בלאט 1 פון 4
סיטי קאנסול פארמעסט צווישן קלמן יעגער און יוני הייקינד
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 2:38 am
דורך מוזיק עקספערט
ווי יעדער ווייסט האט דוד גרינפעלד דער קאונסולמאן פון בארא פארק געמאלדן אז ער לויפט נישט פאר נאך א טערמין ווען מ'האט שוין נישט געקענט מעלדן קיין קאנדידאטור ווייל ער האט געוואלט אריין שטעלן קלמן יעגער, אבער למעשה האט יוני הייקינד געמאלדן פאר עטוואס מער ווי א חודש צוריק אז ער לויפט דאכצעך מיר אויף די ווארקינג פאמיליע פארטיי, און יעצט ערווארט מען א היציגע פארמעסט אין די קומענדיגע נאוועמבער וואלן, בערך א 2 וואכן צוריק האט הערשי טישלער געמאלדן אז ער לויפט אויף עפעס א דריטע פארטיי אבער ער איז גאר א שוואכע קאנדידאט און איז נישט ערווארטעט אנצוציען צו שטארק, נאר אויף אזוי פיל יא אז אנאליסטן זאגן אז ער גייט צונעמען שטימען פון יעגער און מיט דעם העלפן הייקינד, עמער ווארטן און זען וואס דא וועט זיך אלס אויסקאכן.
Sent from my 5056N using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 8:29 am
דורך קורקלענד
האט איינער מער אינפארמאציע אויף דעם הערשי טישלער? איך בין נייגעריג ווער ער איז און פארוואס ער זוכט צו לויפן?
Re: סיטי קאנסול פארמעסט צווישן קלמן יעגער און יוני הייקינד
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 2:57 am
דורך מוזיק עקספערט
קורקלענד האט געשריבן:האט איינער מער אינפארמאציע אויף דעם הערשי טישלער? איך בין נייגעריג ווער ער איז און פארוואס ער זוכט צו לויפן?
איך מיין אז איך האב אים...
הערשי טישלער איז דער טאטע פון די טישלער ברודער אברהם און משה וואס זענען עטליכע יאר צוריק געלאפן קעגן שמחה פעלדער און דוב הייקינד אנציענדיג דאכצעך 10% פון די שטימען
הערשי איז געווארן אנגעקלאגט אין 2012 אויף עטליכע קלאגעס און איך מיין אז ער איז אפילו געזעצן
כאפ א בליק דא, איך בין כמעט זיכער אז ס'איז ער
http://jewishvoiceny.com/index.php?opti ... Itemid=298Sent from my 5056N using Tapatalk
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 8:29 am
דורך פערינא
ס'איז ברייט באקאנט אז הערשי טישלער האט געקענט זינגען אין זיך ארויס דרייען פון גיין זיצען. ער איז געזעצען על קידוש השם. אזא קאנדידאט דארף מען טאקע.
צו ער גייט געווינען צו נישט. האב רעספעקט פאר איינער וואס איז געגאנגען זיצען נישט צו מסרן.
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 16, 2017 10:48 pm
דורך איסר האטלקי
איך האב א חשש אז ער איז בלויז אונטערגעשטעלט פון הייקינד אוועקצונעמען אטענציע פון יעגער און דערמיט דערכאפן דעם מאכט.
Re: סיטי קאנסול פארמעסט צווישן קלמן יעגער און יוני הייקינד
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 16, 2017 11:14 pm
דורך יעלה ויבא
און? ער איז נישט בארעכטיגט?
lead, follow, or get out of the way!
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 16, 2017 11:31 pm
דורך קורקלענד
אין מיינע אויגן זעה איך ממילא נישט וואס די חילוק זאל זיין ציווישן יעגער און הייקינד. לעת עתה זעהט אויס אז איך וועל שטימען פאר טישלער.
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 16, 2017 11:37 pm
דורך איסר האטלקי
קורקלענד האט געשריבן:אין מיינע אויגן זעה איך ממילא נישט וואס די חילוק זאל זיין ציווישן יעגער און הייקינד. לעת עתה זעהט אויס אז איך וועל שטימען פאר טישלער.
פאר די הייקינד משפחה האב איך טראסט. זיין טאטע דוב געט זיך אוועק לטובת הכלל ווען אימער ער קען.
יעגער קען איך נישט, אבער חזקה שליח עושה שליחתו. איך זע ווער עס האט אים אריינגעשטעלט ווייס איך וואס צו ערווארטן...
Re: סיטי קאנסול פארמעסט צווישן קלמן יעגער און יוני הייקינד
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 16, 2017 11:45 pm
דורך גראף
קענען נאר דעמאקראטן שטימען אין דער פריימערי אדער ריפובליקענס מעגן אויך?
Sent from my XT1096 using Tapatalk
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 12:10 am
דורך קורקלענד
גראף האט געשריבן:קענען נאר דעמאקראטן שטימען אין דער פריימערי אדער ריפובליקענס מעגן אויך?
Sent from my XT1096 using Tapatalk
נאר דעמאקראטן. אבער אויף דעם איז נישט געווען קיין פריימעריס, וויבאלד גרינפעלד האט עס אזוי אויסגעשטעלט אז עס זאל קיינער נישט קענען לויפן קעגן יעגער. הייקינד און לכאורה אויך טישלער לויפן נישט אויף די דעמאקראטישע פארטיי.
Re: סיטי קאנסול פארמעסט צווישן קלמן יעגער און יוני הייקינד
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 12:31 am
דורך מוזיק עקספערט
פערינא האט געשריבן:ס'איז ברייט באקאנט אז הערשי טישלער האט געקענט זינגען אין זיך ארויס דרייען פון גיין זיצען. ער איז געזעצען על קידוש השם. אזא קאנדידאט דארף מען טאקע.
צו ער גייט געווינען צו נישט. האב רעספעקט פאר איינער וואס איז געגאנגען זיצען נישט צו מסרן.
זייער שיין אבער דעס ווייזט אז ער איז קארופטירט, ס'איז דא גענוג קארופטירטע פאליטישענס, איך דארף נישט נאך איינס!
Sent from my 5056N using Tapatalk
Re: סיטי קאנסול פארמעסט צווישן קלמן יעגער און יוני הייקינד
נשלח: זונטאג אקטאבער 01, 2017 3:37 am
דורך מוזיק עקספערט
המודיע גייט אפהאלטן א דיבעיט מיט אלע 3 קאנדידאטן אקטאבער 29
Sent from my 5056N using Tapatalk
נשלח: זונטאג אקטאבער 01, 2017 5:35 am
דורך diff
דאכטעך יעגער איז אויך געווען אין דע UJO Menczer CORRUPTED MET COUNCIL on Jewish Poverty
Re: סיטי קאנסול פארמעסט צווישן קלמן יעגער און יוני הייקינד
נשלח: דינסטאג אקטאבער 17, 2017 4:56 pm
דורך מוזיק עקספערט
יעגער האט ארויסגעשיקט אין די פאסט א גאנצע שמוציגע צייטונג קעגן הייקינד, האט דאס איינער געזעהן און קען עס דא ארויף שטעלן?!
Sent from my 5056N using Tapatalk
נשלח: דינסטאג אקטאבער 17, 2017 10:48 pm
דורך וואלווי
קורקלענד האט געשריבן:אין מיינע אויגן זעה איך ממילא נישט וואס די חילוק זאל זיין ציווישן יעגער און הייקינד. לעת עתה זעהט אויס אז איך וועל שטימען פאר טישלער.
איך קען נישט זען ווי איינער זאל גיין וואיטען פאר יעגער אפי' מיט עקספעריענס און קאנעקשען'ס ... נאך די אומ-דעמקרעטיק לעצט מינוטוגער טעיקאווער.
ווען יעגער איז קודם געלאפען אין פלעטבוש פאר'ן נס, האט ער פארקויפט ער איז פאר זיי, און לאו ענד בעהאלד, פון איין מינוט אויפ'ן צווייטען מיינט ער נאר בארא פארק!!!
SOS
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 5:22 pm
דורך שטאפענע קאפעליטש
די פארמעסט איז געגאנגען זייער שמוציג, ס'איז א גאנצע קונץ ווער קען מער באשמיצן די צווייטע!!!
די עולם ראסט זיך ביים האלץ ממש, יעדער מיט סברות לכאן ולכאן.
וואס איז זיכער איז אז הייקענד האט אסאך א בעסערע מארקעטינג ווי יעגער
אבער ערספערינעס אין פעהיג פארן גזאב איז יעגער בעסער
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 5:37 pm
דורך ליפא
ווער דארף ערספערינעס? זאל זיך יעגער האלטן מיט זיין ערספערינעס
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 5:59 pm
דורך קורקלענד
שטאפענע קאפעליטש האט געשריבן:אבער ערספערינעס אין פעהיג פארן גזאב איז יעגער בעסער
בעסער פאר וועם? וואס האבן מיר פון זיין עקספעריענס און פעהיגקייטן ווען ער ניצט עס אויס נאר פאר זיך? און האט אינזין קיינער חוץ אפאר יחידים וואס זיצן ביים שיסל אין די דריי בארא פארקע מעגא מוסדות.........
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 6:16 pm
דורך קורקלענד
שטאפענע קאפעליטש האט געשריבן:וואס איז זיכער איז אז הייקענד האט אסאך א בעסערע מארקעטינג ווי יעגער
אויב קען יעגער נישט אפי' ארגאנעזירן און פירן א קאמפעטענטע קאמפיין, וויאזוי זעסטו אין איהם פעהיגקייטן? בכלל האט יעגער וכת דיליה געהאלטן אז ס'זיינס פשוט ווייל ער האט גע'חלומ'ט אז די קאופ וועט פאראיבער גיין גלאטיג. און ווייל די מוסדות זענען די וואס מאכן די בחירה. אונז שטימען סך הכל............ אבער די בחירה דארף מען לאזן פאר דעת תורה...............
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 6:18 pm
דורך [NAMELESS]
איינער קען מיך מאכן א קלארע סך הכל? פאר וועם שטימען די מוסדות? וועלכע קאנדידאט וויל מיר העלפן מוסדות און וועלכע וויל העלפען פלעינע מענטשן?
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 6:49 pm
דורך קורקלענד
лпم iοوԴ האט געשריבן:איינער קען מיך מאכן א קלארע סך הכל? פאר וועם שטימען די מוסדות? וועלכע קאנדידאט וויל מיר העלפן מוסדות און וועלכע וויל העלפען פלעינע מענטשן?
די גרויסע מעגא מוסדות וואס האבן אונטער גרינפעלד געקריגן שווערע געלטער שטיצן יעגער. זיי האבן לכתחילה געהאט אין פלאן אז יעגער זאל אריינקומען אן קיין וואלן. דערווייל איז עס זיי נישט געלונגען.
א חבר מיינע האט געהאט א לאנגע שמועס מיט יוני הייקינד, וואו ער האט איהם געפרעגט היתכן די מער געלט די מוסדות קריגן די העכער טרייבן זיי ארויף שכר לימוד און זייטיגע פרייזן, און האט איהם פארגעהאלטן הלמאי זאל מען ברענגן פראגראמען דירעקט פארן מוסד ווען די ציבור איז בכלל נישט נהנה דערפון? אויך האט ער איהם אנגעוויזן אז ס'נאך נישט געווען אזעלכע גוטע צייטן פאר מוסדות ווי ס'דא היינט צוטאגס, און זיי קריגן היינט מער פראגראמען און געלטער ווי סיי ווען פריער אין היסטאריע, װעל כולם האלטן זיי און איין סקיי ראקעטן זייערע פרייזן אויף אונז.........
אויף דעם האט ער רעאגירט אז באמת האלט ער אויך אזוי און אז ס'איז זייער נישט יושר'דיג, ווי אויך ווייסט ער אז די געלט מאכט רייך אפאר יחידים און די רעשט מוטשעט זיך. אבער וויבאלד די מוסדות האבן א קאלעקטיווע קאנטראל דארף זיך יעדער פאליטיקאנט צושטעלן צו זיי. און ער האט קלאר מודה געווען אז אויב ער געווינט וועט ער זיך לכאורה פונקט אזוי דארפן צושטעלן צו די יחידים פשוט ווייל זיי האבן זייער א שטארקע כח.
ער האט אבער געזאגט אז ס'וואלט זיך געדארפט גרינדן א קאלעקטיווע גרופע פון היימישע אידען מיט א בלאק וואס זאלן צוזאמען שתדלן לטובת די אינטערעסן פונעם חלק הציבור וואס בלוטיג'ט, און זיכער מאכן אז זייער אינטערעסע ווערט אויך געדעקט, און טאמער נישט וועלן זיי ארויסלייגן אדער אינדארסירן אייגענע קאנדידאטן. אזוי וועלן די מוסדות דארפן האלטן אקאונטעביליטי פארן אינטערעסע פונעם ציבור. ווייל אז נישט וועלן די פאליטיקאנטן וויסן אז זיי זענען איינגעשטעלט.
איך פערזענליך האב שטארק הנאה געהאַט פון זיין אויפריכטיגקייט.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 8:13 pm
דורך berlbalaguleh
קורקלענד: די עיקר וואס מ'דארף קוקן ביי די 2 קאנדידאטן, ווער ס'וועט העלפן יחידים אויך. נישט די גרויסע מוסדות און אינסטיטוציעס. אזוי ווי דב הייקינד האט חוץ זיינע פאליטישע, צומאל באמבאסטישע סטעיטמענטס, אויך געהאלפן יחידים וועלכע האבן זיך גענייטיגט אין הילף. אין דעם פאל האט יוני הייקינד זכות אבות. ער איז מער א פאפוליסטישער קאנדידאט. געוויינטליך מיינט פאפוליזם א סתירה צו אן עסטאבלישמענט קאנדידאט. אבער זיין טאטע, דב הייקינד האט געהאט אן אפענע טיר און אפענע אויערן צו העלפן יחידים אויך...! קלמן יעגער איז א מענטש וואס מ'האט קיינמאל פריער נישט געהערט פון איהם. און נישט ווייל ער איז אזא הצנע לכת...!
איין זאך איז אבער נאך ב"ה בעסער ביי אונז היימישע אידן. נישט אזוי ווי אין די אלגעמיינע פאליטישע וועלט. אז מ'גיסט עמערס מיט שמוץ פון איין קאנדידאט אויפ'ן צווייטן. כאטש ס'האטציך אנגעהויבן מיט עפעס נישט אזא געהויבענעם איד אין דעם פריערדיגן אסעמבלי פארמעסט. ווען איין קאנדידאט האטציך געוואלט אהערשטעללן אלס גאון וצדיק , קדוש וטהור. און דעם אנדער'ן קאנדידאט (אינקאמבענט) אראפלייגן אלס א שייגעץ. האטציך צום סוף אויסגעשטעלט אז ער איז גארנישט אזא נקי כפיים. און דער צווייטער קאנדידאט איז גארנישט אזא שייגעץ. אבער דער בהמה און קארופטירטער יונג (וועם איך קען נאך פון די גירסא דינקותא) האט ב"ה מיאוס פארלוירן. און נאכ'ן קאמפיין איז ארויסגעקומען (נישט פון זיין צד שכנגד) אז ער האט זיך געוואלט ארויסדרייען פון באצאללן זיינע קאמפיין ארבעטער מיט'ן תירוץ אז זיין לעפטאפ קאמפיוטער איז געגנב'עט געווארן. אויך אין זיין ריעל עסטעיט ביזנעס איז ער נישט געוען אזוי איי איי איי. א סאך גוי'אישע טענענטס פון זיינע בילדינגס האבן זיך אפגערעדט אויף איהם...! און אונזער איצטיגער קאנדידאט הרב הצדיק, קדוש וטהור וויל זיך אויכעט א ביסל פארשטעללן אלס כמעט א ל"ו צדיק. ער לויפט ארום זיך פאטאגראפירן מיט באקומען ברכת קדשם פון די צדיקי הדור...!
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 8:32 pm
דורך מפיל קינד
איך האב הנאה פון דעם פלאן פון יוני, אבער מאכן א בלאק וואוט פון יחידים, די קאנדידאטן וועלן פארטרעטן דעם דעת הקהל נישט דעת המוסדות.
איין פראבלעם איז נאר דא דערמיט, אז די וואס וועלן זיך ארויסשטעלן אלס קאמפיין פירער דארפן זיין קינדערלאזע עסקנים...