בלאט 1 פון 2

דירה קריזעס, כ'צאל רענט פאר שומר שבת

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 11:03 pm
דורך שטאפענע קאפעליטש
סאיז צוויי פארטאגס אין איך דריי זיך אינדרויסען פון שומר שבת מיט א ריזיגע שמייכעל.
זאג נאר שטאפענע ולשמחה מה זו עושה?
סהייסט ? כצאל דאך 3 אלפים א חודש רענט?

זאג נאר שטאפענע, טאקע צווי פארטאגס אבער איר קענט אפשר ענטפערן צום זאך? וואס האט דיין רענט מיט שומר שבת?

כענטפער צום זאך, כדריי זיך מיט א שמייכעל אין שומר שבת ווייל כצאל דריי אלפים רענט א חודש,

אהההה!!! אקעי גוטע נאכט.

פונעם ווינקעל פונעם אויס זעה איך ווי ער נעמט ארויס די טעלעפאון אין שיקט א וואיס נאיוט
וואס מיטשטאפענע? עפעס געשעהן? ער רעדט עפעס ווו א שיכור!!!

רבותי כבין נישט שיכור!!! ס׳האט שוין איינמאל א קשר!

כהאב מיר געמאכט לעטצענס א חשבון הנפש, איך וואין דא אין שטאט אויפ א צוונציגער הויז א רענטעל אויפן דריטע שטאק עטעטשט פון ביידע זייטן,
וואס פשט איך צאל אזא הויכע רענט? מקען דאך דינגען אין נעברעסקא אזא דירה פאר 100 א יאר??
נאר מצאלט פארן געגענט!!!!
יעדער קינד פארשטייט אז 1200 סקווער פיס אין ברוקלין אין 1200 סקווער פיס אין דעללעווער איז א ריזיגע נפק״מ, ווייל דא צאלט מע מער צו וואינען ווייל די שטאט קומט מיט היפש אסאך בענעפיטן, פאר איינער מיינט עס לעבן מאנהעטטען פאר א צווייטע מיינט עס לעבן wall Street אין פאר א דריטע מיינט עס אן א צאל רעסטעראנען, נישט קיין נפק"מ יעדער זיין סיבה!


איך בין א אינגערמאן וואס מאכט כסדר חשבון הנפש, סיי רוחניות אין סיי גשמיות,
כ'האב נעכטן נאכט אריין געטראכט, פארוואס וואין איך דא אין שטאט? ס'איז מיר גארנישט באטאמטע
כבין זיך זייער מוסר נפש דא צו וואינען,
פאריקנג אזוי ביטע שווער,
נישטא געהעריגע פענסטער אינעם דירה נאר פראנט אין בעק.
די פארטש וואס דאס די קינדער גארטן, איז בערך אזוי גרויס ווי די סקווירא רבי מקווה אויפ וועקאציע,
א סוכה אזוי גרויס ווי א סמארט קאר
איבעראל אזוי צושטיפט

נו איז פארוואס וואין איך טאקע דא אין שטאט?

פאר מיין דזאב? ניין!!! כ'בין א וועב דיזזינער כ'קען דאס טוען פון עני בעיסמענט, אלץ איך דארף איז אפטימום.
מוסדות פארן קינדער? דא אין מאנסי געונג אין נאך.
חברים? כ'קען זיך שנעל מאכן נייע חברים אין מאנסי
משפחה? כטרעפ זיי פונקט איינמאל א יאר ביי פעטער פינחס מאכט חתונה,
לעסט טיים איי טשעקט איז די הייוועי אריין אין שטאט עוועילבעל ווען פעטער פנחס מאכט חתונה!
גראסערי? דא היינט גרעסערע אין באקוועמער אין לעיקוואד ווי בארא פארק,
מיין שווער? כ'קען עיהם פיינט האבן פון 40 מייל אוועק, דארף נישט זיין דווקא אפאר בלאקס אוועק.

אלא מאי, אינגאנצן משוגע בין איך דאך נישט,
איי מין איך צורייס נישט קיין הונדרעטע יעדער מאל כגיי קטנן,

גאנץ פשוט, איין זאך איז דא אין בארא פארק וואס איז נישט דא אין מאנסי.
א ביהמ"ד וואס האט מנינים 4 פארטאגס אין שטינקט ווי קיינמאל ביפאר!
לעבן זאל משה מצגר!!!!

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 11:15 pm
דורך קורקלענד
פרעג דיין ווייב. איך גלייב אז זי איז די מניעה, און פאר איר איז שומר שבת נישט קיין נעסעסיטי. אלזא וואס האלט איר יא צוריק?

Re: דירה קריזעס, כ'צאל רענט פאר שומר שבת

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 11:20 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
קורקלענד האט געשריבן:פרעג דיין ווייב. איך גלייב אז זי איז די מניעה, און פאר איר איז שומר שבת נישט קיין נעסעסיטי. אלזא וואס האלט איר יא צוריק?
מן הסתם באקומט זי געקאכטע בעיבי סעלמאן מיט געפילטע פיש פון איר מאמע, וועכענטליך.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 11:43 pm
דורך אישתישבי
שוין, מען ברויך וואוינען נעבן די מאמע, און ווען די טאכטער ווערט א אייגענע מאמע, דארפען איר טעכטער וואוינען נעבן איר.

עס זאל זאל זיך ווייטער ציען די גאלדענע קייט, טרארארא

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 12:13 am
דורך קאצקע ציקער
:lol:

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 1:21 am
דורך מפיל קינד
באקאנט די מעשה פון דעם וויליאמסבורגער אינגערמאן וואס מען האט געטראפן וויינען איין פרייטאג נאכמיטאג ביים ווינקל פון הופער קארנער ווייט עוו.

פארוואס וויינסטו אזוי? פרעגט אים א דורכגייער. "מיין שוויגערס קושקע איז אריינגעפאלן דעם דעם סויער לאך!".

פארדעם וויינט מען אזוי?

?פארשטייסט נישט, פארוואס צאל איך 3200 יעדן חודש רענט דא אין וויליאמסבורג? צו קענען אויפפיקן די קושקע יעדן פרייטאג נאכמיטאג פונעם שוויגער. די אויסגעהארעוועטע קושקע איז מיר יעצט דא אריינגעפאלן, קומט נישט צוו וויינען אצינד?...."

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 1:46 am
דורך berlbalaguleh
שטאפענע קאפעלוטש: זייער גוט ארויסגעברענגט. איבער דעם ריח פון שומר שבת קענמען זיך נאך דינגען. אבער ס'איז דאך דא דער באקאנטער מאמר..."על טעם וריח אין להתוכח"...נאר אז ס'איז נישטא נאך אזא ביהמ"ד ווי שומרי שבת אין אמעריקע זיכער נישט. נאר איך מיין אז אין די גאנצע וועלט אויך נישט. איך בין נישט געווען לעצטנס אין ארץ ישראל ווייס איך נישט וואס דער געשמאק פון ..."איצקוביץ"...איז. אבער ווען איך קום אריין אין ביהמ"ד שומרי שבת ווער איך באצויבערט פון די פילע מניינים און די אלע אידישע שלעפערס וועלכע דרייען זיך דארט ארום. און זיי געפונען דארט זייער היים. איך האב עס אמאל מגדיר געווען אלס די אידישע יונייטעד נעישאנס. עפעס א מין סוג של קיבוץ גליות. און דער איינער מענטש וועלכער שטייט אונטער אט די אלע אקטיוויטעטן. ה"ה ר' משה מעצגער שליט"א וועלכער איז אן אמת'ער עוסק בצרכי ציבור באמונה. ער קען פונקט אזוי ארויסשלעפן א בעג אנגעפולט מיט גארביטש ווי להבדיל ארומלויפן ארגאניזירן א מניין אדער לויפן צו ליינען פאר'ן עולם פון איין מנין צום צווייטן. און ער טוט עס מיט'ן זעלבן ברען און התלהבות ווי גלייך ער וואלט עס געטון דאס ערשטע מאל. בכל יום יהיו בעינך כחדשים...!און ער איז אויך א גרויסער תלמיד חכם און א בעל גמילת חסד אויף פארשידענע דרגות (לעוולס).

ער איז דער דריטער דור בן אחר בן פון די מייסדים פונ'ם ביהמ"ד שומרי שבת. וועלכע איז געגרינדעט געווארן בערך אין יאר 1929 למספ'. ווער ס'איז א ביסל באקאנט מיט די היסטאריע פון שומרי שבת ווייסט אז זיי האבן זיך אפגעריסן פון אנ'אנדערע קהילה און ביהמ"ד. ווייל א סאך פון די מעמבערס אין יענע תקופה זענען נישט געווען קיין שומרי שבת. דאס איז נישט געווען קיין פעלער אדער צוריקהאלט צו זיין א מעמבער אין די קהילה. האבן א פאר בעלי מסירות נפש. און משה מעצגער'ס זיידע בתוכם זיך אפגעטיילט און געמאכט א באזונדערע קהילה און ביהמ"ד וואו מ'האט נאר געקענט זיין א מעמבער אויב מ'איז א שומר שבת...דאס איז דער מקור פון דעם נאמען...!

Re: דירה קריזעס, כ'צאל רענט פאר שומר שבת

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 1:54 am
דורך או אינו
יש מקום לומר אז לעבן אין סיטי ערלויבט די מענשטן זיך צי אנטוויקלען מיט א רייכערע אין ברייטערע בליק אויף לעבן. ספעציעל דא אין נוי יארק מיט אזא שטארקע מולטי קאלאר פין כל קצוי תבל. גייען וואוינען אין מאנרא מאנסי לעקוואד וועט מיך ניטאמאל מאכן פאר א גיטע פארמער, נישטא ווי. מיין איינציגע האפונונג וועט זיין דאס ביסל ליסט פונעם וועקער.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 7:36 am
דורך diff
קורקלענד האט געשריבן:פרעג דיין ווייב. איך גלייב אז זי איז די מניעה, און פאר איר איז שומר שבת נישט קיין נעסעסיטי. אלזא וואס האלט איר יא צוריק?

סאיז תנאי כתובה? זיץ אין שומר שבת אין זאל זי צאלן דרענט

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 7:52 am
דורך תורה ומדע
ציני אייך אוועק פון בארא פארק צו א סאבארב למשל סיגעיט אדער סטעטן איילענד, וועט איהר האבען אללע מעלות.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 1:07 pm
דורך שבת אחים
שומר שבת איז די איינציגסטע ביסקיסע ווי מ׳מעג ע״פ הלכה דאווענען.

די רויטע רבי דאווענט דארט כסדר. ער איז דאך א ״סעלעב״ אין בארא פארק. כהאב אים פונקט נעכטן באגעגענט אין פראנט פון שומר שבת, ער געט מיר א שאקל מיטן קאפ. דעס בין איך אים ווערט. נאך מיין מסי״נ פאר אים... יא יא... פארדעם באצאלסטו פאר דיין פאסט קעסטעל אין ב״פ א חודש אזא שיינע פאר אלפים צוקענען וואוינען אין אזא עיר ואם ווי די רויטע רבי איז די אויפזעהער פון די סטראבּערי בראקל שייטלעך מיט האַט קאפס.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 2:23 pm
דורך [NAMELESS]
שבת אחים האט געשריבן:שומר שבת איז די איינציגסטע ביסקיסע ווי מ׳מעג ע״פ הלכה דאווענען.

:shock:

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 10:35 pm
דורך כפתור
או אינו האט געשריבן:יש מקום לומר אז לעבן אין סיטי ערלויבט די מענשטן זיך צי אנטוויקלען מיט א רייכערע אין ברייטערע בליק אויף לעבן.


דערווייל קוקט אויס ווי די האסט דווקא א שמאלע בליק..

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 12:21 am
דורך מפיל קינד
שבת אחים האט געשריבן:שומר שבת איז די איינציגסטע ביסקיסע ווי מ׳מעג ע״פ הלכה דאווענען.

די רויטע רבי דאווענט דארט כסדר. ער איז דאך א ״סעלעב״ אין בארא פארק. כהאב אים פונקט נעכטן באגעגענט אין פראנט פון שומר שבת, ער געט מיר א שאקל מיטן קאפ. דעס בין איך אים ווערט. נאך מיין מסי״נ פאר אים... יא יא... פארדעם באצאלסטו פאר דיין פאסט קעסטעל אין ב״פ א חודש אזא שיינע פאר אלפים צוקענען וואוינען אין אזא עיר ואם ווי די רויטע רבי איז די אויפזעהער פון די סטראבּערי בראקל שייטלעך מיט האַט קאפס.

קען איך אפשר וויסן פון וועלכער רויטער דו רעדסט?

נישט געוואוסט אז [tag]רויטע וואנצעס[/tag] איז א בארא פארקער.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 11:09 am
דורך שבת אחים
אדמו״ר מקאסוב, איך רוף אים דער רויטער רבי ווייל ער איז א רויטע פרה אדומה.

בילד

בילד

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 12:04 pm
דורך diff
דו ביסט געבוירן פאר די מוסדות. און פארזיי לעבסדו

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 4:51 pm
דורך שבת אחים
diff האט געשריבן:דו ביסט געבוירן פאר די מוסדות. און פארזיי לעבסדו


אויך דו געבוירן אויפ א דאך א פארטיזאנ שיך פין שיף דיףף פרוש מבטל געליג ן אינטער נתניץהו גיווארנט דערוועגן רשע למה סוכה רעתו מוסד גיעבן גיעלט פאר.ןפארזיי פארזי רבי׳ חסידיות עבד נרצע נוס ח ספרד גושפנקא שלאכטפעלד מתי יבא אינטרן שווער לעבסדו .מוסדות שלא לר אש ולו לזנב בוחר גע ווה ן פון אי ן פארטזיי שמש מקוה גפלץע ף

נשלח: זונטאג אקטאבער 01, 2017 2:25 am
דורך [NAMELESS]
דעיס איז דערווייל מיין מערסט געלאכטע תגובה מיום עמדי על קאווע שטיבל!
בערל האסט צו בארגן א דאזן געלעכל סמייליס?
:D :D :D

נשלח: זונטאג אקטאבער 01, 2017 2:30 am
דורך berlbalaguleh
דער געוואגטער יונגל: איך געב זיי דיר אוועק בחינם...! אבער שבת אחים האט עס זייער גוט אראפגעלייגט. מ'קען כמעט זאגן דאס ווערטל אז איין ווארט איז ווערד א טויזנט סמייליס...!

נשלח: זונטאג אקטאבער 01, 2017 4:48 am
דורך diff
לאכטס לאכטס און בויטס ווייטער דער רבינ'ס מוסדות your the joke

נשלח: זונטאג אקטאבער 01, 2017 6:23 am
דורך berlbalaguleh
דיףף:במחילת כבודך האישי/ת טוסטו נאר באשטעטיגן וואס שבת אחים האט געזאגט...!

איך ווייס נישט אויב דו שרייבסט בכוונה אויף דעם סטיל , אזוי ווי א געוויסער ניק (דער הערר נריה בען/בן נריה). אבער בכל אופן מ'קען קוילערן פאר געלעכטער וויאזוי די ווערטער און זאצן קומען ארויס. צומאל קענמען אויך פארשטיין דעם מעסעדזש וואס דו ווילסט איבערגעבן. נאך עטליכע מאל איבערליינען דאס געשריבענע ווארט/ווערטער...!

נשלח: זונטאג אקטאבער 01, 2017 6:38 am
דורך diff
שבת מיינט אז כמיין עם. גראדע האט ער זיך שיינערהייט ארויסגעדרייד פון אונזערע פראבלעימען. כבין זיכער אז אין הימל איז מען דזעלבע אנטוישט פון וואס סאיז געווארן

נשלח: זונטאג אקטאבער 01, 2017 7:27 am
דורך diff
diff האט געשריבן:כבין זיכער אז אין הימל איז מען דזעלבע אנטוישט פון וואס סאיז געווארן

סניש ריכטיג צושרייבן קלאר לדוג'. ג-ט איז זייער ברוגז אויף וואס איז געווארען פון זיין תורה אז ער וויל עס צירוק