בלאט 1 פון 1

מאמענט אינטערוויו מיט ר' נתן העלבראנץ

נשלח: זונטאג אקטאבער 01, 2017 11:44 am
דורך מיש-נייעס
איך מוז זאגן אז דער מאמענט ארטיקל פון נתן העלבראנץ האט מיר געטוישט א סאך איבער מיין דעה אויף ר' שלמה העלבראנץ,

עס איז באמת א הארץ וויי אז אזא געלונגענע מענטש זאל אזוי צוטרעטן ווערן

עס שליסט נישט אויס שגיונות וואס יעדער האט,

אבער דער טומעל ארום איהם זינט דאס פארכאפונג פון די 2 קאשויער אייניקליך, און זיין טויש אין מאד זיין ער איז געווען אין תפיסה, וואס האט גורם געווען צו די השתלטות פונם ראדיקאלער פירער דארט

עס איז באמת הארץ רייסנד ווען די קוקסט עס אן מיט נתן'ס גלעזער, די יסורים וואס קינדער גייען דורך פון קלימאטן טויש אין ווארימע שטובער

עס ליגט זייער א סאך דירען, עכ"פ מיך האט עס געלערנט און פארענפערט פולע פראגן

איין זאך איז זיכער אז בחייו וואלט ער נישט געקענט שרייבן אזא ארטיקל, עס האט געמוזט צוקומען צו מכבדו בחייו

דאס קען זיין א שטיקל טרייסט פאר איהם, אז ער האט נישט געקענט ריינוואשן זיין טאטן בחייו, ווייל ביים לעבן וואלט מען געזאגט אז ער מיינט זיין טאטנ'ס חסידות ואכמ"ל

איך שיהיה מען קען נישט אפסקענען א מענטש פון שמועות