בלאט 1 פון 4
HASIDIC1
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 3:53 pm
דורך סקרן
איך בין אביסל שאקירט געווארן זעהנדיג אז ס'איז אויף אים נאכנישט דא קיין אשכול
אפשר ווייל ער איז א חבר השטיבל איך ווייס נישט
ווער ס'האט אפען אויפ'ן קאמפיוטער סיי ק"ש און טוויטער האט געזעהן ממש א מינוט נאך איינער האט געשריבען עפעס ווען א פראמינענטע רב אין ב"פ נישט אריבער קיין דריי מינוט און ער האט שוין געהאט א בילד פונעם תגובה
דאס מאהל גראדע שינה ממנהגו און האט יא געשריבן פון ווי ער נעמט עס
איך גלייב א גרויס'ן עולם דא פאלאוט אים ממילא איז עס אביסל נירוורעקינג צו זעהן אז כמעט אלעס וואס ער שרייבט קומט אהן דא תוך עשרים וארבע
לענ"ד איז דא א פלאץ צו שמועס'ן טרינקען פארברענגן סתם צוטירן פון ערגעץ ווי ביזט פארזיכערט א גרויס עולם האט עס שוין געזעהן פארוואס?
מילא א בילד וואס ברענגט א שמייכל אדער נייעס העומדים ברומו של עולם אבער סתם נארישקייטן
ווי @איך אויך וואלט געזאגט הער אויף צו באטראללן די שטיבל
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:45 pm
דורך טאמבל סאס
איז ער דער וואס פלעג זיך רופן פייוויש בריעף און האסידיק אידיש (מיידל) אויף פעיסבוק?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 5:27 pm
דורך סמבטיון
ער איז זיכער א שרייבער דא, אבער ער ברענגט בעיקר פון פעיסבוק און פאליש און די מערסטע פון שאולזאן,
Re: HASIDIC1
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 6:59 pm
דורך סאשי פיש
מיינסט צוזאגען א ליינער
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 7:23 pm
דורך [NAMELESS]
לענ״ד טוט ער א געפערליכע פארברעך קעגן כלל ישראל, און קעגן יחידים, ער באשמוצט מענטשן וואס האבן אים קיינמאל נישט שלעכט געטוהן, אלעס ווייל ער וויל זיין פאפולער.
אויב זעהט ער מיין תגובה בעהט איך אים ער זאל גוט איבערטראכטן דאס וואס ער טוט, און ער זאל געבן א טראכט צו ער וואלט ליעב געהאט צו זעהן זיך זעלבסט באשמוצט אדער חוזק געמאכט אין פובליק.
האסט שוין וויי געטאהן הונדערטער מענטשן פארזענדליך, האסט נישט מורא פון מצער זיין א מענטש? וואס איז דיין ציל? וואס האסטו דערפון?
ס׳איז חודש אלול, חזור בך!
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 9:40 pm
דורך diff
דא איז א גלעגענהייט אים צו דאנקען פאר די שווערע ארבייט וואס ער לייגט אריין. שלא על מנת לקבל פרס, צו מהנה זיין אין קעמפען פאר אידן. יישר כוחך ושכרך גדול מאד
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 11:52 pm
דורך אישתישבי
ער קעמפט נישט פאר קיינעם, ער איז א הארצלאזער פארשוין וואס איז מלבוש זיין אכזריות אין א שיטה. עס איז נישט קיין סוד ווער ער איז. עס אויס דא א בילד פין אים אויף פארשידענע פלעצער.
Re: HASIDIC1
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 7:06 am
דורך יעלה ויבא
מראה מקום?
lead, follow, or get out of the way!
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 10:35 am
דורך סמבטיון
כבוד הרב דיףף, דיר צו פארשטיין דארף מען נאכאמאל געבוירן ווערן, פארוואס טראכט דיין מח דחוק אזוי פאקרומט? אויב זעסטו זיינע טוויטס, האסטו זיכער באמערקט ווי ער שטעלט ארויס פיקטשערס פון יחידים און איז זיי מבזה ברבים, און אויב איז נישטא קיין פרישע סחורה פאוסט ער נאכאמאל די אלטע בילדער, איך האב נאך אין מיין לעבן נישט באגעגנט אזא הארצלאזע מענטש, אמת אסאך מאל שרייבט ער וואס מיר אלע ווילן עס זאל געהערט ווערן, פיין, דאס געבט אים נאך נישט רשות ארויף צושטעלן פריוואטע בילדער פון יונגלעך מיידלעך בחורים יונגעלייט גרושים מיט וואס סעגייט נאר.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 1:14 pm
דורך diff
דערמאנסט מעך דער מאמר החסיד צום פראק "דו מעגסט טאן אין איך טארניט זאגן?" קושנער האט געלערנט זיין שווער דאס זאגן צו קלינטאן ביים טיעפ הידוע
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 2:04 pm
דורך טאמבל סאס
diff האט געשריבן:דא איז א גלעגענהייט אים צו דאנקען פאר די שווערע ארבייט וואס ער לייגט אריין. שלא על מנת לקבל פרס, צו מהנה זיין אין קעמפען פאר אידן. יישר כוחך ושכרך גדול מאד
איז עס דען אזוי שווארץ און ווייס? ווען א יחיד טוט אן עוולה בשם אדער אונטערן איצטולא פון א רבים איז איין זאך אבער א יחיד וואס למשל קען נישט ביישטיין און פאלט אדורך מיט א זונה קומט אים אויסצושמירן ברבים נאר ווייל ער איז א חרדי? כש"כ אויב דער מפיץ זעלבסט קוקט נישט אן די חלק הזנות אלס דער עבירה.. איז ער דאך נישט אנעסט מיט זיך.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 2:35 pm
דורך diff
ער נעמט עס פון פאבליק. די טענה אז מטאר נישט הנאה האבן איז א צע"ג
דאס שרייבט ער

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 2:57 pm
דורך diff
מיר מוטשען זיך צוגיין א בארד אין צאלען אסאך פאר אנטועכץ לייפסטייל, מעג מען פארלאנגען אז מזאל עס נישט פארשוועכען. וכמאמר ילבש שחורים ויתכסה שחורים
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 3:08 pm
דורך כלבאשבוע
זיין פראבלעם איז אז ער שיסט שנעל אן שוקל צו זיין און גנבעט רעכטס און לינקס
אבער האמת יאמר אז רוב קומט טאקע פון פובליק פאוסטס און ער ברענגט פשוט מראי מקומות
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 3:12 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
כ'האב מורא אז דיףף איז די בעל האסידיק1
טערעסאנט מ'שיקט איהם נאר פראבלעמען שמוץ און מחלוקת
די אקאונט איז פול מיט רשעות
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 3:24 pm
דורך diff
גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:די אקאונט איז פול מיט רשעות
אמת. ליידער.
כ'האב אמאל געהערט א דרשן זאגן אז אלע פראבלעמען קומען פון לה"ר. שפעטער פרעג איך אים מיינסט אוודאי פון וואס מרעט ביי די לה"ר
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 3:26 pm
דורך קרעקער
טערעסאנט משיקט איהם טאר פראבלעמען שמוץ אין מחלוקות
וואס ווילסטו זאל ער שרייבען אז דער אדמו"ר האט נישט מזנה געוועהן אדער יענער רב האט געדאווענט ערליך? דעס שטייט שוין אין איד און בלאט
לגופו של ענין ווער סאיז אנגעהוקט אויף וואטס עפפ גרופס און ליינט שאולזאן בח"ח זעהט אז רוב רובו פון זיין סחורה שטייט שוין אויף אנדערע בלאגס
עכ"ז איז ער נישט גערעכט, אז אנדערע טוען עבירות געבט עס דיר נישט קיין היתר אויך צו טון
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 3:43 pm
דורך קאצקע ציקער
ער עדווערטייזט די וועקער סא יא
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 6:22 pm
דורך אישתישבי
דיףף איז באסטעט.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 6:37 pm
דורך diff
וועסט נישט גלייבן וואס אלס כוויס פון דיר
ביסדאך מסתם דער פליעזר'ס אייניקל אשאד כאניש געלייגט דיין קליפ
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 16, 2017 10:44 pm
דורך diff
האסידיכ דער חויה"מ אנשטאט גיין צו דער זאא. קום באזוכן די רעבעס
להבדיל: לא בלבד השונה, אלא שתהא יודע ומכיר ובקי בהן:
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 11:21 am
דורך איך אויך
??
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 11:48 am
דורך diff
no answer meanwhile
דער עולם דא איז בגדול'ט, ungratefull. מליינט אים טעגליך. אבער אנשטאט דאנקען לייקט מען די קריטיקירער