בלאט 1 פון 6

וועקער 10 - הכצעקתה? וואס איז דער אמת אויף הרב קוק?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 02, 2017 3:09 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
די אשכול איז אויף מיין מאמר אין די נייע וועקער, תשרי תשע"ח, וועגען הרב קוק. מ׳האט אוועק געשטעלט אביסל די היסטאריא פון די מחלוקת אנטקעגען איהם און אויפגעדעקט דער אמת וועגען די אומענטפערבאר טענות, ווי למשל זיין רעדע ביים גרינדונג פון היברו יוניווערסיטי און זיין מימרות אויף אותו האיש ועוד.

די צענטראלע נקודה איז אז ס׳איז געווען א מחלוקת צווישען בעליבתים אין ירושלים, וואס האבען געוואלט מאכט מיט געלט וכו׳, אזוי ווי יעדער מחלוקת. איין זייט האט געוואנען, און די אנדערע זייט האט געזוכט צו מאכען און פארשפרייטען סקאנדאלען. אידישקייט איז געווען די צווייטע נושא אין די ענין, און ס׳האט געדינט אלץ א קרדום להכות בו, נישט אלץ די נקודת המחלוקת.

די אשכול איז געווידמעט ארום צו שמועסען מיט א גרעסערע אריכות ועיון.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

Re: וועקער 10 - הכצעקתה? וואס איז דער אמת אויף הרב קוק?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 02, 2017 4:03 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אינטרעסאנט, ווייל איך האב נאר געברענגט זיין אייגענע ווערטער אויף דער טעמע. ער האט זיך אליינס באצויגען צו די טענה, און זאגאר געטענה׳ט אז ׳כך היא דרכה של חכמינו׳ גרעסער צו מאכען אונזער קעגענער, נישט קלענער צו מאכען.

עכ"פ, איך בלייב אינטרעסירט צו הערען קריטיק, הוספות און הערות.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: מאנטאג אקטאבער 02, 2017 4:25 pm
דורך טאמבל סאס
arguably פון מיינע בעסטע ארטיקלען דעם נומער. א יישר כח ליטוואק.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 03, 2017 12:38 am
דורך נאטירליך
א הערליכע ארבעט ליטוואק

Re: וועקער 10 - הכצעקתה? וואס איז דער אמת אויף הרב קוק?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 03, 2017 10:54 am
דורך דער גאלדענער אדלער
ליטוואק; כ'האב שטארק הנאה פון דיין ארטיקל, כ'האב עס נאך נישט געהאט קיין צייט אפצוליינען, מ'איז ביזי מיט יו"ט, נישט אומזיסט הייסט דע פיר טעג, ראשון לחשבון עוונות, מ'האט נישט קיין צייט צו גארנישט.

אבער די קעפל זאגט אסאך, הגם איך וואלט עס ווען געגעבן אן אנדערן קעפל, האב איך עס אבער נישט געשריבן.

עניוועי כ'האף נאך דעם ערשטן טאג יו"ט דורך צו טוהן דעם ארטיקל מיט יישוב הדעת, און קאמענטירן דערויף חוה"מ אדער נאך יו"ט.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 03, 2017 8:04 pm
דורך מפוזרי
אבטולמוס האט געשריבן:.

מיין געפיל בשעת'ן אנגרייטן דעם מאמר לדפוס איז געווען אז טייל פון די הסברים זענען שטארק עולה על הדעת, אבער אנדערע זענען עפעס נישט גלאטיג. דוכט זיך מיר אז וועגן דעם אותו האיש רעפערענץ האב איך געשפירט אז אז קשיא איז בעסער פון דעם תירוץ. אזוי צי אזוי איז יעדער פאראגראף פול מיט ווערדפולע אינפארמאציע און גיט א שיינעם בליק אויף אזא אדם גדול ווי הרב קוק ז"ל.


אינטערעסאנט, ווייל דאס איז די איינציגסטע תירוץ וואס אפילו סאטמאר איז מודה צו דעם. למשל, זיי האלטן אז הרב קוק זעלבסט איז אזוי ווי אותו האיש און דאך זענען זיי מודה אז ער האט געהאט מורא'דיגע כוחות הנפש.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 04, 2017 10:13 am
דורך פרייוויליג
מעסיוו ארבעט Wow

נשלח: זונטאג אקטאבער 08, 2017 1:39 pm
דורך הוגה
[justify]איך האב זייער הנאה געהאט פון דיין ארטיקל. עס איז זייער גוט געשריבן, ס'ליינט זיך זייער געשמירט. די קעפל פונעם ארטיקל איז זייער clever. די footnotes גיבן אויך צו צום ארטיקל. א יעדע קללה אדער accusation האט א פונקטליכע מראה מקום.

צום עצם שאלה אויב דער ארטיקל איז אפאלגעטיק. אוודאי איז עס אפאלגעטיק און מיט pride. דער ארטיקל צילט אויפצואווייזן אז ס'דא א צווייטע זייט. ביז היינט האבן רוב חרדי'שע מענטשן געמיינט אז הרב קוק איז א וודאי טמא, און ספעציעל ביי די דאזיגע פיר מעשיות, איז ער פארפארן. קומט הרב ליטוואק, מיט אן אגענדע, and rightfully so, צו צייגן דער אנדערע צד, אז ס'מעגליך נישט אזוי סימפל ווי מיר אלע מיינען. ער לייקנט נישט אז רב קוק איז געווען א פארפלאמטע ציוני, אז זיין הבנה אין גאולה איז נישט געווען לויט די ארטאדאקסישע הבנה און אז זיין "התחברות לרשעים" איז נישט געווען איינשטימיג מיט די טיפיקל חרדי'שע צוגאנג. ער פארציילט אבער יא די דאזיגע פיר מעשיות פון אן אנדערע צד, באגלייט מיט מקורות און אינפארמאציע וואס זעהט אויס גאנץ קראנט און לייגט זיך אויפן דעת.

איך בין געווען pleasantly surprised צו זעהן ווי באהאווענט א ליטוואק קען זיין אין ליקוטי מוהר"ן, עד כדי כך אז ער זאל קענען צוטירן פונקט דער שטיקל וואס איז אזוי צוגעפאסט מיט די נושא המאמר. :)

וואלט געווען מעגליך ארויפצושטעלן די אינטערעסאנטע בלעטער פונעם קובץ בית וועד לחכמים, תמוז-אב תרפ"ז? סיי די חלקים בנוגע הרב קוק און סיי בנוגע דער מנחת אלעזר. יישר כח למפרע.


.[/justify]

נשלח: זונטאג אקטאבער 08, 2017 2:25 pm
דורך אספקלריה
א ייש״כ פאר דעם הערליכען מאמר.
איך האב געטרינקען יעדע ווארט.
אויב מעגליך וואלט איך געוואלט קלארער פארשטיין,(אפשר פאר א המשך ארטיקעל).
וויאזוי איז זיין דמות צושטנדגעקומען ,אבותיו ורבותיו וכ״ו ווער זענען געווען זיינע רעביס און קבלה און אין מיסטיקה,
און ווי האט זיך זיין בליק אויף כלל ישראל אויפגעבויט,א בליק וואס מהאט מער געהערט און די אלטע חסידישע באוועגונג ווי ריזשין און נאך.
נאך א נקודה למחשבה וואס מקען מרחיב זיין און דעם נושא,
מזעעט אסאך פון די לשונות דעמאלס אז מרופט עם אהן א בעל דמיון והזיה, וואס באמת מוז לאו דווקא מיינען וואס אונז רוף מיר דמיון,סקען מיינען חלקי התורה וואס האט שייכות מיט כח המדמה און נישט מיט כח השכלי.
אלנפאלנס א שכח נאכאמאל סאיז געווען באמת א עונג יו״ט.

Re: וועקער 10 - הכצעקתה? וואס איז דער אמת אויף הרב קוק?

נשלח: זונטאג אקטאבער 08, 2017 5:33 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
בנגלה איז ער געווען א תלמיד פון הרב ראובן דינאנבורגער (דווינסק).
בנסתר האט ער געלערנט אסאך מיט און פון דער לשם.
זיין וועלטליכע באגריף האט מסתמא א שייכות מיט דער נצי"ב, וואס איז אויך געווען פיהל ברייטער ווי דער דורכשניטליכער דעמאלסדיגע ליטווישע רב\ראש ישיבה.
זיין מהלך איז אבער אייגענארטיג. ס׳האט זיך אנטוויקעלט במשך די יארען, און בבדידותו אין שווייץ ביים ערשטען וועלטס קריג, האט ער אסאך אויסגעארבעט און אפגעשריבען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג אקטאבער 10, 2017 2:00 am
דורך וואלווי
פון מיין בעסטע ארטיקלען אונ'ם וועקער. וועגען די פאקטען ארום די פיר נקודות איז קלאר אז היסטאריע דארף זיין אמת און אגענדעס פעלשען תמידין כסדרן. אבער די מערסטע אימפרעסד בין איך פון די וועג ווי אזוי ליטוואק לייגט עס אריין אין פערספעקטיוו פון יודישע קהילות און זייערע פאליטישע אומשטענדען, ספעציעל און די קאנטעקסט פון די ירושלימ'ע ווערטשאפט בימים ההם, וואס דעס איז נאך דער בעסטע וועג אויף צו ווייזען אמת'דיגע היסטאריע.

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 14, 2017 11:48 pm
דורך לעיקוואד
שיינער ארטיקל. דער אמת אבער איז אז טאמער האט ער טאקע געזאגט שארפע זאכן ווערט ער גרעסער מיט דעם און נישט קלענער. אין אנדערע ווערטער א מענטש האט א חזקה. אז מען ליינט נאר צוויי בלאט אין כתבי הרב קוק זעהט מען אז דער מענטש ווייסט וואס ער רעדט. בנגלה ובבנסתר און ער איז א שטיק פייער פאר'ן באשעפער און פאר אידישקייט. איז אז זעהט מען ער זאגט א שבח אויף הערצל דארף מען דאס פארשטיין לפי העומק, נישט פארענטפערן און מדחה זיין. דער הסבר איז טאקע שיין אבער עס איז מסתמא דא נאך טיפער פון דעם. אויב א גוי כורש מעג דער נביא רופן משיח מעג מען אוודאי רופן ר' בנימין זאב א בחינת משיח. וכו'.

דער אמת איז, ווער עס פארשטייט הוגה'ס ארטיקל פארשטייט אויך די שורש פון די שארפע דיבורים פון הרב קוק.

נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2017 12:05 am
דורך וואלווי
לעיקוואד האט געשריבן:שיינער ארטיקל. דער אמת אבער איז אז טאמער האט ער טאקע געזאגט שארפע זאכן ווערט ער גרעסער מיט דעם און נישט קלענער. אין אנדערע ווערטער א מענטש האט א חזקה. אז מען ליינט נאר צוויי בלאט אין כתבי הרב קוק זעהט מען אז דער מענטש ווייסט וואס ער רעדט. בנגלה ובבנסתר און ער איז א שטיק פייער פאר'ן באשעפער און פאר אידישקייט. איז אז זעהט מען ער זאגט א שבח אויף הערצל דארף מען דאס פארשטיין לפי העומק, נישט פארענטפערן און מדחה זיין. דער הסבר איז טאקע שיין אבער עס איז מסתמא דא נאך טיפער פון דעם. אויב א גוי כורש מעג דער נביא רופן משיח מעג מען אוודאי רופן ר' בנימין זאב א בחינת משיח. וכו'.

דער אמת איז, ווער עס פארשטייט הוגה'ס ארטיקל פארשטייט אויך די שורש פון די שארפע דיבורים פון הרב קוק.


ווענד זיך לויט די אודיענס.

אלס אמת לפי העומק אזוי ווי די זאגסט, און אודאי פאר די וואס ווייסען אמיתן של דברים. אבער פאר דער המון וואס הערט נאר וואס מ'פרעדיגט זיי אין אונזער פארמאכטע וועלט האט דאס ליטוואק בעל בתיש מסביר געווען זייער אבדזשעקטיוולי.

נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2017 12:17 am
דורך קורקלענד
שיינע ארטיקל, זייער אינפארמאטיוו, און אייגנארטיק. איינס פון די בעסטע פון (ציווישן אזויפיל בעסטע) אין די לעצטע וועקער. די וועקער איז געגרינדעט געווארן פאר די סארט ארטיקלען.

איך וויל וואונטשן ליטוואק אז ער זאל ווייטער קענען אנגיין מיט די ארבעט אין אויסברייטן אונזערע ידיעות איו די אידישער היסטאריע.

ישר כח.

נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2017 3:17 am
דורך שמעון וואלף
די ארטיקל האב איך נישט געליינט. איך וויל אבער איבערגעבן וואס איך האב געהערט פון ר' יצחק לעבאוויטש אבדקה"י וואדריזש, אז רב קוק (די ערשטע רב הראשי, כלשונו) איז געגאנגן צו טיף מיט זעהן אלוקית אין יעדע זאך און מיט דעם האט ער מטהר געווען השרץ בק"ן טעמים. ער האט גארנישט געהאט מיט ציונות, מזרחי והמסתעף.

Re: וועקער 10 - הכצעקתה? וואס איז דער אמת אויף הרב קוק?

נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2017 4:38 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
לעיקוואד - דער פראבלעם איז, אז דער אמת בלייבט דער אמת. הרב קוק האט נישט געזאגט אויף הרצל אז ער איז משיח בן יוסף. אז דו ווילסט אזוי זאגען, ביסטו מכובד. אבער דאס איז נישט געווען קיין תירוץ, נאר דער אמת. און אזוי האט ער אליינס געשריבען צו זיין שווער.

(וואלווי) שמעון וואלף - איך האב אויך געהערט די דיבורים פון דער וואודרידזשער רב, אין אן אופן פון א טענה אויף די מתנגדים. זיי האבען געזאגט אז חסידים גייען פארקריכען מיט׳ן זע׳ען אלקות אין אלץ, און דערווייל דער וואלאזשינער תלמיד איז גאר דער וואס איז פארקראכען. אויף למעשה איז עס נישט נייטיג.

לכאורה א באשרייבונג אויף הרב קוק׳ס השקפות איז נישט נוגע. די וואס זענען אינטרעסירט האבען שוין אליינס דורכגעגאנגען דער ענין, און די סאטמארער צווישען אונז גייען סייווי נישט טוישען מיינונג.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2017 5:12 am
דורך וואלווי
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וואלווי - איך האב אויך ...
Sent from my LG-K373 using Tapatalk


שמעון וואלף כצ"ל

Re: וועקער 10 - הכצעקתה? וואס איז דער אמת אויף הרב קוק?

נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2017 5:14 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
וטעות לעולם חוזר. גערעכט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2017 4:45 pm
דורך פיקאסא
יי"כ גדול פאר רבינו אביגדור פארן אהער שטעלן אזא שיינעם ארטיקל. זייער קלאר און סאליד געשריבן אזש די האסט מיר אריינגעפירט אין א פרעמדע וועלט צו די ירושלים של מעלה, און כ'האב מיך געשפירט ווי כאילו איך לעב מיט די אלטע ירושלימ'ער מחלוקת און איך נעם גאר א צד... וועלכע צד? המממ... נאך דיין ארטיקל, ווייס איך שוין נישט!

@ליטוואק איך האב שטארק הנאה ווי די געבסט אונז אייביג פרישע חומר למחשבה, אויף אלע מיני נושאים. פון קידוש לבנה צו די ספרדים, פון א צומישטער שמועס ביז הרב שך, וואדריטשער רב צו הרב קוק. אייביג עפעס פריש און איינגארטיג.

כה לחי! :like

נשלח: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 1:38 am
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אינטרעסאנט, ווייל איך האב נאר געברענגט זיין אייגענע ווערטער אויף דער טעמע. ער האט זיך אליינס באצויגען צו די טענה, און זאגאר געטענה׳ט אז ׳כך היא דרכה של חכמינו׳ גרעסער צו מאכען אונזער קעגענער, נישט קלענער צו מאכען.

עכ"פ, איך בלייב אינטרעסירט צו הערען קריטיק, הוספות און הערות.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט: א יישר כח גדול פאר די גרונטליכע ארבייט וואס דו האסט אראפגעלייגט אין דעם ארטיקל. איך האב עס אדורכגעליינט מ'דאשקע ל'דאשקע. און כ'האב שטארק הנאה געהאט.

לענין: איבער דעם הספד אויף טעאדאר הערצל. ער האט זייער פיין געזאגט. און אראפגעברענגט געהויבענע מושגים פון קבלה. אבער דער המון עם נישט אז זיי האבן פארשטאנען. און נישט אז זיי האבן עפעס אפגעלערנט פון דעם. ס'וואלט, לפענ"ד פיהל בעסער געווען ווען הרב קוק ז"ל זאגט ווען מער פשוט'ע דיבורים אז הערצל האט זייער א סאך שכר פאר אריינברענגען האפענונגען פון גאולה אין די צובראכענע אידישע הערצער. נאר ס'איז א שאד אז ער איז געווען אזוי ווייט פון אידישקייט. ס'וואלט פיהל בעסער געווען ווען ער איז מער טראדיציאנאל געשטימט. וואלט זיכער געווען מער א קאנסענזוס איבער זיין פערזענליכקייט...!
:איבער זיין דרשה ביי די עפענונג פון די היברו יוניווערסיטי: איך בין נוטה צו גלייבן אז ער האט געזאגט אז לערנען תורה איז די עיקר. ווייל ס'שטייט אין פסוק כי מציון תצא תורה. און די רשעים די מסלפים וזייפנים האבן עס אויסגעדרייט. אבער ס'איז דאך נישט געווען אין פלאץ. מילא ווען ער רעדט די אלע ווערטער ביי א מלוה מלכה פאר די פאנאוויעזשער ישיבה, ניחא. ( כאטש די ישיבה האט נאך דאן נישט עקזיסטירט.) אבער נישט ביי אן אוניווערזיטעט וואו מ'לערנט די אפיקורסישע טעאריעס פון טשארלס דארווין וסייעתו. און פון האוקינס און דאוקינס. וועלכע לייקענען אין מציאת הבורא. ס'איז פונקט אזוי ווי אז א מענטש זאלל זיך אויפשטעללן ביי א כ"א כסליו מסיבה און נעמען דרש'נען וואספארא פיינער מענטש בנימין נתניהו איז. ווי ער העלפט צו אז אידישקייט זאלל בליען...!

איבער זיין סטעיטמענט אז די יוגנטליכע חלוצים וועלכע מאכן איבונגען אום שבת קודש אויסצוארבעטן זייער גוף מיט די מטרה צו באשיצן דאס הייליגע לאנד זענען מייחד ייחודים. דאס האט נישט קיין פארענטפערונג. אפילו אז ער האט מדגיש געווען אז דאס זאלל נישט געשעהן אום שב"ק. ווייל דער עולם האט פארגעסן דעם חלק. און זיי זענען געבליבן מיט דעם ערשטן חלק.

אויך זיין הסבר (מיט די מושגים פון קבלה) אויף יש"ו און זיינע תלמידים האט נישט קיין פארענטפערונג. אפילו אז ער האט זיי נישט משבח געווען. ער האט נאר מסביר געווען דעם מהלך פון זיינע כוחות. דאך לאזט דאס איבער א ביטער'ן טעם אין מויל. ווייל דורכאויס די 2,000 יאר פון קריסטענטום האבן אידן זיך נישט מתעסק געווען מיט חקר'נען די פרטים פון זייער רעליגיע. טראץ די אלע פאקטן וועלכע ער האט מצטט געווען זענען אמת...!

אבער אפילו לאור כל האמור לעיל קענמען נישט אוועקנעמען זיין גדלות בתורה און יראת שמים. ס'איז נאר די רשעים וזייפנים ווי בלאך און די אנדערע וועלכע האבן געפיהרט זייער אגענדא, האבן זיך ארויפגעכאפט אויף געוויסע סטעיטמענטס וואס ער האט געזאגט און זיי האבן עס מסלף געווען . און דאס האט זיי געגעבן א תירוץ להתיר את דמו. איהם צו רודפ'ן עד חורמה. און זיי האבן געניצט דאס קנאות און (להבדיל) די תורה אלס א קרדום לחפור בה.ק

נשלח: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 5:27 pm
דורך יעקב מענטש
זייער הנאה געהאט פון דעם ארטיקל.

אלץ סאטמערע אינגערמאן, איז מיר נישט מעגליך מכשיר צו זיין הרב קוק אפי' לו יצוייר אז די מעשיות זענען אויפגעבלאזן אדער אינגאנצן שקר/פארדרייט.

ליטוואק'ס טענה אז 'וואס אנדערע גדולים זאגן אויף אים' איז א קנאפע קנה מידה, איז אפשר ריכטיג ווען יענער שרייבט א בריוו און לייגט צו טיטלען, וואס מוז נישט זיין אז דער גדול הכותב האלט ביים שווערן אז יעדע טיטל איז וואר, און ס'איז מעגליך אז ער האלט גאר ווייניג פון יענעם, נאר ער שרייבט עס ווייל יענער האט אסאך פאללאויערס, און ער זוכט נישט צו מישען א קאשע.

אבער ווען א איש אמת ווי דער סאטמער רב ז"ל, וואס האט אויף קיין איין אנדערע שותו"מ גערעדט ברבים (פריוואט זאגט מען אז ער פלעגט יא לאזן פאלן ווערטער אויף דעם און יענעם, אבער דאס קען מען נישט וועריפייען) זאל שרייבן אויף אים אזוינע לשונות, מיינט דאס עפעס.

ס'קען זיין ער איז געווען מיסאינפארמירט, כ'ווייס נישט.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 6:26 pm
דורך אישתישבי
אויך זיין הסבר (מיט די מושגים פון קבלה) אויף יש"ו און זיינע תלמידים האט נישט קיין פארענטפערונג. אפילו אז ער האט זיי נישט משבח געווען. ער האט נאר מסביר געווען דעם מהלך פון זיינע כוחות. דאך לאזט דאס איבער א ביטער'ן טעם אין מויל. ווייל דורכאויס די 2,000 יאר פון קריסטענטום האבן אידן זיך נישט מתעסק געווען מיט חקר'נען די פרטים פון זייער רעליגיע. טראץ די אלע פאקטן וועלכע ער האט מצטט געווען זענען אמת...!



ר' בערל,
יאשקע איז געוועהן אנגענומען ביי אידען אלץ א נאמען פונעם א מלאך, און איז אריין געדרוקט אין מחזור ראש השנה.
ווי אויך איז אין ספר דן ידין דא רמזים אויף די קליפה פין ישו, און נאך. סא זאג נישט אז אידן האבן נישט געחקרנט אין יאשקע.

Re: וועקער 10 - הכצעקתה? וואס איז דער אמת אויף הרב קוק?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 7:04 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
יעקב מענטש - דער סאטמארער רב האט איהם נישט געקענט, דעריבער איז זיין מיינונג ווערטלאז צו די וואס ווילען וויסען דער אמת.
די גדולי ישראל האבען איהם מער ווי באטיטעלט, זיי האבען געשריבען מיט דרך ארץ און חשיבות, אפילו ווען זיי האבען נישט געהאלטען פון זיין שיטה. און ווי באקאנט דער חפץ חיים האט שטארק מקפיד געווען ביי טיטלען, ווי זיין תלמיד ר׳ אלחנן ברענגט פון איהם, און דער טיטל איש אמת האט ער פארדינט אפילו ביי די וואס זענען נישט זיין אנ"ש. הרב איסר זלמן האט איהם מספיד געווען בדמעות שליש, און געזאגט פאר יעדער אז ׳מיר זיינען אלע עפעס, ביז צו זיין קלאמקע׳. וכידוע ווי ער האט שטארק מוחה געווען אויף די עזות פנימ׳ער וואס האבען געהענגט א המן בצורת הרב קוק אויף פורים.
אבער דאס אליינס אז אפילו די קנאים צווישען די רבנים וואס האבען איבם געקענט האבען איהם געשעצט, א שטייגער ווי הרי"ח זוננפלד, דארף זיין א קשיא ביי יעדער מבקש האמת.

בערעל - דו רעדסט פון וואס ער וואלט געדארפט טוהן. דאס איז הן נישט אין פלאץ און הן נישט אויסגעטראכט. דער נידון איז בלויז געווען צו די אויסדרוקען צייגען אויף א קאלטקייט אין אידישקייט צו א קרומע השקפה, נישט צו זיי זענען געווען פאסיג אין זייער פלאץ און צייט. און דערצו, ער איז געווען א רב וואס האט געקענט זיין סטאדע, דו און מיר זענען נישט קיין רבנים און מיר קענען נישט זיין סטאדע. אז ער האט פארשטאנען אז די ווערטער דארפען זיי הערען, דארף מען כאטש קענען די מצב זיך צו דינגען. ווען דער פרייע וועלט האט געזאגט כי מציון תצא תורה אויף דער יוניווערזיטעט, האט ער גוט געדארפט אויסזאגען דער אמת, אז תורה מיינט נישט שטודירען, און אזוי האבען די דרשנים געטוהן ביי די אגודה סיום הש"ס, געפאדערט אז דף היומי איז נישט גענוג.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk