אפילו נישט, ער מוז ענטפערן אויף יעדע זאך און אויף די רגע ווייל אויב נישט...

ווייל אויב נישט, וואס וועט געשען? די ענטפער אויף דעם מוטשענען זיך יעדער איינער, דאקטוירים סייענטיסטן וכו', פאר פינף יאר צוריק איז ארויסגעקומען א שטודיע אז א ארבעטער קוקט די אימעיל צוויי מאל א שעה אפילו עס איז נישט געווען קיין שום דערמאנונג (notification), לויט זיי איז די פחד אונטערן באוואוסטזיין גאר שטארק, און א מענטש האלט אין איין נאכגעבן פאר די פחד אז ס'קען זיין אז ער האט פארפאסט, עס איז אריינגעקומען אן אימעיל און ער האט עס נישט געזען, איי דו קענסט ענטפערן מארגן, און אפילו אויב דו האסט פארפאסט וואט וועט שוין געשען, דאס מאכט אבער נישט אויס, דאס האב געהערט אויך ענ-פי-אר פאר פינף צוריק און דאס איז געווען אויף אימעיל נישט אויף די אלע גרופעס/עפפ'ס, היינט מיט וואטסעפפ/אינסטעגראם וכו' איז עס אסאך אסאך מער צי די שלעכטע זייט, אונז קענען קוקן אויף משה מיט א מאדנע בליק פארוואס איז ער נישט מחשיב די מענטשן ארום עם וואס זענען פאקטיש דא אנטקעגן די מענטשן וואס זענען דא ווירטואל, אבער ער איז שוין נישט בעל הבית, יעצט ער איז אונטער פרעשור צו ענטפערן און ענטפערן,

וואס שטעקט אינטער די גאנצע נושא? קלארער געפרעגט איז דער טעלעפאון אפשר נישט א גוטע זאך? די ענטפער לדעתי איז אז עס ברויכט נאך א תיקון גדול, די פרעשור וואס די טעלעפאון האט אריינגעלייגט אין אונז האט צוגעברענגט אז מיר זאלן נישט זיין קיין רואיגע מענטשן און מוזן עפעס טון א גאנצע צייט, לדוגמא א מענטש וואקט ארויס פאר 5 מינוט לייגט ער עפעס אריין אין די אויערן, מען קוקט א מאווי און עס איז נישט אינטערעסאנט פאר די רגע שלעפט מען ארויס די טעלעפאון, מען פארט ערגעץ מיט מענטשן וואס זענען נישט די אינטערעסאנסטע ווייטער די טעלעפאון, מ'טרעפט משפחה איז מען ביזי מיט פרעמדע, הצד השוה שבהם אז די טעלעפאון איז א אויסלייז פון סאציאלע פראבלעמען וואס איז מן הסתם גוט אז מענטשן זאלן זיך ספראווען דערמיט, (חוץ אז מען קען בייאלאגיש אויפווייזן אז נישט... (אדער אז מען דארף אויפווייזן אז מענטשן זענען געבוירן זיך צי ספראווען מיט פראבלעמען...) ) דערפאר קען אויסקומען אז מענטשן זאלן זיך טרעפן און טרעפן און זיך קיינמאל נישט באקענען, אין די חלק איז עפעס וואס ווערט און וועט ווערן ערגער און ערגער, און דאס איז זיכער א נושא וואס ברויכט א לעזונג, וואס זעט נישט אויס אז עס וועט קומען עפעס א לעזונג בקרוב,

פון די מיידל אין די סטאר מיט'ן טעלעפאון אויף יו-טוב און געימס, פון משה אלץ אן ערוואקסענער מיט זיינע פראבלעמען, בלייבט פאר אונז אלע צי זען ווי עס וועט גיין.

איין זאך לדעתי איז זיכער, אויב וועט מען שטעקן די קאפ אין זאמד און זאגן אז זאכן זענען גוט וועט עס זיכער זיין קאטאסטראפיש...

איך אליינס האב שוין איינגעשטעלט אסאך פרינציפן, אבער מיט דעם אלעם ארבייט עס נישט אלעמאל, אבער איך האף עס צו איינשטעלן געהעריג,

Re: דער מהלך החיים און דער סמארטפאון

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 10:07 am
דורך טרויבן88
דער עולם דא איז טויט?
איך קען צירוק אנפאנגען רעדן פון סאסייעטי , זעט אויס יענס איז אינטערעסאנטער, א שאד

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 1:05 pm
דורך יתרו
זייער שיין און אמת, עס גייט אויף די נערווען די מענטשן וואס מען קען נישט האבן קיין געהעריגע שמועס מיט ווייל זיי זענען צוגעגלאוד צו זייער סקרין.
דיין קשיא צו דער עולם איז טויט, האסטו שוין אליין פארענטפערט, דער עולם איז אריינגעטונקען אין זייערע פאונס.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 7:06 pm
דורך געוואלדיג
עס איז קלאר און מבשרי אחזה אז טעכנאלאגיע בכלל און אינטערנעט און סמארטפאון בפרט האט זייער א שטארקע כח המושך, און אנדערש פון אנדערע אדיקשנס וואס זענען תאוות ותו לא האט דאס אין דער זייט גרויסע מעלות און אויך איז עס כסדר צו דער האנט וואס מאכט דער נסיון פיל גרעסער, יא איך קען מיך אויך מתקן זיין און פארבעסערן דערין.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 12:00 am
דורך קאצקע ציקער
איים סארי אבער איך גלייב נישט אז ביי די גוים איז אויך אזוי אז ווען מען שמיעס מיט א מענטש נעמט מען יעדע מיניט ארויס דעם פאן קיקן מעסעדזעס. העללוי איך רעדט דאך צו דיר ניין!!!! א ביסל רעספעקט! א חסידישע קרענק

Re: דער מהלך החיים און דער סמארטפאון

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 2:49 am
דורך מוזיק עקספערט
קאצקע ציקער האט געשריבן:איים סארי אבער איך גלייב נישט אז ביי די גוים איז אויך אזוי אז ווען מען שמיעס מיט א מענטש נעמט מען יעדע מיניט ארויס דעם פאן קיקן מעסעדזעס. העללוי איך רעדט דאך צו דיר ניין!!!! א ביסל רעספעקט! א חסידישע קרענק
גערעכט, ביי די גוים איז טאקע נישט אזוי נאר ס'איז אסאך ערגער!

Sent from my 5056N using Tapatalk

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 9:25 am
דורך טרויבן88
קאצקע ציקער האט געשריבן:איים סארי אבער איך גלייב נישט אז ביי די גוים איז אויך אזוי אז ווען מען שמיעס מיט א מענטש נעמט מען יעדע מיניט ארויס דעם פאן קיקן מעסעדזעס. העללוי איך רעדט דאך צו דיר ניין!!!! א ביסל רעספעקט! א חסידישע קרענק

[tag]קאצקע ציקער[/tag] עס זעט אויס זייער קלאר פון דיינע ווערטער אז די דרייסט זיך נישט ציפול ארום גוים, דערפאר זע איך נישט פארוואס די לייגסט אראפ די הנחה, און צווייטנס, פארוואס זאל די אדיקשאן מצד שכל אויסקלאפּן מער ביי אידן ווי ביי גוים? לויט ווי איך זע שניידט עס אייניג ביי גוים אין ביי אידן, אין ביי יונגע חברה קלאפט עס אויס נאך אסאך שטארקער, זיי ווייסן שוין כמעט נישט וואס עס מיינט בכלל רעדן צי מענטשן און וויאזוי, און דאס איז וואס מאכט מיר פעסימיסטיש אז אויב עס פארט ווייטער אזוי וועט גארנישט קענען טוישן ווייל די יונגע וואקסן אויף אינגאנצן אנדערש פון אונז און ביי וועט דאס זיין די מהלך בחיים, און עס איז זייער זייער א באורינג לעבן,

Re: דער מהלך החיים און דער סמארטפאון

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 9:59 am
דורך קל וחומר
דאס איז זיכער אז די סמארטפאון מאכט און וועט ממשיך זיין צו מאכן גרויסע טוישונגען אין אונזער סאסייעטי און קולטור. די פראגע איז נאר צו מען ברויך דאס שטענדיג מדמה זיין צום אלטן קולטור אדער עס דן זיין לכשעצמו צו עס ברענגט תועלת מער ווי שאדן.
דאס אז מענטשן ליגן מער אינעם ווירטואלן וועלט, מהיכי תיתי אז דאס איז א פראבלעם לכשעצמו?
לאמיר זאגן אז ביז צעהן יאר ארום וועט ניינציג פראצענט פון מענטשנס קאמיוניקאציע זיין ווירטואל, וועט דאס נאר זיין א פראבלעם אויב מען וועט זיך באציען דערצו ווי א זאך וואס האט צוגרינד געלייגט די טראדישענעל קאמיוניקאציע מיטלען.
(דהיינו, דער וואס איז אויפגעקומען מיט כתב ולשון וואלט אפשר בוחר געווען אין סמארטפאון ווען ער האט די אפציע)

Re: דער מהלך החיים און דער סמארטפאון

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 10:28 am
דורך טרויבן88
קל וחומר האט געשריבן:דאס איז זיכער אז די סמארטפאון מאכט און וועט ממשיך זיין צו מאכן גרויסע טוישונגען אין אונזער סאסייעטי און קולטור. די פראגע איז נאר צו מען ברויך דאס שטענדיג מדמה זיין צום אלטן קולטור אדער עס דן זיין לכשעצמו צו עס ברענגט תועלת מער ווי שאדן.

מיינסט צי זאגן אז די גאנצע פראבלעם איז נאר די מדומה צים אלטן שטייגער? און אויב מיר קוקן עס אן ווי א נייע וועג איז עס א זאך וואס מיר דארפן זיך צוגעוואוינען? און נאר וויבאלד מיר זענען נישט רואה את הנולד דערפאר קוקן מיר עס מאדנע?

עס איז מיר כמעט ברור אז אויב עס וועט אזוי לויפן וועט נישט זיין קיין בעסערע וועלט מענטשן וועלן שימלען... און וועט קיינעם נישט ענדזשויען נישט מענטשן און נישט טעלעפאונס,

Re: דער מהלך החיים און דער סמארטפאון

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 11:08 am
דורך דער גאלדענער אדלער
"עס איז מיר כמעט ברור אז אויב עס וועט אזוי לויפן וועט נישט זיין קיין בעסערע וועלט מענטשן וועלן שימלען... און וועט קיינעם נישט ענדזשויען נישט מענטשן און נישט טעלעפאונס,"

טרויבן פ"ח; ס'מוז נישט זיין אזוי, סקען זיין אז יעצט אין אינזער מצב ווי אינז האלטן, אינען צענטער פונעם טרענספארמעישאן פונקט אריבערגייענדיג צו א מער ווירטואלן וועלט און געדענקענדיג גוט די אלטע סטיל וועלט, קוקט עס אויז ווי מ'גייט שימלען, אבער ווען די וועלט גייט זיין ריין ווירטואל איז זייער מעגליך אז מ'גייט גאר שטארק הנאה האבן, ווי אזוי פינקטלעך פארשטיי איך אויך נישט, אפשר מיינט עס אז ס'וועט זיין מער רוחני, א שטייגער ווי עולם הבא??

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 8:37 pm
דורך קאצקע ציקער
טרויבן88 האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:איים סארי אבער איך גלייב נישט אז ביי די גוים איז אויך אזוי אז ווען מען שמיעס מיט א מענטש נעמט מען יעדע מיניט ארויס דעם פאן קיקן מעסעדזעס. העללוי איך רעדט דאך צו דיר ניין!!!! א ביסל רעספעקט! א חסידישע קרענק

[tag]קאצקע ציקער[/tag] עס זעט אויס זייער קלאר פון דיינע ווערטער אז די דרייסט זיך נישט ציפול ארום גוים, דערפאר זע איך נישט פארוואס די לייגסט אראפ די הנחה, און צווייטנס, פארוואס זאל די אדיקשאן מצד שכל אויסקלאפּן מער ביי אידן ווי ביי גוים? לויט ווי איך זע שניידט עס אייניג ביי גוים אין ביי אידן, אין ביי יונגע חברה קלאפט עס אויס נאך אסאך שטארקער, זיי ווייסן שוין כמעט נישט וואס עס מיינט בכלל רעדן צי מענטשן און וויאזוי, און דאס איז וואס מאכט מיר פעסימיסטיש אז אויב עס פארט ווייטער אזוי וועט גארנישט קענען טוישן ווייל די יונגע וואקסן אויף אינגאנצן אנדערש פון אונז און ביי וועט דאס זיין די מהלך בחיים, און עס איז זייער זייער א באורינג לעבן,

טרויבן איך רעד נישט פון די עדיקשאן חלק וואס דאס קען זיין איז טאקע ערגער ביי די גוים אבער די נישט רעספעקט פאר א יומינג ביאינג וועסטו נישט זעהן ביים גוי

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 8:42 pm
דורך קאצקע ציקער
קל וחומר האט געשריבן:דאס איז זיכער אז די סמארטפאון מאכט און וועט ממשיך זיין צו מאכן גרויסע טוישונגען אין אונזער סאסייעטי און קולטור. די פראגע איז נאר צו מען ברויך דאס שטענדיג מדמה זיין צום אלטן קולטור אדער עס דן זיין לכשעצמו צו עס ברענגט תועלת מער ווי שאדן.
דאס אז מענטשן ליגן מער אינעם ווירטואלן וועלט, מהיכי תיתי אז דאס איז א פראבלעם לכשעצמו?
לאמיר זאגן אז ביז צעהן יאר ארום וועט ניינציג פראצענט פון מענטשנס קאמיוניקאציע זיין ווירטואל, וועט דאס נאר זיין א פראבלעם אויב מען וועט זיך באציען דערצו ווי א זאך וואס האט צוגרינד געלייגט די טראדישענעל קאמיוניקאציע מיטלען.
(דהיינו, דער וואס איז אויפגעקומען מיט כתב ולשון וואלט אפשר בוחר געווען אין סמארטפאון ווען ער האט די אפציע)

דערמאנסט מיר פון א ווערטל ווי יענער זאגט נאך א מזל די טעקסט מעסעדז איז ארויס געקימען נאכן רעדן שטעל דיר פאר ס'איז פארקערט קודם וואלט ארויסגעקימען די טעקנאלידזי פון טעקסט אין נאכדעם רעדן וואלטן מענטשן געזאגט ביסט משוגא פארוואס זאל איך עים טעקסטן איך קען דאך עים קאלן!!

Re: דער מהלך החיים און דער סמארטפאון

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 11:29 pm
דורך או אינו
בתוך עמי אני יושבת אין צווישען די פראפעשינעלס אני הולך. ביי אלע מיטונגען אדער פארברענג איז קיין סעלפאן ניטאמאל א נסיון. די דיסקאשען'ס אליינס פיטערט אינז מיט זעטיגקייט אין געפיל אז מיר קאנאטריבוטען איינער פארן אנדערן. דאס זעלביגע איז צווישען בני תורה אין אוודאי אויף א העכערן לעוויל.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 11:52 pm
דורך אישתישבי
איך האב ליעב מיין סמארטפאן, עס העלפט מיר אויך טריט און שריט, אגאנצע טאג פין אינדערפרי ביז ביינאכט זאגט ער מיר וויאזוי אנצוקומען צו פלעצער, פארשטייט זיך נאכדעם וואס ער זאגט מער ווי צו גיין צו קויפען וואס, און כמעט נישטא קיין זאך וואס ער העלפט מיר נישט, ער זאגט מיר וואס צו עסען, וואס צו טראגען, און וויאזוי צו קאכען, וויאזוי צו פלאנצן, וויאזוי אויפצוציען קינדער, ולולא דמיתביישינא, וויאזוי צו רעדען מיט מענטשען און וואס נישט. און ווען מען מעג עס שבת, וואלט עס מיר געבן טיפס וויאזוי צו עסען דער טשולענט אויך.

ממילא ווען עס קומט איינער רעדט בגנות פין איינער וואס איך האב אזוי ליב פאר גוטע סיבות, וועל איך בפירוש נישט אננעמען לשון הרע אויף מיין גוטע חבר!!

Re: דער מהלך החיים און דער סמארטפאון

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 10:18 am
דורך טרויבן88
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:"עס איז מיר כמעט ברור אז אויב עס וועט אזוי לויפן וועט נישט זיין קיין בעסערע וועלט מענטשן וועלן שימלען... און וועט קיינעם נישט ענדזשויען נישט מענטשן און נישט טעלעפאונס,"

טרויבן פ"ח; ס'מוז נישט זיין אזוי, סקען זיין אז יעצט אין אינזער מצב ווי אינז האלטן, אינען צענטער פונעם טרענספארמעישאן פונקט אריבערגייענדיג צו א מער ווירטואלן וועלט און געדענקענדיג גוט די אלטע סטיל וועלט, קוקט עס אויז ווי מ'גייט שימלען, אבער ווען די וועלט גייט זיין ריין ווירטואל איז זייער מעגליך אז מ'גייט גאר שטארק הנאה האבן, ווי אזוי פינקטלעך פארשטיי איך אויך נישט, אפשר מיינט עס אז ס'וועט זיין מער רוחני, א שטייגער ווי עולם הבא??

אינטערעסאנט צי הערן פון [tag]דער גאלדענער אדלער[/tag] אזא פאזיטיווע בליק, פארשטייט אז די איינציגסטע זאך וועט בלייבן צי זען ווער עס וועט זיין גערעכט, אבער ימים ידברו,
לדעתי איז עס נישט אזוי פשוט, איך דריי מיך גענוג ארום, און איך בין נישט אזוי אפטימיסטיש,
וואס מיינט אז א גרופ פון 15 חברה זיצט אין א 'בּאר' און 2 דערפון קענען זיך נישט מצמצם זיין און ענדזשויען די מענטשן און אראפלייגן די טעלעפאון??? א שטיק צייט צוריק בין איך געווען אין טיאטער, און ארומקוקנדיג זעט זיך אן די זעלבע פראבלעם אז געוויסע קענען נישט אראפלייגן די טעלעפאון, איז דאס א פארשטעלונג צי די נייע ווירטועלע וועלט?
איך זע נישט וויאזוי מען קען דאס משבח זיין, אדרבא זיי מיר מסביר וויאזוי דאס וועט ארבייטן אז ווי מען וועט נאר זיין איז מען נישט רואיג אז א נארישע מעסעדזש איז אריינגעקומען, וואטש'ס א מאווי, לייג אוועק ביז די סוף פון די מאווי, עס איז א שעה א שעה אהאלב, פארוואס קענסטו עס נישט אוועקלייגן? דאס איז נישט געזינט לויט קיינעם, אדרבא וויאזוי קען מען עס מצדיק זיין???

און אויב אסאך מענטשן ליידן אויף די זעלבע פראבלעם איז דאס זיכער אזאך וואס מען דארף אויסקומען מיט עפעס א סעלושען,

Re: דער מהלך החיים און דער סמארטפאון

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 10:49 am
דורך דער גאלדענער אדלער
@טרויבן שמונים ושמונה: אזא נעגאטיוע בליק האב איך אין דיינע אויגען, אז ס'זאל זיין

""אינטערעסאנט צי הערן פון @דער גאלדענער אדלער אזא פאזיטיווע בליק,""