בלאט 1 פון 5

ברעקינג: הצדיק ר' יעקב מאיר שעכטער אין אומאן אויף ראש השנה

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 12:49 am
דורך [NAMELESS]
ווי א דונער אינמיטן העלן טאג האט היינט געפלאצט די נייעס אז הצדיק ר' יעקב מאיר וואס איז שוין פאר 30 יאר! נישט געווען אין אומאן איז אין פלאן צו זיין ראש השנה הבעל''ט אין אומאן! פארשטייט זיך אויב עס וועט נישט זיין ''מניעות''.

ר' יעקב מאיר איז בסך הכל געווען נאר איין מאל אין זיין לעבן אין אומאן, ר''ח ניסן שנת תשמ''ח 30 יאר צוריק, ווען יס איז מאך געווען די קומוניסטן און מען איז געפארן מיט מסירות נפש.

Re: ברעקינג: הצדיק ר' יעקב מאיר שעכטער אין אומאן אויף ראש הש

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 2:55 am
דורך יהודי פשוט
אויב וועט מען אריין לאזן צו איהם ראש השנה ביינאכט אויף לשנה טובה זאגן וועט ער מסתמא זיצן א גאנצע נאכט

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:16 am
דורך diff
זי לאזט?

Re: ברעקינג: הצדיק ר' יעקב מאיר שעכטער אין אומאן אויף ראש הש

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 5:29 am
דורך גר ותושב
ר' יעקב מאיר שליט"א אויפן וועיג צום airport
IMG-20170914-WA0000.jpg
IMG-20170914-WA0001.jpg

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 9:44 am
דורך שאולדיספריםפאקער
גר ותושב האט געשריבן:ר' יעקב מאיר שליט"א אויפן וועיג צום airport
IMG-20170914-WA0001.jpg
IMG-20170914-WA0000.jpg

פארוואס פארט ער שוין א וואך פריער ?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 9:45 am
דורך שאולדיספריםפאקער
עמעזאן האט געשריבן:ווי א דונער אינמיטן העלן טאג האט היינט געפלאצט די נייעס אז הצדיק ר' יעקב מאיר וואס איז שוין פאר 30 יאר! נישט געווען אין אומאן איז אין פלאן צו זיין ראש השנה הבעל''ט אין אומאן! פארשטייט זיך אויב עס וועט נישט זיין ''מניעות''.

ר' יעקב מאיר איז בסך הכל געווען נאר איין מאל אין זיין לעבן אין אומאן, ר''ח ניסן שנת תשמ''ח 30 יאר צוריק, ווען יס איז מאך געווען די קומוניסטן און מען איז געפארן מיט מסירות נפש.

די ער אינמיטן העלן טאג ?
ממש אזוי!
וועים פונקטליך אינטערסירט וואס די חברה טהין ביז יעצט איז געוועהן די עטענטשין און די כבוד נישט צוגיין אבער היות עס האט שוין אויסגעוועפט ברויכט מען טוישן אביסל פארשטייסט ?

Re: ברעקינג: הצדיק ר' יעקב מאיר שעכטער אין אומאן אויף ראש הש

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 10:06 am
דורך גר ותושב
ברוך הבא!
IMG-20170914-WA0007.jpg

Re: ברעקינג: הצדיק ר' יעקב מאיר שעכטער אין אומאן אויף ראש הש

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 10:09 am
דורך גר ותושב
C/P
צי אלע מיינע טייערע פריינד וואס ענטפערן מיר א יעדן יאהר ר' יעקב מאיר פארט נישט.
לויפט שנעל און קויפט א טיקעט.

Re: ברעקינג: הצדיק ר' יעקב מאיר שעכטער אין אומאן אויף ראש הש

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 10:18 am
דורך גר ותושב

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 10:19 am
דורך [NAMELESS]
שאולדיספריםפאקער האט געשריבן:
גר ותושב האט געשריבן:ר' יעקב מאיר שליט"א אויפן וועיג צום airport
IMG-20170914-WA0001.jpg
IMG-20170914-WA0000.jpg

פארוואס פארט ער שוין א וואך פריער ?

איך טראכט די סיבה ווייל נאך שבת ווערט שוין א אנגעלייגעניש און מען האט נישט די ישוב הדעת ביים ציון, און ווי עס איז מקובל צווישען אונזערע לייט אז די רבי האט געזאגט פאר זיין טאכטער פאר די פטירה אז כאטש געווענליך א נפטר הערט נישט ווען מען רעדט צו עם וועט ער נאך די פטירה יא הערן ווען מען רעדט צו עם, און היות ר' יעקב האט שוין נישט גערעדט צום רבי'ן א 30 יאר האט ער אסאך צו פארציילען פאר די רבי און דאס נעמט עטליכע טעג...

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 10:21 am
דורך [NAMELESS]
שאולדיספריםפאקער האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:ווי א דונער אינמיטן העלן טאג האט היינט געפלאצט די נייעס אז הצדיק ר' יעקב מאיר וואס איז שוין פאר 30 יאר! נישט געווען אין אומאן איז אין פלאן צו זיין ראש השנה הבעל''ט אין אומאן! פארשטייט זיך אויב עס וועט נישט זיין ''מניעות''.

ר' יעקב מאיר איז בסך הכל געווען נאר איין מאל אין זיין לעבן אין אומאן, ר''ח ניסן שנת תשמ''ח 30 יאר צוריק, ווען יס איז מאך געווען די קומוניסטן און מען איז געפארן מיט מסירות נפש.

די ער אינמיטן העלן טאג ?
ממש אזוי!
וועים פונקטליך אינטערסירט וואס די חברה טהין ביז יעצט איז געוועהן די עטענטשין און די כבוד נישט צוגיין אבער היות עס האט שוין אויסגעוועפט ברויכט מען טוישן אביסל פארשטייסט ?

אויף ר' יעקב מאיר שטייט דאס נישט גוט... פאר ווער עס קען עם פערזענליך זיין הלוך ילך די לעצטיגע צענדליג יארן איז דאס וואס דו שרייבסט זייער נישט פארשטענדליך

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 10:40 am
דורך [NAMELESS]
א התרגשות'דיגע בילד! מען דערקענט די געוואלדיגע התרגשות ווי א בענקענדיג קינד גרייט זיך צו טרעפען מיט זיין טאטע נאך 30! יאר און נישט סתם א טאטע נאר א טאטע א מלך!!

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 10:46 am
דורך שאולדיספריםפאקער
.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 3:15 am
דורך דער דאס
עמעזאן האט געשריבן:ווי א דונער אינמיטן העלן טאג האט היינט געפלאצט די נייעס אז הצדיק ר' יעקב מאיר וואס איז שוין פאר 30 יאר! נישט געווען אין אומאן איז אין פלאן צו זיין ראש השנה הבעל''ט אין אומאן! פארשטייט זיך אויב עס וועט נישט זיין ''מניעות''.

ר' יעקב מאיר איז בסך הכל געווען נאר איין מאל אין זיין לעבן אין אומאן, ר''ח ניסן שנת תשמ''ח 30 יאר צוריק, ווען יס איז מאך געווען די קומוניסטן און מען איז געפארן מיט מסירות נפש.


פאר אינטערעסאנטקייט, ווי אזוי קען ער זיך רופן 'מנהיג ברסלב' אויב איז ער קיינמאל נאך נישט געווען ראש השנה אין אומן?? איז דאס נישט די יסוד היסודות פון ברסלבר חסידות, צו זיין ראש השנה אין אומן??

Re: ברעקינג: הצדיק ר' יעקב מאיר שעכטער אין אומאן אויף ראש הש

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 9:46 am
דורך גר ותושב
ר' יעקב מאיר שליט"א ביים ציון
IMG-20170915-WA0006.jpg

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 10:03 am
דורך [NAMELESS]
אזא חן דאס בילד! שטייט אזוי צווישען עולם אן קיין מצב, מ'ליידיגט נישט אויס ארום ד' אמות, שטייט דערנעבען א בחור'ל אריינגעטון אין זיין ענין קיינער שטערט עם נישט.

אזא אמת! אזא לויטערקייט! א ריינקייט!

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 11:25 am
דורך סקרן
יודעי דבר זאגן אז אין ראדני וועט זיין אסאך פלאץ צו זיצען ווייל אסאך פאהרן מיט ר' יעקב מאיר'ן קיין אומן
אלע יאהרן פלעג'ן זיי זאגן אז זיי פארן נישט ווייל ר' יעקב מאיר'ן פארט נישט
זיי מאכן פון סאטמאר רב א ברסלב'ר און ר' יעקב מאיר'ן א סאטמארע
און ער איז געווארן אן ערליכע איד אין זייערע ביכער נאר ווייל ער איז א קנאי
אונז דארפן מאיר נאר אז ר' ליבוש זאל פאהרן און מ'קען פארמאכן ראדני אויף יום טוב

Re: ברעקינג: הצדיק ר' יעקב מאיר שעכטער אין אומאן אויף ראש הש

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 11:48 am
דורך גר ותושב
סקרן האט געשריבן: אונז דארפן מאיר נאר אז ר' ליבוש זאל פאהרן און מ'קען פארמאכן ראדני אויף יום טוב

באקומען נעכטן
C/P
כ"ק האדמו"ר מפשאווארסק אנטווערפן יוצא הלילה לאומן שם יפגש מחר בבוקר עם הרה"צ ר' יעקב מאיר שכטער שליט"א

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 12:10 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
כ'מיין אז ס'וואלט געווען א גוטע איידיע, אז אלע רביס און צדיקים זאלן גיין מיט ר' יעקב מאיר שעכטער קיין אומאן, און ווער ס'וויל זאל מיטגיין, און זאללן בלייבן דארט ביז נאך שמעלקע'ס האלעפטשעס שמח"ת, און אונז שארית הפליטה עמער האבן א געשמאקע תשרי וועקעישאן, מ'וועט תשובה טון מאהבה ובשמחה מתוך התרוממות און נישט מתוך דיכאון און זויערקייט.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 12:34 pm
דורך ברוך שאמר
אין ווער זאגט אז ער בלייבט אויף יו"ט??

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 4:08 pm
דורך איסר האטלקי
עמעזאן האט געשריבן:א התרגשות'דיגע בילד! מען דערקענט די געוואלדיגע התרגשות ווי א בענקענדיג קינד גרייט זיך צו טרעפען מיט זיין טאטע נאך 30! יאר און נישט סתם א טאטע נאר א טאטע א מלך!!

פארוואס דערקען איך עס נישט?

אומאן ראש השנה ?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 2:02 pm
דורך ימים ידברו
פון ווי נעמט זיך דער אומן ראש השנה ווי איז דער מקור? רבי נחמן האט דאס נישט געזאגט לכאורה אין לקוטי מהרן שטייט דאס נישט! עס איז א זאך וואס איז נתגלה געווארען לאחר פטירתו מדארף אריינקיקען אין דער זאך מקורו? מנסיעת הצדיק רבי יעקב מאיר שליט"א יוכיח אז ער פארט איינמאל נישט יעדע יאר לערינט אונז אז ס'נישט א יהרג ואל יעבור מ'דארף נישט גיין יעדע יאר, ווען ער וואלט בכלל נישט געפארען וואלט געווען פשט ער פארט נישט ארויס פון ארץ ישראל און פערטיג מיט דעם וואס ער איז געפארען ניסן תשמ"ח איינמאל אינמיטען די יאר, און מיט די יעצטיגע נסיעה לערינט ער א ברסלבר חסיד דארף איינמאל כאטשיג גיין ראש השנה!
אבער פארען יעדעס יאר? מאן יימר ווער זאגט אז דאס איז געווען די כוונה פון הרב נתן זצ"ל ? עס שמעקט נישט אידיש! בכלל ציון צדיקים איז א גרויסער זאך אבער עד כדי כך?
און נאך מער, איך בין מאמין בקדושת הרבי נחמן! אבער ער איז טאקע גרעסער פון רבי שמעון בר יוחאי? אויב ס'דא א ענין צו זיין ביי א צדיק איז נישט רבי שמעון בר יוחאי מער? על כל פנים א צדיק בדורו ווי דער זיידע דער בעל שם טוב הקדוש? וואס איז כמעט דורו איז ער נישט מער צדיק ? מיר קענען טאקע נישט שאצען, דערפאר זאג איך נישט רבי אלימלך אבער זיין גרויסען זיידען דער אור שבעת הימים?
און די וויכוח פון המשפיע הנודע מוטא פראנק מיט הרב מזרחי האט מיך שטארק אויפגעקלערט אז די זאך שמעק נישט גיט, און לדאבונינו הרב האט מוטא נישט גענטפירט צום זאך, איך מיין מ'דארף ארויסקומען מיט א קראנטע הסבר, וואס דארף מסביר זיין קלאר, און נשיט זיין כצאן לטבח בלי הבנה וידיעה אם כל זה נכון בכלל!
א' רצון קדשו והמקור
ב' מאן יימר שנאמר מאתיים שנים אחר פטירתו וואס די שייכות איז זייער ווייט אפשר כהיום דארף מען גיין צום בעשטה"ק אדער בלייבען אין שטוב כי חדוות ד' מעוזכם ווי סשטייט אין מס' ביצה
ג' לאור די אלע תועבה וואס טיט זיך ליידער אפ פון טויזענטער בני בליעל ארום די ציון הק' שהשתיקה יפה לו, אולי דינו ככותל המערבי ואסור לילך לשיטת סאטמאר?
ד' ואת"ל כל הנ"ל אינו, פרעג איך, יעדע יאר? יעדע מענטש? איז עס אזא מין באוועגינק? איז דאס נישט א אמונה טפילה? ס'זעהט זייער נישט אויס תורה'דיק בכלל, מיר געפינען נישט אזא מין הנהגה, נישט און די חז"ל, נישט און ראשונים, נישט על פי קבלה, נישט על פי חסידות, ווי האט מען גהערט צו זיין יום טוב אויף א ציון ? אזא ציבור מיט אזא הנהגה ובפרט עשרת ימי תשובה טאנצען שפרינגען מיט א לוקסוס און הולייעריי דאס איז עשרת ימים שהקב"ה מקבל תשובת בני ישראל?
ה' איך ערווארט נישט פון טויזנטער אידען נאך צוואנציג יאר זאלן זאגען טעינו אבער על כל פנים איין צוויי מבקשי אמת זאלן זאגען דער אמת
ו' ועל כולם די גאנצע זאך רבי נחמן שלעפט ארויס ביי די פאות וואס הייסט מזינדיגט און מקומט צו רבי נחמן מדאווענט מיט יואלי לעבאוויטש מכאפט א בליק אויף ברלנד און מנעמט שריים פון מהרא"ש ויואלי רוטה און אלעדיגט! לאמיר שוין זאגען מאנקערט זיך נשיט אן מיט אלע תועבות שם דאס איז געניק פאר ארויס פון שאול תחתיות עס מאכט נשיט קיינע סענדס

Re: ברעקינג: הצדיק ר' יעקב מאיר שעכטער אין אומאן אויף ראש הש

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 5:15 pm
דורך גראף
@ימים ידברו פון די צענדליגער טויזענטער וואס פארן אויף אומן זענען נישטא ''טויזענטער בני בליעל''. יא עס זענען דא און אפילו אויב עס איז אין די טויזענטער דארף מען נישט פאוקעסען אויף די שלעכטע זייט נאר ענדרעש קוק אויף איינער ווי אונזער ניק ברסלבער וואס איז מלא וגדוש מיט תוכן און האט ארויס זיין לעבן. און אויב פארט ער איעדער יאר (?) איז נישט געפערליך זיכער נישט ערגער פון די וואס פארן אויף ימים נוראים צו וויזניץ מאנסי אדער קיין בעלז אדער אויף סוכות קיין באבוב.

Sent from my XT1096 using Tapatalk