בלאט 1 פון 9

נייע טעלעוויזיע סעריע איבער חרדי'שע אידן: כיפת ברזל

נשלח: מאנטאג אקטאבער 02, 2017 9:16 pm
דורך אפטעמיסט
מיט א געהויבענער געמוט מעלד איך די גאר גוטע נייעס אז אין די קומענדיגע פאר טעג וועט אנהויבן שפילן אויף איזרעלישע טעליוויזיע א נייע סעריע איבער חרדי'שע אידן, "כיפת ברזל". (א ווערטער שפיל פון די אייראן-דאום ראקעט שיצונג גערופן אין העברעאיש כיפת ברזל). די נייע סעריע ברענגט ארויף אין קאפ די וואויל-באקאנטע סעריע "שטיסל" וואס האט געהאלטן געשפאנט כלל ישראל פאר צוויי סעזאנס און אקוראט געשפילט די חרדי'שער קולטור, איר שיינקייט און פראבלעמען, ווי נאך קיינמאל געזען.

די נייעס איז גאר גוט, ווייל אלון זיגמן, איינער פון די דירעקטארס פון "שטיסל" וועט אויך דירעקטן "כיפת ברזל". די סעריע פארציילט די געשיכטע פון דריי פרומע סאלדאטן וואס רעקרוטירן זיך צו א נייע אפטיילוג אינערהאלב די נח"ל החרדי באטאליאן; זייער מיטמאכעניש אינדערהיים און אין די חרדי'שע געזעלשאפט, ווי אויך זייערע שוועריקייטן זיך אריינצוגלידערן אין די אלגעמיינער גאס.

דערווייל איז ארויסגעקומען א טרעילער פון די סעריע וואס זעט אויס גאר גוט. ווי עז זעט אויס ווארט אונז עפעס גוט פאר די לאנגע קאלטע ווינטער נעכט. האלט אייך געשפאנט.

Re: נייע טעלעוויזיע סעריע איבער חרדי'שע אידן: כיפת ברזל

נשלח: מאנטאג אקטאבער 02, 2017 10:37 pm
דורך טרויבן88
איך האף נאר אז דאס נעמט נישט איבער "שטיסל"... און אזעלכע ווי מער... איך קען מיך קוים באלעקן די פינגערס מיט שטיסל, איך ווארט נאכאלץ אויף די 3 עונה.... אויפן טרעילאר זע איך אז די טאטע פון גאטליב פון וועם עקיבא האט אפגעלאזט די שידוך שפילט דא אויך,

נשלח: דינסטאג אקטאבער 03, 2017 10:31 am
דורך פעינטער
.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 03, 2017 10:37 am
דורך פעינטער
טרויבן88 האט געשריבן:איך האף נאר אז דאס נעמט נישט איבער "שטיסל"... און אזעלכע ווי מער... איך קען מיך קוים באלעקן די פינגערס מיט שטיסל, איך ווארט נאכאלץ אויף די 3 עונה.... אויפן טרעילאר זע איך אז די טאטע פון גאטליב פון וועם עקיבא האט אפגעלאזט די שידוך שפילט דא אויך,


דא האסטע עפעס אן אפדעיט פין שטיסל
http://bit.ly/2yn9xL2

נשלח: דינסטאג אקטאבער 03, 2017 10:53 am
דורך diff
מסתם איזס געשטיטצט דורך די מדינה אריינצברענגען די חרידים

נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2017 10:07 pm
דורך [NAMELESS]
טעלעגראם טשענעל
https://t.me/joinchat/AAAAAEQtSsLyQhsfZp9g0Q

Re: נייע טעלעוויזיע סעריע איבער חרדי'שע אידן: כיפת ברזל

נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2017 11:22 pm
דורך טרויבן88
ריכטיג האט געשריבן:טעלעגראם טשענעל
https://t.me/joinchat/AAAAAEQtSsLyQhsfZp9g0Q
תודה תודה, עכשיו יש לנו כמעט הכל... רק הסרט חסר... מתי זה מתחיל?

נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2017 11:36 pm
דורך קאצקע ציקער
לאמיר האפן אז די נייע סעריע וועט אויך אריינברענגען גיטע פרישע שרייבער ווי [tag]שלום שטיסל[/tag]...

Re: נייע טעלעוויזיע סעריע איבער חרדי'שע אידן: כיפת ברזל

נשלח: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 10:01 am
דורך טעכניש
טרויבן88 האט געשריבן:תודה תודה, עכשיו יש לנו כמעט הכל... רק הסרט חסר... מתי זה מתחיל?


"כיפת ברזל" - דרמה חדשה, קשת והחל מה-1.11 בערוץ 12

נשלח: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 11:58 am
דורך מרדכי ישראל
diff האט געשריבן:מסתם איזס געשטיטצט דורך די מדינה אריינצברענגען די חרידים

די מדינה שטיצט עס אבער נישט ווייל עס רעדט זיך פון חרדים

נשלח: דינסטאג אקטאבער 17, 2017 5:15 pm
דורך chosen people
אויפן טעלעגראם טשענעל האט ער שוין ארויפגעלייגט די ערשטע 2 פרקים.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 17, 2017 8:41 pm
דורך מרדכי ישראל
עס איז דא א חרדישער וואס עקט דארט ער הייסט אברמי קרויזער

Re: נייע טעלעוויזיע סעריע איבער חרדי'שע אידן: כיפת ברזל

נשלח: דינסטאג אקטאבער 17, 2017 9:00 pm
דורך טרויבן88
עס איז אביסל אומקלאר די ווידעא

נשלח: דינסטאג אקטאבער 17, 2017 9:41 pm
דורך [NAMELESS]
טרויבן88 האט געשריבן:עס איז אביסל אומקלאר די ווידעא

האסטו אן אנדערע טשענעל מיט אן אויסוואל פון עטליכע פארמאטן

https://t.me/joinchat/AAAAAEOP1SByzl1kRGz3kg

Re: נייע טעלעוויזיע סעריע איבער חרדי'שע אידן: כיפת ברזל

נשלח: דינסטאג אקטאבער 17, 2017 11:29 pm
דורך יהושע חיים
אויב איז דאס געשטיצט דורך די מדינה וועלן זיי ווייזן ווי גוט און פרום עס איז פאר די פרימע סאלדאטען .
אבער פון וואס איך זעה איז עס גאר פארקערט

נשלח: מיטוואך אקטאבער 18, 2017 1:49 am
דורך קאצקע ציקער
קימט נישט צו צו שטיסל

נשלח: מיטוואך אקטאבער 18, 2017 2:43 am
דורך [NAMELESS]
יהושע חיים האט געשריבן:אויב איז דאס געשטיצט דורך די מדינה וועלן זיי ווייזן ווי גוט און פרום עס איז פאר די פרימע סאלדאטען .
אבער פון וואס איך זעה איז עס גאר פארקערט

קוקט אויס אז בשלב א' וויל די מדינה קודם אז מען זאל באקומען א מיטגעפיהל מיט די חרדקים, מען קען דאך מיטוויינען מיט יעקב'ס דורכגאנג ווי ער מוז מסר'ן נחמן וכו' אדער מיט גור-אריה'ס דעפרעסיע (כך משמע דערווייל עכ"פ).

נשלח: מיטוואך אקטאבער 18, 2017 8:35 am
דורך קאוריג
קאצקע ציקער האט געשריבן:קימט נישט צו צו שטיסל


וואס קען מען דען זעהן פון די ערשטע צוויי פרקים....

תמר מיט יענקי איז פיינע נייעס... זיי שפילן גוט אראפ זיין שרעק, די ערשטע מאל וואס ער טוישט אויס א ווארט מיט א מיידל, די האט ציטערט אים... ער קווענקלט זיבן מאל אויב ער זאל ענטפערן... די קאליר פון זיין פנים טוישט זיך זיבן מאל

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2017 12:09 am
דורך אפטעמיסט
יעצט געענדיגט זען ביידע פרקים. נישט שלעכט, אבער נישט שטיסל. איך קלער, אנדערש ווי שטיסל שפילט דער סעריע נישט אפ די טאג טעגליכן משפחה-לעבן פונעם חרדי'שן איד, נאר א פרעמדע מציאות פון א פרומער איד אין א פרייער מיליטער. שטיסל האט גערעדט צום הארץ וויבאלד מ'האט זיך געזען אין שפיגל מיט א פעטער ווי נחום, א זיס פלימענק ווי ליבי און אן אלטע קריגס געליטענע עלטער-באבע ווי מלכה ע"ה. ס'האט אויך געהאט אסאך מער אידיש ווי די יעצטיגע סעריע, עד כדי כך אז ס'האט געהויבן אויגן ברעמען וויאזוי גענצליך פרייע אקטארס, ווייט און פרעמד פון פרומע אידן און אידיש, זאלן רעדן אזא היימישע און פליסיגע אידיש, נישט צוויי-דריי ווערטער, נאר גאנצע זאצן און שמועסן.

קען אבער זיין ס'איז צי פרי צו שרייבן אנאליזן און קומען צו מסקנות. לאמיר זען וואס די ווייטערדיגע פרקים וועלן ברענגן.

א טעות הדפוס האב איך זיכער געטראפן...

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2017 9:46 am
דורך קאוריג
אפטעמיסט האט געשריבן:יעצט געענדיגט זען ביידע פרקים. נישט שלעכט, אבער נישט שטיסל. איך קלער, אנדערש ווי שטיסל שפילט דער סעריע נישט אפ די טאג טעגליכן משפחה-לעבן פונעם חרדי'שן איד, נאר א פרעמדע מציאות פון א פרומער איד אין א פרייער מיליטער. שטיסל האט גערעדט צום הארץ וויבאלד מ'האט זיך געזען אין שפיגל מיט א פעטער ווי נחום, א זיס פלימענק ווי ליבי און אן אלטע קריגס געליטענע עלטער-באבע ווי מלכה ע"ה. ס'האט אויך געהאט אסאך מער אידיש ווי די יעצטיגע סעריע, עד כדי כך אז ס'האט געהויבן אויגן ברעמען וויאזוי גענצליך פרייע אקטארס, ווייט און פרעמד פון פרומע אידן און אידיש, זאלן רעדן אזא היימישע און פליסיגע אידיש, נישט צוויי-דריי ווערטער, נאר גאנצע זאצן און שמועסן.

קען אבער זיין ס'איז צי פרי צו שרייבן אנאליזן און קומען צו מסקנות. לאמיר זען וואס די ווייטערדיגע פרקים וועלן ברענגן.

א טעות הדפוס האב איך זיכער געטראפן...


יאפ, קודם כל איז עס מערסטנס מיליטער, צווייטנס דעקט עס מער פארשינדנארטיגע קרייזן, זיי האבן סיי חסידישע, אבער אויך ליטווישע און מזרחי'סטישע וכו', סאו ס'האט א ברייטערע פרעספעקטיוו, אבער ס'פארלירט די חן פון אראפשפילן ס'חרידישע לעבנסשטייגער

איך האלט אז זיי האבן נישט געקענט סתם נאכמאכן שטיסל, ווייל ס'וואלט געקלעשט, אויב למשל וואלט שטייסל באשלאסן צו גיין פאר נאך א עונה וכדו'

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2017 10:00 am
דורך סמבטיון
קען איינער זיין אזוי גוט און ביטע עס אראפלאדענן אויף דראפבאקס?

Re: נייע טעלעוויזיע סעריע איבער חרדי'שע אידן: כיפת ברזל

נשלח: מאנטאג אקטאבער 23, 2017 1:55 am
דורך טרויבן88
סמבטיון האט געשריבן:קען איינער זיין אזוי גוט און ביטע עס אראפלאדענן אויף דראפבאקס?
איך וועל עס טון

Re: נייע טעלעוויזיע סעריע איבער חרדי'שע אידן: כיפת ברזל

נשלח: מאנטאג אקטאבער 23, 2017 4:48 am
דורך טרויבן88
סמבטיון האט געשריבן:קען איינער זיין אזוי גוט און ביטע עס אראפלאדענן אויף דראפבאקס?
גוגל דרייוו

https://drive.google.com/folderview?id= ... Fl6dEFsNzg