בלאט 1 פון 1

א מועד-סאנעט

נשלח: זונטאג אקטאבער 08, 2017 11:39 am
דורך שלום בערגער
א גוט מועד,
מועדים לשמחה
מע האט אויפגעבויט
א פרעכטיקע סוכה
וואס רעגן האט אראפגעריסן
בשעת די עלטערן כראפען.
מע פירט-אויס מיט וויסן
און בלייבט מיט שטעקעלעך און האפענונג.
זיצט מען אין די חורבנות
און געפינט די שטריק
מע פארניצט די סבלנות
און שטעלט אלץ צוריק.

די נאטור האט אירע הארבע דינים
וואס שאקלען אונדז מער ווי די נענועים.