בלאט 1 פון 4

דער מהות און פערזענליכקייט פון ר' מענדל ווייס, ע"ה

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 11:03 am
דורך berlbalaguleh
ר' מענדל ווייס, ע"ה איז געווען א וואוילער איד. א פשוט'ער,תמימות'דיגער, ערליכער איד. ער האט אין זיינע שפעטערע יארן ליידער געליטן אויף א (מענטל) מחלה וואס איז געווען גענעטיש אין זייער משפחה. ער האט געהאט אן עלטער'ן ברודער, חיים יאנקל, ע"ה וועלכער האטציך נעבעך ארומגעדרייט אין עולם התוהו פאר א שיינע ביסל יארן. איך געדענק איהם נאך פון ווען איך האב געלערנט אין ישיבה. ער איז שוין דאמאלס געווען אנדערש. און זיך אויפגעפיהרט מאדנע...!

בו בזמן איז ר' מענדל געווען א נארמאלער מענטש. א בעל בת'ישער איד. איך געדענק איך פלעג איהם זעהן ביי מנחה מעריב אין פאפא בית המדרש. ער איז געווען שיין אנגעטון. ער האט געמאכט א רושם ווי אן אנגעזעענער בעה"ב. נאר זיי האבן ליידער געהאט א גענעטישע מחלה וועלכע האטציך פראגרעסיוו פארערגערט...!

אין משך פון די יארן האטציך די מחלה ליידער גובר געווען אויף איהם. ביז ער איז צוגעקומען צו דעם שפל המצב וואס מיר האבן איהם געזעהן אין די לעצטע יארן פון זיין לעבן. ר'האטציך נישט געטוישט קיין וועש און נישט געהאלטן ריין. די קינדער האבן געהאט זייער א נישט שיינעם שם הכינוי פאר איהם. איך האף ער האט זיי מוחל געווען בעולם העליון.

ער איז געווען א מיטגעמאכטער מענטש. א פארצרה'טער איד. אבער לפי ידיעתי איז ער געווען ווייט פון א צדיק נסתר. אפילו קוים א תלמיד חכם. אפילו אויב יא האט ער זיך קיינמאל נישט צוגעזעצט אדער באטייליגט אין א שיעור אין ביהמ"ד...בגן עדן תהא מנוחתו...!

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 11:13 am
דורך דער גאלדענער אדלער
ר' בערל; שכוח פאר דעם ריפארט, כ'גדענק עם נאך, גוט, ווען ער האט זיך געדרייט אין וויליאמסבורג, שפעטער האט ער זיך געדרייט אין ב.פ. און אויך אין פלעטבוש. כ'האב אמאל געהערט פון איינעם אז ער האט זיך אויסגעדריקט, אז דאס מערסטע חסד האבן די מאדערענע פלעטבוש אידן געטוהן פאר עם.

און דאס וואס איר פארציילט וועגן זיין עבר, געדענק איך אויך אז ס'געווען אזוי, נאך אלץ קינד האב איך דאס געהערט, עניוועי יהא זכרו ברוך.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 2:05 pm
דורך אישתישבי
יישר כח ר'בערל,

אינטרעסאנט אז מען פלעגט זאגן אז ער איז יא געוועהן א גרויסע תלמיד חכם פאר ער איז יצא מדעתו.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 2:48 pm
דורך ישראל גלויבער
ר' מענדל האט א שטיק צייט זיך געדרייעט אין טאהש. און מ'האט געזאגט אויף עהם אז ער באהאלט עפעס פונעם פשוט'ן ציבור.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 2:50 pm
דורך קאצקע ציקער
און איך האב עים געזעהן לערנען זוהר מיט כתבי הארי.

אפשר האט ער עס געטון כדאי מיך צו ווייזן אז ער איז א צדיק נסתר... איי דאנט קנוי

אויך, זיינע אויגן זענען געווען שרעקעדיג שארף!

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 3:11 pm
דורך כלבאשבוע
א חברה טעראריסטן לשם שמים (מסתמא מבית מדרשם פון רודפי מענדל וועכטער) האבן אים אמאל געקידנעפט און אפגערייניגט בעל כורחו, פארשטייט זיך אז סהאט געהאלפן א רעטעך

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 3:19 pm
דורך ישראל גלויבער
כ'ווייס אז דער סקווערע רבי האט עהם אמאל געגעבן טויזענט דאלער, און ווען איינער האט עהם געפרעגט צו ס'אמת, האט ער געוויזן מיטן פינגער שאאא

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 3:29 pm
דורך קרעקער
איז אמת אז ער האט געפאקעט גרויסע געלטער? אזוי האט מען געשמועסט, אויב יא וואו איז דאס געלט? ער האט יורשים?

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 3:32 pm
דורך ישראל גלויבער
ער פלעגט שיקן געלט קיין ארץ ישראל מיט א שליח, אבער דער שליח האט נישט געוואלט זאגן ווער ער איז

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 3:36 pm
דורך berlbalaguleh
אישתישבי האט געשריבן:יישר כח ר'בערל,

אינטרעסאנט אז מען פלעגט זאגן אז ער איז יא געוועהן א גרויסע תלמיד חכם פאר ער איז יצא מדעתו.

אישתישבי: אין לדיין אלא מה שעיניו רואות. איך האב איהם קיינמאל נישט געזעהן זיצן ביי א שיעור אדער זיך מפלפל זיין אדער שמועסן אין לערנען מיט איינעם. נאר תיכף נאך מעריב אי ער געגאנגען אהיים. מעגליך ער האט געלערנט און געהאט שיעורים אין נגלה און נסתר. נאר פאר ווער ס'האט איהם געזעהן אין ביהמ"ד האט ער געמאכט א רושם פון א פשוט'ן אבער ערליכן, איידעלן בעה"ב...!

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 3:49 pm
דורך איש את רעהו
געקענט האב איך אים נישט
אבער מענטשן וואס האבן באחרת ימיו מיט אים מטפל געווען פארציילען נוראות'דיגע סיפורים, ווער ווייסט עפעס מער וועגן די עובדות ?

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 5:29 pm
דורך [NAMELESS]
געהערט אמאל פון א איד - וואס ר' מענדל האבן א קביעות ביי זייינע שבת סעודות - ווי ער האט אמאל געקרעכטסט אויף דעם היינטיגן דור אז פארפאלן, אזוי גייט עס היינט, רב שטיינמאן ווערט אן אפיקורס און מענדעלע ווערט א צדיק נסתר... ר"ל

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 6:19 pm
דורך אישתישבי
ער פלעגט צומאהל זיצען אין בית מדרש אין קוקען אזעלכע פאפירן, און ווען איינער איז צוגעגאנגען האט ער עס אוועק געדרייט, און געזאגט אז עס איז נישט דיינע ענינים.

לכאורה כדברי קאצקע.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 6:28 pm
דורך berlbalaguleh
אישתישבי: איך בין נאכנישט זיכער אויב קאצקע צוקער האט געזאגט וואס ער האט געזאגט, מיט א טאן פון ליצנות. ניין. ח"ו ליצנות. נאר מיט א שמייכל אויף זיינע ליפן...!

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 16, 2017 9:46 pm
דורך ישראל גלויבער
ס'דא ל''ו נסתרים, און אז אפאר ליצים גלייבן נישט, ווערט עס נאכנישט אויס.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 12:05 am
דורך berlbalaguleh
ס'איז טאקע דא ל"ו נסתרים. אבער ווער זענען זיי...? מ'מוז האבן געוויסע קוואליפיקאציעס צו זיין פון צווישן זיי. א מענטש וואס ער איז בשפל המצב בגשמיות וברוחניות. און מ'זעהט איהם אפילו נישט דאווענען. און כש"כ לערנען, איז זיכער נישט קיין קאנדידאט פאר א ל"ו צדיק. אפשר פאר אליהו הנביא וועלכער קומט אויספרובירן א מענטש...!

נישט א יעדער אויסטערלישער מענשט און טשודאק איז א ל"ו צדיק. און נישט א יעדער שלעפער מיט א ווייסע בארד איז אליהו הנביא. אני הקטן. איך האלט אז איך האב אויכעט שוין געזעהן אליהו הנביא. נאר ביי מיר איז ער געווען אנגעטון ווי א מאדערנער אמעריקאנער איד. מיט א סוט און נעקטיי. און ר'האטציך באוויזן צו מיר און געהאלפן ערב שבת קודש ווען איך בין געווען הילפלאז אויפ'ן הייוועי בערך א שעה פאר'ן זמן פון שבת. און ער האט געהאט אלע סימנים פון אליהו הנביא. ער האטציך פלוצלינג באוויזן צו מיר. און מיר געהאלפן. און גלייך נאכדעם איז ער פלוצלינג נעלם געווארן. און ווען איך האב אים געפרעגט פאר א נאמען האט ער מיר געגעבן א נאמען וואס קיינער אין די געגנט האט נישט געקענט אדער געהערט פון איהם...!.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 12:44 am
דורך שמעון וואלף
איך געדענק איינמאל זיצענדיג אין לעיקוואד מנין אויף 16 איז ער אריינגעקומען אין געברענגט קוקיס אין עס געלייגט ביים פריזש. כ'האב געהערט אז ער האט געהאט א קביעותדיגע מנהג דאס צו טון

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 2:10 am
דורך קאצקע ציקער
ר'בערל קענסט ביטע אריינקימען קלארער די מעשה וועגן אליהו הנביא

Re: דער מהות און פערזענליכקייט פון ר' מענדל ווייס, ע"ה

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 8:06 am
דורך גרויסע מענטשעלע
א בילד האט איינער פין איהם ?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 8:18 am
דורך cictim

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 12:47 pm
דורך berlbalaguleh
קאצקע ציקער האט געשריבן:ר'בערל קענסט ביטע אריינקימען קלארער די מעשה וועגן אליהו הנביא

קאצקע צוקער: יא. און אן א שמייכל אויף די ליפן. ס'איז געווען אין א שפעטע שעה ערב שבת קודש ווען איך האב געדארפט פארן קיין מאנסי אויף א שמחה אין די משפחה. איך האב באקומען א פלעט טייער תיכף ביים אנהייב פון פאליסעידס פארקוועי. ווען איך האב געהאלטן אינמיטן ארויפדזשעקן דעם קאר און ארויסנעמען דעם ספעיר טייער, רוקט זיך אן א (מאדערן געקליידעטער) איד און טראגט זיך תיכף אן מיר צו העלפן. ער האט מיך נישט געלאזט גארנישט טון. ער האט אליין ארויסגענומען דעם רעדל פון טראנק און כהרף עין האט ער אראפגעדרייט דעם פעלער'דיגן רעדל און עס געטוישט. ווען איך האב איהם געוואלט לכתחילה צוהעלפן מיט עפעס האט ער מיך נישט געלאזט. ער האט אפילו אריינגעלייגט דעם געדעמעדזש'טן רעדל אין טראנק פון מיין קאר. אינצווישן האביך איהם געפרעגט פאר א נאמען. האט ער מיר געגעבן א נאמען און א געגנט ארום מאנסי וואו ..."ער וואוינט".. (העיווערסטראו)...ווען איך האב איהם געוואלט באדאנקען און איך דריי מיך אויס איז ער מער נישט געווען דארט. ס'איז געווען א סאך טרעפיק אויפ'ן פאליסעידס דאמאלס און ס'איז נישט גרינג געווען ארויפצוגיין צוריק אויפ'ן הייוועי. און ער איז נעלם געווארן כהרף עין.

ווען איך האב נאכגעקוקט אין די לאקאלע טעלעפאן בוך און אויך פון די ארומיגע געגנט איז נישט געווען אזא נאמען דארט. איך האב אויך געפרעגט א סאך מענטשן פון מאנסי און קיינער האט נישט געקענט אזא מענטש...!

ס'קען זיין אז ער איז געווען א פשוט'ער בשר ודם. נאר זייער א וואוילער איד. אבער דער חידוש איז אז ער איז שוין געווען אנגעטון שבת'דיג. און ער האט געמאכט די גאנצע מלאכה מרישא ועד גמירא. און אלעס זייער געשיקט און שנעלל. וואס איך וואלט זיכער נישט געקענט טון אליינס. און איך בין נאך אנגעקומען ב"ה קיין מאנסי א סאך פאר'ן זמן שב"ק...!

נ.ב.: קיין גוגל איז נאך דאמאלס נישט געווען. און אפילו ווען איך האב שפעטער (מיט א פאר יאר) גע'גוגל'ט דעם נאמען איז גארנישט ארויפגעקומען...!
און וויאזוי דער איד און בלאט זאגן...ויהי לפלא...!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 1:57 pm
דורך איש את רעהו
א איד וואס איז פערזענליך פארמישט געווען אין א פלאות'דיגע מעשה וויאזוי א איד איז געהאלפן געווארן ביי רבי מענדל האט מיר פארציילט משונה'דיגע פלאות'דיגע הנהגות וואס ער האט געזען ביי רבי מענדל
אין ארץ ישראל איז געווען א מקובל וואס האט גערעדט איבער אים זייער גרויס (געדענקך נישט יענעמ'ס נאמען.)

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 2:00 pm
דורך ישראל גלויבער
berlbalaguleh האט געשריבן:ס'איז טאקע דא ל"ו נסתרים. אבער ווער זענען זיי...? מ'מוז האבן געוויסע קוואליפיקאציעס צו זיין פון צווישן זיי. א מענטש וואס ער איז בשפל המצב בגשמיות וברוחניות. און מ'זעהט איהם אפילו נישט דאווענען. און כש"כ לערנען, איז זיכער נישט קיין קאנדידאט פאר א ל"ו צדיק. אפשר פאר אליהו הנביא וועלכער קומט אויספרובירן א מענטש...!

נישט א יעדער אויסטערלישער מענשט און טשודאק איז א ל"ו צדיק. און נישט א יעדער שלעפער מיט א ווייסע בארד איז אליהו הנביא. אני הקטן. איך האלט אז איך האב אויכעט שוין געזעהן אליהו הנביא. נאר ביי מיר איז ער געווען אנגעטון ווי א מאדערנער אמעריקאנער איד. מיט א סוט און נעקטיי. און ר'האטציך באוויזן צו מיר און געהאלפן ערב שבת קודש ווען איך בין געווען הילפלאז אויפ'ן הייוועי בערך א שעה פאר'ן זמן פון שבת. און ער האט געהאט אלע סימנים פון אליהו הנביא. ער האטציך פלוצלינג באוויזן צו מיר. און מיר געהאלפן. און גלייך נאכדעם איז ער פלוצלינג נעלם געווארן. און ווען איך האב אים געפרעגט פאר א נאמען האט ער מיר געגעבן א נאמען וואס קיינער אין די געגנט האט נישט געקענט אדער געהערט פון איהם...!.

שיין זעען אויס די ל''ו נסתרים לויט דיין שיטה.. ווי די מארשעלס אויפן פליגער וואס יעדער דערקענט זיי..
האסטו אמאל געהערט ווי ר' שלמה'לע לייגט אראפ א פיגור פון א ל''ו-ניק? דווקא פראסט און ווילד, אז דער בעל עגלה זאל עהם פאר קיין ספק נישט דערקענען אלץ עפעס א יש.