בלאט 1 פון 2

איי וועלט לאזט זיך נישט וועקען

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 4:16 pm
דורך וחלופיהן
איך פרעג באמת און נישט לקנתר. איך בין געווען נייגעריג צו וויסן וויאזוי די איי וועלט דודס נעמען אן דער וועקער און זייערע רעאקציע און קריטיק דערצו.

גיי איך מיר צו יידישוועלט, איך מאך מיך א סירטש'ל 'וועקער' און גארנישט. א סאך רעזאלטס אויף וועקער זייגערס אבער נישט אפילו איין הזכרה פון דער וועקער. איך פריוו נאכאמאל און נאכאמאל, און גיי צו אייוועלט זען אפשר איז דער סירטש דארט בעסער אבער עס פועל'ט גארנישט. קיין זכר נישט פון דער זורנאל וואס רידערט אויף דער חסידישער יידיש שפרעכנדיגער גאס.

וואס זאגט דער עולם? פארוואס איז דער וועקער אסור לבא בקהל פון איי וועלט? האבן זיי א חרם הקדמונים? זייערע גבאים מעקן אדער דער עולם דארט פשוט ווערט פארבלענדט?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 5:04 pm
דורך שושן פורים
די אנגענומענע מהלך ביי אחב"י יושבי חושך וצלמוות איז די בת היענה מאנוווערע, אז ווען עפעס פאסירט וואס זיי האלטן נישט דערפון שטעקט מען זיך אריין ראשו ורבו אין קוויק סענד ובזה ינוח בשלום על משכבו

Re: איי וועלט לאזט זיך נישט וועקען

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 6:29 pm
דורך יהודי פשוט
קאן זיין אז איך מאך א טעות אבער איך מיין אז אין קאווע שטיבל איז נישט פארהאן קיין שום רעדע וועגן די לאמטערנע - די אויסגאבע וואס ווערט ארויס געגעבן דורך אייוועלט איז פארוואס זאלן זיי יא האבן א שמועס איבערן וועקער??

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 6:30 pm
דורך diff
נמחק

Re: איי וועלט לאזט זיך נישט וועקען

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 6:34 pm
דורך יהודי פשוט
ניין נישט געדריקט, וממילא איז עס נישט קיין אויסגאבע נאר אן אי-גאבע אבער למאי נפקא מינה, דאס מאכט אז מען זאל יא אדער נישט מאכן אן עסק דערפון??

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 6:38 pm
דורך קורקלענד
יהודי פשוט האט געשריבן:קאן זיין אז איך מאך א טעות אבער איך מיין אז אין קאווע שטיבל איז נישט פארהאן קיין שום רעדע וועגן די לאמטערנע - די אויסגאבע וואס ווערט ארויס געגעבן דורך אייוועלט איז פארוואס זאלן זיי יא האבן א שמועס איבערן וועקער??

[url=http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=6&t=11337&hilit=לאמטערנע]דא האט מען עס דיסקוסירט[/url]

Re: איי וועלט לאזט זיך נישט וועקען

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 7:17 pm
דורך יהודי פשוט
ציה איך שוין צוריק

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 12:29 am
דורך מפיל קינד
יהודי פשוט האט געשריבן:ניין נישט געדריקט, וממילא איז עס נישט קיין אויסגאבע נאר אן אי-גאבע אבער למאי נפקא מינה, דאס מאכט אז מען זאל יא אדער נישט מאכן אן עסק דערפון??

יא געווען געדרוקט די ערשטע נומער, אפילו פארקויפט אין געשפעטן, קוקט אויס אז עס איז זיי נישט געגאנגען... לא לחכמים לחם

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 26, 2021 1:45 am
דורך קאצקע ציקער
IMG_20210926_014459_620.jpg

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 26, 2021 7:43 pm
דורך כפתור
קאצקע ציקער האט געשריבן:
IMG_20210926_014459_620.jpg

דער מאמענט קויפט ער אפשר נישט, אבער איך וואלט געוועט אז ער קויפט דער וועקער

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 26, 2021 9:38 pm
דורך קאצקע ציקער
כפתור האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:
IMG_20210926_014459_620.jpg

דער מאמענט קויפט ער אפשר נישט, אבער איך וואלט געוועט אז ער קויפט דער וועקער

ער איז א שרעקליכע לץ אדער א 2 facer

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 26, 2021 9:48 pm
דורך רביה''ק זי''ע
יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס ס׳איז אזוי טויט דא, דער עולם זיצט אין אייוועלט און מישט א קאשע.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 26, 2021 10:53 pm
דורך צפור בודד
תמה תמה אקרא אז אויף אייוועלט שרייבט מען אום חוה"מ.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 8:51 am
דורך berlbalaguleh
ציפור בודד: מ'שרייבט נישט. מ'דרוקט נאר אויפ'ן קנעפל פון קיעבאורד. און די קאמפיוטער טוט שוין די איבעריגע...!

נשלח: זונטאג אקטאבער 03, 2021 11:19 am
דורך דערהויבענע איד
קאצקע ציקער האט געשריבן:
כפתור האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:
IMG_20210926_014459_620.jpg

דער מאמענט קויפט ער אפשר נישט, אבער איך וואלט געוועט אז ער קויפט דער וועקער

ער איז א שרעקליכע לץ אדער א 2 facer

כ'מיין אז א ריזיגע עולם זיצט אויף ביידע....כ'מיין מ'קען מאכן א סורוועי וויפיל חברים אין ק''ש האבן אויך ניקס אין אייוועלט

נשלח: זונטאג אקטאבער 03, 2021 2:44 pm
דורך תרמב
איך וואלט געזאגט אז קאווע שטיבל זענען זיך משלים איינע די צווייטע, ס’איז נישט קיין קאמפעטישאן, וואס מ’שרייבט דא שרייבט מען נישט דארט און די זעלבע פארקערט.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 04, 2021 12:10 am
דורך דערהויבענע איד
תרמב האט געשריבן:איך וואלט געזאגט אז קאווע שטיבל זענען זיך משלים איינע די צווייטע, ס’איז נישט קיין קאמפעטישאן, וואס מ’שרייבט דא שרייבט מען נישט דארט און די זעלבע פארקערט.

עגרי.
גראדע האט מען מיך שוין אויסגעשפארט אין אייוועלט, - פארן שרייבן וועגן אהבת ארץ ישראל-, אבער איך ליין אייוועלט נאך אלס.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 04, 2021 12:13 am
דורך שפילער
תרמב האט געשריבן:איך וואלט געזאגט אז קאווע שטיבל זענען זיך משלים איינע די צווייטע, ס’איז נישט קיין קאמפעטישאן, וואס מ’שרייבט דא שרייבט מען נישט דארט און די זעלבע פארקערט.

עקזעקטלי

נשלח: מאנטאג אקטאבער 04, 2021 12:27 am
דורך רביה''ק זי''ע
די בעסטע זענען נאך די וואס קומען אהער שעלטן אויפ׳ן סיסטעם און ווארפן האלבע אפיקורסישע קאממענטארן און דערנאך גייען זיי אויף אייוועלט שרייען אז קאוועשטיבל איז א באנדע אפיקורסים וואס זענען סתם אנגעגעסן אויפ׳ן סיסטעם.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 04, 2021 1:05 am
דורך מפיל קינד
איך האב א שפיר אז רביה"ק טוט אזוי פון צייט צו צייט. אויב נישט פון וואו ווייסט ער אז מ'טוט אזוי?...

נשלח: מאנטאג אקטאבער 04, 2021 1:15 am
דורך רביה''ק זי''ע
:lol:

ניין, איך האב דאס קיינמאל נישט געטוהן. פון וואו איך ווייס? פון די סאמעטוכע איבער די בילד אינעם מאמענט וואו מ׳זעהט דאס עק פונעם וועקער. גראדע בין איך אויסגעשפארט פון אייוועלט שוין באלד א יאר (יעצט ווארט איך נאר אז מ׳זאל מיר אויסשפארן פון קאוועשטיבל אויך :D ), ענדיוועיס.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 04, 2021 2:10 am
דורך בת קול
שוין 2 מאל אויסגעשפארט געווארן...
א שאד איך קען נישט לאזן מיינע צוויי צענט אינעם יעצטיגן אשכול "וואס טוהט איר מיט אייער טאכטערס געלט."

נשלח: מאנטאג אקטאבער 04, 2021 2:28 am
דורך רביה''ק זי''ע
פעך, נאר דאס קעפל ברענגט מיר שוין צו ברעכן, שוין בעסער צו זיין אויסגעשפארט.