בלאט 1 פון 1
מסכת סגולות (וועקער #10)
נשלח: מיטוואך אקטאבער 11, 2017 12:05 am
דורך ארי נוהם
שוין אדורך א לענגערע וויילע זינט כ'האב געשריבן אין שטיבל, אבער כעת מוז איך זיך אומקערן כדי צו הערן וואס דער עולם האט צו זאגן אויף מיין ארטיקל "מסכת סגולות".
דער נאמען דארטן, רבי יהודה אריה די מודינה, איז דער גאון וגדול פון ווינעציע בעמח"ס ארי נוהם, וואס איז איינע פון די טעמים פארוואס איך האב א נאמען געגעבן פאר מיין ניק "ארי נוהם" (עי' חתימתי).
עכ"פ, די מסכתא - פיר זייטן גמרא רש"י ותוספות - וואלט געקענט זיין אזוי גרויס ווי דער גאנצער וועקער, אבער דעמאלט וואלט מען זיכער איינגעשלאפן... כ'האף אז פון די קליינטשיגע מסכתא האט מען יא הנאה געהאט און פארשטאנען די טיפזיניגע כוונה פון די שרפי מעלה מחברי התלמוד.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 11, 2017 12:10 am
דורך געוואלדיג
ארי נוהם האט געשריבן:שוין אדורך א לענגערע וויילע זינט כ'האב געשריבן אין שטיבל, אבער....
טאקע היתכן??
אן קיין אבער!!!
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 14, 2017 10:58 pm
דורך וואלווי
וואנדערבאר!! מעשה חושב מעשה רוקם מעשה רוקח אויף איין מאל!
אינטערסאנט צו ציברענגען וואס די מהרש"א אין אגדות אויף די לעצטע עמוד ב' פון מס' סגולות זאגט אז לפי פי' תוס' שם בענין זיבענבערגען יובן היטב דברי המדרש בבראשית רבה עה"פ תדשא הארץ דשא כשאמר הקב"ה תדשא הארץ דשא מיד הוציא הארץ שבעה הרים מלאים אדמור"י דשאים שהתפזרו מסוף העולם עד סופו, עכת"ד, ומסיים שם דלא צ"ע.
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 14, 2017 11:40 pm
דורך לעיקוואד
זייער זיסע ליצנותא דע"ז. בעניי האב איך נאר נערוון דורכצוליינען א עמוד-צוויי גמרא אזוי מיט די רש"י און תוספות, אבער זעקס בלאט נאך פאר א וויץ פאר דעם דארף מען שוין האבען ממש הרב שך'ס מושגים פון עמילות בתורה... אפשר זאל מען מאכן אן ארטסקרול אויף דעם..
נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2017 4:37 pm
דורך פיקאסא
איך האב מיר געווינדערט ווער עס האט געשריבן.
וואונדערבארע ארבעט @ארי נוהם! מלא ידיעות און גאונישע שפראך!
הלואי קען איך ווען אויפוועקען די אלמנה ראם און פרעגן ווי אזוי זי האט אויסגעשטעלט די ווילנא ש"ס... ס'נישט קיין פשוטע מעשה. איך האב עס אויסגשטעלט די בעסטע וואס איז מיר שייך, הגם ס'נישט פערפעקט.
לכתחילה האב איך טאקע אפגעזאגט דאס אויסצושטעלן ווייל עס פאדערט גאר אסאך צייט, אבער נאכן ליינען די תוכן האב איך מחליט געווען עס יא צו אננעמען ווייל עס קומט זיך דיר.
נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2017 5:47 pm
דורך ארי נוהם
מיין שאלה צום עולם: ביים שרייבן די מסכת סגולות, האב איך געהאט א צד פון מאכן א שטיקל 'נטעי גבריאל" הלכות סגולות.
וואלט דער עולם הנאה געהאט פון אזא ארבעט, אדער ס'נישט גוט מער פון איינמאל?
#פאר-די-קומענדיגע-וועקער
נשלח: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 1:36 am
דורך וואלווי
לענ"ד איז א נייע נושא אין גמ' בצורת הדף מיט רש"י תוס' (פי' ארוך וקצר) מער קונץ און מער תוכן. פארשטייט זיך ס'מער ארבעט...
נשלח: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 11:17 am
דורך טאמבל סאס
יעצט געלייענט. מיין קאפ טוט וויי. א מעכטיגע ארבעט - קאמפליצירט. א היינטיגע בשמים ראש