בלאט 1 פון 1

רבי ישראל - בעל לקוטי מהרין ותולדות יצחק בן לוי

נשלח: מוצ"ש מערץ 10, 2012 10:42 pm
דורך דולה ומשקה
רבי ישראל איז געבוירען געווארען לערך שנת תקכ"ג לכאורה אלס די עלסטע זוהן פון הה"ק סניגרן של ישראל רבי לוי יצחק מבארדיטשוב בעל 'קדושת לוי', אין צו זיין מוטער הרבנית הצדיקת פערל ע"ה די טאכטער פון הרבני הנגיד רבי ישראל למשפחת פרץ הנכבדה פון שטעטל לעברטוב. רבי ישראל איז געבוירען געווארען אין שווערע תקופה יארען פון זיין הייליגע פאהטער דער קדושת לוי, וואב האט בעת לידתו מכהן געוועהן בעיר ריטשוואל, אבער צוליב מחלוקות איז ער געפארען צום רבו המגיד הקדוש ממעזריטש ביז ער האט פארלאזט די שטאט ריטשוואל, בשנת תקכ"ה האבען זיי זיך באזעצט אין פינסק, ביז ער האט געדארפט צו אנטלויפען אויך פון דארט, בשנת תקל"א ווען רבי ישראל איז געוועהן בלויז אכט יאר האט זיך זיין משפחה באזעצט אין זעליחוב אין אויך פון דארט האבען זיי געמוזט אוועק גיין מחמת הרדיפות (עי' אגרת הקודש צרבי אלעזר מליזענסק בשם אביו הרבי ר' אלימלך "נידון המחלוקות שנתעורר בעוה"ר על הרב האי גאון החסיד המפורסם האבד"ק זעלחאב").

ווען רבי ישראל איז געוועהן בערך דרייצען צו פערצען יאר האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית מרגליות בת הרב הקדוש רבי וואלף ובת מרת מרים (עי' הקוויטל של רבי חיים מקראסנע). בשנת תקמ"ה האט זיך דער קדושת לוי ויוצ"ח באזעצט אין בארדיטשוב. נאך עטליכע יאהר האט דאס שטעטל 'פיקוב' אויפגענומען רבי ישראל אלס רב.

בשער הספר קדושת לוי שרייבט ער אויף זיינע קינדער "וכמה חידושים מבני הנעימים החריפים היראים ושלמים הרבנים המאוה"ג מהור"ר ישראל ומהר"ר מאיר". אין דער בוטשאטש רב שרייבט אין זיין ספר 'עזר מקודש' אויף שו"ע אבן העזר (סימן קכט אות כ"ו) בענין כתיבת שם שאול בגט, וז"ל: "וזכורני ג"כ שהרב בעל קדושת לוי נ"י ובנו הרב אבד"ק פיקוב יצ"ו החסיד המפורסם בשם טוב מוהר"ר ישראל נ"י כתבו לפסול גט שהיה כתוב בו שואל [וא"ו קודם אל"ף].

רבי ישראל פלעגט פארען צו רבי משה לייב מסאסוב (עי' ספרו תולדות יצחק בן לוי פרשת כי תשא "שמעתי מפי הרב הקדוש מו"ה משה ליב זצ"ל"). אין צו דער רבי ר' זושא ((בספרו פ' תולדות: "שמעתי מהרב הקדוש מהו' זוסמאן). פון ספר אמרי פנחס (שער ב' אות כא) משמע אויך צו רבי פנחס מקאריץ.

כ"ה תשרי שנת תק"ע איז נפטר געוורען הרב הקדוש בעל קדושת לוי זי"ע, האט מען דעמאלס אויפגענומען רבי ישראל למלא מקום אביו לכהן בעיר בארדיטשוב.

פון רבי ישראל מפיקוב איז דא געדריקט צוועלף הסכמות, כמעט אלע משנת תקע"ז:
א מדרש רבה תקע"א ב תשואות חן תקעו ג שו"ע תקעז ד לבוש תקעז ה כתבי ר"א שו"ב ו צמח ה' לצבי ז מבשר צדק תקעז ח ש"ס מהדורת סלאוויטא תקעז-תקעט ט תולדות אהרן תקעז י חובת הלבבות תקעט יא פרי מגדים תקעט יב מדרש רבות תקעט.

רבי ישראל פיקאווער איז נסתלק געווארען [כ"ג אלול] שנת תקע"ט [או תקעח], זייענדיק בערך בלויז זעקס אין פיפציג יאר אלט, מהאט איהם קובר געוועהן סמוך ונראה צו מנוחת כבוד אביו הקדוש זי"ע, וליד אחיו הצעיר הה"ק רבי מאיר בעל כתר תורה (נפטר כ"ט תשרי תקס"ו), בשנת תקפ"ד האט מען דארט קובר געוועהן א דריטער ברידער רבי דוב בער.

זיינע חידושים עה"ת, הפטורה, ועוד נדפסו בספר "לקוטי מהרין - ותולדות יצחק בן לוי"

בני רבי ישראל פיקאווער:
א. רבי שמואל שמעלקא נישא להרבנית מלכה בת רבי אברהם ישראל דובער[חתן רבי חיים מקראסנע] בן הרה"ק בעל אור המאיר מיזטאמיר.

ב. רבי משה יהושע מפיקוב נישא להרבנית רבקה בת רבי דוד.

ג. רבי דוד [מתתיהו] יחזקאל זוגתו הרבנית ביילא

ד. רבי פנחס

ה. רבי ישעיה נישא להרבנית פעריל בת הגביר הרב ר' אברהם שעפטיל הורוויץ מטארנופול מגזע השלה"ק

ו. רבי לוי יצחק משיטאווא

בנותיו:
ז. מרת ליפשא פריידה נישאת לרבי אליקים געציל בן רבי שמואל לובער מבארדיטשוב

ח. מרת מלכה נישאת לרבי משה הלוי שטאהל אבד"ק טרייאנוב

ט. מרת שרה [שאשא] נישאת לרבי נפתלי צבי.

Re: רבי ישראל - בעל לקוטי מהרין ותולדות יצחק בן לוי

נשלח: מוצ"ש מערץ 10, 2012 10:49 pm
דורך [NAMELESS]
זייער שיין. א גרויסן ישר כח פאר די שיינע ידעות.
צוויי פראגעס: פארוואס הייסט זיין ספר ליקוטי מהרין? וואס איז די נון ביים סוף?
היינט ווייסן מיר אז די דערבארעמדיגער'ס זענען אייניקליך פון דעם הייליגן בארדיטשובער זי"ע, און עס אפילו דא א מעשה ווי אזוי דער בארדיטשובער האט באקומען דעם נאמען כידוע. איז דאס אמת? זעהט מען ערגעץ אז דער בארדיטשובער אדער זיינע קינדער זאלן זיך רופן מיט דעם לעצטען נאמען?

Re: רבי ישראל - בעל לקוטי מהרין ותולדות יצחק בן לוי

נשלח: זונטאג מערץ 11, 2012 3:43 pm
דורך דולה ומשקה
ראשעקאל האט געשריבן:זייער שיין. א גרויסן ישר כח פאר די שיינע ידעות.
צוויי פראגעס: פארוואס הייסט זיין ספר ליקוטי מהרין? וואס איז די נון ביים סוף?


רבי ישראל פיקאווער ברענגט אראפ זיין פאהטער דער הייליגע קדושת לוי זי"ע איבער פערציג מאהל אין זיין ספר, אין מ'דארף דאס צו וויסען וויבאלד דער ספר איז מעט בכמות, אין ווי ער שרייבט בהקדמתו: "לא בינת אדם לי לומר איזה דיבור בהבנת התורה הקדושה, רק כאשר הבנתי בדברי אאמו"ר הגאון הקדוש איש אלקי נבגע"ע כן רשמתי".

פון דעם פאקט אז ער האט געדריקט זיין ספר בשנת תקע"א, איז מוכח ער האט נאך אנגעהויבען שרייבען זיין חידו"ת בחייו של אביו הגה"ק מבארדיטשוב.

וועגען דער שם הספר איז שוין דא אסאך תמיהות והשערות. פונקטליך וואס איז ראשי תיבות פון מהרי"ן, אין וואס עפעס איז צוטיילט דער נאמען "תולדות יצחק" און "בן לוי", אין דאס אזוי קובע געוועהן שלא כסדרן.

לכאורה מהרי"ן איז די ראשי תיבות פון מ'גילות, ה'פטורות, רבב"ח [על אגדתא במסכת בב"ב, רבה בר בר חנא], י'וצרות, נ'ישואין. דאס זענען די נושאים איבער וואס זיין חידו"ת נעמען ארום אויסער די פירושים עה"ת.

תולדות יצחק בן לוי, איז לכאורה הכוונה צו זיין הייליגע טאטע הגה"ק מבארדיטשוב, ואחיו הגה"ק רבי מאיר זי"ע בעל כתר תורה. וז"ל בתוך הקדמתו: "לא בינת אדם לי לומר איזה דיבור בהבנת התורה הקדושה, רק כאשר הבנתי בדברי אאמו"ר הגאון הקדוש איש אלקי נבגע"ע כן רשמתי, וכן מדברי אחי החריף ובקי בוצינא קדישא המנוח הקדוש זצלה"ה הבנתי מדבריו וכן רשמתי...". דער "תולדות יצחק" איז על שם אביו פון וועם ער האט יונק געוועהן רוב תורתו, על שם הפסוק אלה תולדות יצחק. אין דער "בן לוי" איז די כוונה אויף זיין ברידער הגה"ק רבי מאיר זי"ע.

אגב איז דא פון איהם נאך א ספר "תורת ישראל", א קליין ספר מעט הכמות ורב האיכות, לפי הנראה האט ער דאס געשריבען נאכען דריקען דער זיין ספר "ליקוטי מהרין - ותולדות יצחק בן לוי", געדריקט געווארען צום ערשט בשנת תר"ע אינטערן נאמען "תפארת בית לוי". דער ספר איז אנגעטיילט אין צוויי חלקים, איינס: "חידושי אגדה בדרך פרד"ס", וואס תוכנו אין סגנונו איז שטארק ענדליך צום "תולדות יצחק בן לוי". דער צווייטע חלק: בדברי הלכה "פלפולא טבא דאורייתא", וואס דא ווייזט ער ארויס זיין שטארקע כח בנגלות התורה.