בלאט 1 פון 1
העלפט ארויס די תנ"ך העלדן!!!
נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2017 2:09 pm
דורך חקרן
איז אזוי!
פון צייט צו צייט באקום איך בריוו און ווענדונגען פון די תנ"ך העלדן, וועלכע ווענדן זיך צו מיר נאך הילף אין אומאיינגענעמע סעטואציעס און בעטן מיר הילף און ראט ווי אזוי זיך אומצוגיין אין געוויסע מצבים. מיט מיין עקספערטיז האב איך שוין געהאלפן פילע תנ"ך העלדן ארויסקריכן פון זייערע דיאלעמעס און זיי געשטעלט אויף די פיס מיט די הילף פון הוי"ה. איך ספעציאליר זיך דערמיט, דאס איז מיין פאך.
איך האב באשלאסן מיטצוטיילן עטליכע בריוו פון תנ"ך העלדן, מיט די מטרה אז די קאווע שטיבל מיטגלידער זאלן ארויסהעלפן און זאגן זייער מיינונג אויף די מצבים, און אפשר וועט נתקיים ווערן דער "ותשועה ברוב יועץ", אז אינאיינעם וועלן מיר באהאנדלען די געשעענישן און ארויסקומען מיט א זאכליכע לייזונג פאר די העלדן פון תנ"ך.
איך ברענג דא יעצט דעם ערשטן בריוו, און דער עולם ווערט געבעטן צו רעאגירן דערויף:
...
פרידן צו דיר מר. חקרן - דער יועץ און העלפער פון די תנ"ך העלדן.
מיין נאמען איז "נח בן למך". איך בין א סערווייווער פון א געפערליכער פארפלייצונג וואס האט באטראפן אונזער ראיאן. אויף א וואונדערליכער וועג האב איך איבערגעלעבט מיט מיין משפחה, זיך געפינענדיג איבער א יאר אין א פארמאכטן שיפל. איר קענט זיך פארשטעלן ווי אזוי דער לעבן דארט איז געווען, און דער אפעקט וואס דאס לאזט איבער אויף א מענטש און אויף אלע זיינע ארומיגע. איך וויל אבער נישט אריינגיין אצינד אין קיין דעטאלן איבער יענע יאר און ווי אזוי מיר האבן זיך געהאלטן. נאך א מזל אז איך האב געהאט מיט מיר מיין משפחה, מיין ווייב, מיינע קינדער מיט זייערע פרויען (מיט נאך א הויפן פון באשעפענישן - ווילסט נישט וויסן וואס דארט איז געווען).
צוריקגייענדיג צו די נקודה: נאך א יאר זיך געפינען אויפן וואסער, זענען מיר אנגעקומען צו אן איזאלירטן אינזל, ליידיג פון מענטשן, אליין אויף א בארג. מיר האבן זיך געפריידט אז ענדליך האבן מיר שוין געענדיגט דעם שרעקליכן קאשמאר און מיר געפינען זיך שוין אויף די יבשה. וועלנדיג זיך אויסטשאכען די נערוון, און זיך דערהייבן אביסל, האב איך גענומען א גלעזל משקה, און נאך איינס, פארגעסנדיג אביסל פון די צרות און פון זיך אליין... קענסט זיך פארשטעלן וואס דארט האט זיך אפגעטאן, איך בין געווען אין די הימלען, געטאנצן און געשפרינגען. דו דארפט מיר פארשטיין, איך קום פון א שווערע בעקראונד, וואו איך האב געפילט אז איך מוז זיך אויסגעבן אביסל און פארגעסן פון זיך. בקיצור, מיר האבן געהוליעט און גע'שיכור'ט אין די נאכט אריין, ס'איז געווען א מצב וואס דו קענסט זיך פארשטעלן וואס דארט איז אלס פארגעקומען.
אבער צו מיין גרויס באדויערן, האבן מיינע בנים אויסגענוצט דער מצב, מען האט מיר געמאכט דאס גענאר. זיי האבן מיר אויסגעטאן נאקעט און איך האב אזוי געטאנצן פאר זיי, איך ווייס אליין נישט וואס איך האב דעמאלס גערעדט, איך ווייס נישט וואס איך האב יא געזאגט און וואס איך האב נישט געזאגט, וואס איך האב זיי דערציילט און וואס נישט, אבער דער סוף איז געווען אז איך בין אראפגעפאלן א נאקעטער אויף דער ערד, בשעת די קינדער און אייניקלעך שפעטן פון מיר און האלטן זיך אונטער. געענדיגט האט זיך עס, ווען מיינע צוויי זין האבן רחמנות געהאט אויף מיר און מיר צוגעדעקט מיט א דאכענע, אז די בושות זאלן נישט זיין אזוי שטארק.
מיין שאלה אצינד איז: ווי אזוי זאל איך אנגיין אין דעם פאל? - אצינד בין איך שוין אויפגעשטאנען, איך בין ניכטער. איך שפיר אז איך קען נישט קוקן מיינע קינדער און אייניקלעך אין פנים - אזעלכע בושות? - איך פיל אז איך מוז ראטעווען מיין פארלוירענע כבוד. סוף כל סוף האבן זיי איבערגעלעבט דעם פארפלייצונג בלויז אין מיין זכות, איך האב זיי פאקטיש גערעטעט. דאס איז די צוריקצאל וואס זיי באצאלן מיר צוריק? - קומט זיך מיר אזאנס? - בין איך זיי אזוי שלעכט געווען אז זיי מוזן דאס טון? - איך שפיר אז אויב זאל איך נישט טון עפעס דראסטיש למען ישמעו ויראו, וועל איך בלייבן חוזק און זיי וועלן אלעמאל טרעטן אויף מיר.
וואס זאגט איר געערטער מר. חקרן, ווי אזוי זאל איך אומגיין אין דעם פאל? - ווי אזוי קען איך צוריקקערן מיין פארלוירענע כבוד און די שרעקליכע בזיונות וואס מיינע קינדער האבן מיר אנגעטאן?
מיט עהערע און דאנק
נח בן למך
...
ביז דא איז דער בריוו פון נח, מיר בעטן אלע קאווע שטיבל מיטגלידער, זאלן מיטטיילן עצות און הדרכות וואס זיי וואלטן געגעבן פאר נח אין אזא פאל.
Re: העלפט ארויס די תנ"ך העלדן!!!
נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2017 2:18 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
די שאלה איז וואס זאגט עס אויף די קינדער? זייער נאטור און זייער צוקונפט? ווען דו זעסט דיין קינדער זיך פיהרען אזוי, קענסטו וויסען וואס פארא סארט זענען זיי און וואס דארפען זיי האבען און וועלכע לעבען דארפען זיי פיהרען צו קומען צו א מענטשליכע תכלית. דער וואס קען זיך נישט איינהאלטען און איז ארום געלאפען זאגען "קוק אויף זיידי! ער איז אינגאנצען משוגע!" דארף האבען א צווייטע זאל איהם קאנטראלירען, דער פרייהייט איז צופיהל פאר איהם.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2017 2:39 pm
דורך נולד מאוחר
מדארף פארשטיין וויאזוי קענען מענשטען פאלן אזוי נידריג, אז זיי זאלן פארשעמען זייער געטרייע איבערגעגעבענע טאטע אויף אזא פארנעם?
נשלח: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 9:00 pm
דורך חקרן
אט איז די בריוו וואס איך האב אנגעגרייט צו שיקן פאר מר. נח בן למך, אויב האט איר וואס מוסיף צו זיין, ביטע מיר לאזן וויסן באצייטנס.
א גוטן מר. בן למך.
מאכנדיג אביסל ריסערטש איבער דיין פרשה, געפין איך אויס אז די מעשה איז נישט געווען ממש אזוי ווי דו שרייבסט, עס איז געווען עפעס מער פון דעם, וואס צוליב פארשטענדליכע סיבות האסטו זיך געשעמט דאס ארויסצושרייבן, ווארשיינליך עפעס מער אזוי ווי מאלעסטעישן אדער גאר רעיפ, אדער עפעס ענדליך דערפון. איך פארשטיי אז דו האסט נישט געוואלט קלאר ארויסשרייבן, אבער כדאי דיר צו קענען העלפן, וואלט איך געדארפט וויסן פונקטליך וואס די מעשה איז געווען, און פארשטייט זיך אז מיר זענען שטרענג קאנפעדענשל. אונזער קאמפאני איז געבויעט אויף שטרענגע סודות'שאפט און קיין ווארט גייט נישט איבער אונז ווייטער.
מיר שפירן פאר וויכטיג אייך צו מודיע זיין, אז מיר פארמאגן א באזונדערן פליגל מיט טעראפיסטן וועלכע גיבן זיך אפ דווקא מיט די סארט סעטואציעס. עס איז גאנץ קלאר אז איר ברויכט באקומען טעראפי און מעגליך מעדיצינישע הילף, נאך אזא דורכגאנג וואס איר זענט אריבער. מיר וואלטן רעקאמאנדירט אז איר זאלט אריבערקומען צו אונזער קליניק פאר אן אינטערוויו, מיר קענען אייך העלפן און מיר קוקן ארויס אייך צו סערווירן מיטן פולסטן מאס איבערגעגעבנקייט.
בכלליות איז ריכטיג צו באמערקן, אז געשיכטעס פון דעם סארט איז נארמאל און פארשטענדליך אז עס זאל פארקומען, נאך א גאנצע יאר וואס איר זענט פארשפארט געווען אין שיפל און נישט געקענט האבן די געוענליכע מענטשליכע באציאונגען. פונקט ווי עס איז אייך שווער געווען - א בליק אויף אייער פראפייל ווייזט אז איר זענט שוין דורכגעגאנגען א קעיס, ווען א רויב-פויגל האט אייך געקלאגט אויף גרואפן נאך זיין פרוי - איר האט זיך דעמאלס געדארפט פארענטפערן און עס איז געווען אן אומאיינגענעמע סעטואציע. איר קענט אליין פארשטיין, אז אויב עס איז פאר אייך שווער געווען, איז דאס פאר אייערע קינדער פילפאכיג שווערער, זינט זיי זענען יונגער און היציג. דאס האט זיי פונקט אזוי אפעקטירט, און עס האט געפלאצט אזוי ווי עס האט געפלאצט. איך בארעכטיג נישט זייער געמיינע אויפפירונג, אבער מען דארף נעמען אין באטראכט אלע זייטן כדאי צו האבן א בליק אויף דעם גאנצן געשעעניש.
איך שפיר אז איך בין נאכנישט גרייט צו ענטפערן אויף אייער פראגע, זינט איר האט זיך נישט ערקלערט אייער גאנצע געשיכטע. מיר ווארטן אויס אויף א בריוו פון אייך אדער אייער לויער, אדער ווער אימער עס וועט רעדן אין אייער נאמען, און אזוי וועלן מיר אייך קענען מייעץ זיין און ראטן וואס צו טון אין דעם פאל.
מיט כבוד און עהערע
חקרן
נשלח: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 9:08 pm
דורך chosen people
שטימט אבער נישט מיט די מדרש אז חם און די עורב און די כלב האבן יא געטוהן זייער באדערפענישן.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 9:23 pm
דורך חקרן
גוט, ער האט עס געטאן בגניבה, ווי צוויי בחורים אונטער די טרעפ... דאס מיינט נישט אז ער איז געווארן אויס הונגעריג.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 18, 2017 1:48 am
דורך וואלווי
אל מע"כ עט"ר כקש"ת ה"ה אאמו"ר ר' נח שליט"א
טייערע און ליבע טאטי!
מיט טרערען אין די אויגען און ציטערדיגע הענט, שפילקעס אונטערען ישיבה און מייגרעינס אינ'ם ראש, נעם איך דעם פעדער'ל אין האנט אריין און טינק עס איין אין טינט פון בליט צו שרייבן די דאזיגע רירענדיגע שורות מיט א תפילה צום אמר לעולמו די שיאמר לצרותנו די.
איך מוז אנהייבן מיט'ן אמת אז איך האב בכלל נישט געוואלט ארויף ברענגען די פארווייטאגדיגע פרשה וואס איז אריבער אויף אונז אלע בכלל, טאטי, מאמי, די געשוויסטער, און במיוחד צווישען אונז, מיר און דיר. נאר זעענדיג אז וויפיל אונז האמיר נאר געוואלט פארגעסען דערפון און אנהייבען פון דאסניי פרשת בראשית נאך פרשת נח, איז עס יעצט געווארן א יענע פרשת לך לך און ליבי אומר לי אז דאס וועט דיר נישט געבען קיין נח נישט נח לבריות און נישט נח לשמים ביז מיר וועלען זיך נישט צירוקערן און פעיסען די היץ פנים אל פנים, און ערשט דעמאלטס וועט זיין פנים חדשות באו לכאן.
יעצט ביטע הער מיך אויס טאטי. אן דארפן אריינגראבן און די ציפידיגע פרטים פונ'ם פרשה ככלב ששב על קיאו, מוז איך עכ"פ שרייבן איבער מיינע געפילען וואס איך בין דעמאלטס אריבער.
נישט מער געדאכט איז אין יענע טעג געווען חורבן אויפ'ן וועלט, אין די היטלער יארן וואס גייען קומען ל"ע וועט אפשר בלייבן אחד בעיר ושנים במשפחה, דא איז דאס אויך נישט געווען, ס'איז ניטאמאל געווען עיר און קוים משפחה כידוע ליודע חן, און אז די וועלט וועט קענען פארשטיין אז דער עגל הציוני וועט געבען א פאר אריין נאכ'ן חורבן דוקא און זיין דעמאלטס דער גרעסטער גדול המחטיאו יותר מן ההורגו, הלואי צירוק קוקענדיג וועט מען קענען פארשטיין און מלמד זכות זיין אויף וואס איז דא פארגעקומען, און איך גלייב טאטי אז די וועסט וועלען אז מען זאל דיך ריכטיג אפלערנען און דן זיין לכף זכות, ווען אנשטאט יש דורשין אותו לגנאי זאל זיין דער עיקר זיין יש דורשין אותו לשבח.
אויב אזוי, לאמיר קוקען פאראויס און חזר'ן אויף צירוק. די יודע דבר אין די סייענטיפישע דזשורנאלן זאגען פאר אז ס'וועט נאך אמאל קומען א צייט וואס מ'וועט פארשטיין אז די בריאות אויף דער וועלט אפערירן דורך א סייקאלאדזשיקל סיסטעם און נישט אבי טריקענערהייט, אלעס וואס א קינד עקספעריענסד ביי די עלטערען אונדערהיים בלייבט איינגעקריצט אינ'ם מח אזוי ווי די חתימות פון ליבע פארלעך אויף די פענסטער פון עם. טי. עי. באנען, און דאס איז ווען ס'איז מרובה מידה טובה, אבער ס'איז ליידער אויך פארקערט, ובפרט א טראומע וואס א קינד גייט דורך פון א זייער אומבעטעמטע עקספעריענס ביי די עלטערען, ווערט דאס א לעבעדיגע נייטמער, עד כדי כך אז די קינדער ווערען ווי אביוזד פון די עקספערינסט אין בעסטען פאל, און שפעטער אביוזערס אליינס אין ערגסטען.
טאטי טאטי! איך דענק אז איך דארף שוין נישט ברענגען קיין מדרשים און משלים פון א בן מלך אין א וואלד אז די זאלסט הערן מיין געשריי מברא עמיקתא צו די איגרא רמא ווי די באהאלסט זיך יעצט פאר בושות ליידער.
איז דען דא מער א קלארער פשט אין די ווערטער פון חז"ל מה יעשה הבן שלא יחטא?!
חטאתי עויתי ופשעתי טאטי. אבער היום הרת עולם, און די גאנצע משפחה וויל שוין איבער מישען א נייער בלעטעל מיר זאלען שוין זיין כתינוק הנולד. לאמיר זען, אם כבנים אם כעבדים. אם כבנים רחמינו כרחם אב על בנים, געדענק אז די ביסט מיין טאטע און איך בין א דורך די מערסטע אומגעווינטשענע טראומע וואס א קינד קען צו זען ביי א טאטע און ס'ליידער מקוים געווערען אזא מין ברא כרעא דאבוה . אם כעבדים, עיננו לך תליות טאטי. אויב ס'האט שוין יא אזוי פאסירט קוק צו מיינע יאמערליכע אויגען וואס פרעגען דיר האם כעבדים? האט טאקע אויס געפעלט אז די זאלסט מיר אזוי בענטשען אז איך און יוצאי חלצי עד סוף כל הדודות זאלען זיין סלעיווס? איז דען נישט געווען א מקום אז ס'זאל זיין תוציא כאור משפטינו אז אונזערע פנים'ער זאלען לאכטן ווייטער ווי די איבעריגע משפחה? האט אויסגעפעלט צו פארשווארצען אונזער פנים עד זיבולא בתרייתא? פעלט דען אויס טאטי אז מען זאל זאגען אויף דיר אז די ביסט געווען דער ערשטער ראסיסט?
אבער נאך שרייבענדיג די דאזיגע שורות אין די פינסטערע נאכט צו דיר און דורך דעם אפלאדענען די שווערע עול פונ'ם הארץ, קוק איך ארויס אז ס'זאל דיר אויך לייכטער ווערען און ס'זאל שוין מקוים ווערען די משנה סוף עדיות שאין אליהו בא לטמא ולטהר לרחק ולקרב, אלא לרחק המקורבין בזרוע ולקרב המרחקין בזרוע וכו' אלא לעשות שלום בעולם, שנאמר (מלאכי ג) הנה אנכי שלח לכם את אליה הנביא וגו' והשיב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם.
זיסער טאטי, האמיר א גוטער נאכט, ס'שוין זייער שפעט און איך דארף מארגען ארבעטען, כ'בין דאך א קנעכט, נישט אזוי?
דיין זון, חם
נשלח: זונטאג אקטאבער 22, 2017 7:28 pm
דורך חקרן
אט איז א פרישער בריוו וואס מיר האבן ענהאלטן, אפשר קען איינער ארויסהעלפן און געבן ראט אין די דאזיגע קאמפלעצירטע סעטואציע?
...
פרידן צו דיר כבוד מר. חקרן פון די תנ"ך העלדן.
זעענדיג פאריגע וואך ווי אזוי דו האסט ארויסגעהאלפן מר. נח בן למך, און די גראדע וועג ווי אזוי דו האסט אים געענטפערט, האב איך באשלאסן זיך צו ווענדן צו אייך מיט מיין דיעלעמע, אפשר וועט איר מיר קענען ראטן און געבן פאסיגע עצות ווי אזוי אומצוגיין אין די דאזיגע תקופה.
מיט עטליכע יאר צוריק, האט זיך מיין פעטער זז"ג ארויסגעלאזט פון חרן, אינאיינעם מיט זיין ווייב און זיינע קנעכט און פארמעגן, זינט דאן האט ער אנגעהויבן א לעבן פון וואנדערנישן און ארומפארן. וויבאלד דער פעטער איז ליידער קינדערלאז, און מיר דאווענען יעדן טאג אז ער זאל געהאלפן ווערן מיט קינדער (לאל - אפשר דורך א נס... ער איז שוין אריבער די יארן, וד"ל), און דארפנדיג אז איינער זאל אים שטיין צו הילף - פירן זיינע געשעפטן און זיך זארגן פאר זיין וואוילזיין - האט ער מיר מיטגענומען אלס באגלייטער אז איך זאל אים שטיין צו הילף מיט וואס אימער עס איז שייך.
אזוי ארומפארנדיג אין די שטעט, האט דער פעטער באוויזן דורכצופירן עטליכע קאנטערווערסיאנאלע געשעפטן, פון וואס זיין פארמעגן האט זיך פארמערט און ער איז שטארק רייך געווארן דערפון. עס דארף ארויסגעברענגט ווערן אז איך האב אויך נישט קיין קליינער האנט דערין, און זעענדיג דער רעכטער האנט פונעם פעטער האב איך אים שטענדיג געהאלפן מיט ראט און עצות ווי אזוי דורכצופירן די געשעפטן. צווישן אנדערע האט ער שיער פארקויפט זיין אייגענע ווייב, פון וואס ער האט פארדינט א פעסטן אפותיקי, און האבנדיג א יד אין זיינע געשעפטן האב איך אויך פארדינט א שיינעם פראצענט פון זיין פארדינסט.
מיט די צייט האט זיך געשאפן א מצב, ווי דער פעטער פארמאגט א גאנצער מלוכה פון קנעכט און פאסטעכער, וועלכע זענען אים געטריי און לאיאל, און איך - טראצדעם וואס איך בין דער רעכטער האנט פון דעם פעטער און איך באדין אים געטריי - פארמאג איך אויך א גאנצע מלוכה מיט קנעכט, ארבעטער און פאסטעכער. עס דארף אבער ארויסגעברענגט ווערן, אז וויבאלד דער פעטער האט נישט קיין קינדער, איז נאטורליך אז דאס גאנצע פארמעגן וועט עוועטואל אנקומען צו מיר, דעמאלס וועל איך לעבן ווי א פריץ - איך וועל פארמאגן סיי מיין אייגענע פארמעגן און נאכדערצו וועל איך ירש'ענען דעם פעטער'ס פארמעגן - מיין רייכטום וועט זיין אומשאצבאר און דער הימל וועט זיין דער גרעניץ.
דער עתיד פון דעם פעטער'ס פארמעגן איז נישט קיין סוד, יעדער איינער ווייסט וואס עס גייט פאסירן. דער פעטער איז שוין נישט קיין יונגער מענטש און די קנעכט פון דעם פעטער ווייסן דאס. דער גאנצער מצב ברענגט אן אומאיינגענעמע סעטואציע צווישן אונז צוויי, מיינע קנעכט וואס סודות'ן זיך אפן און רעדן דערפון שטילערהייט. און אפילו די קנעכט פונעם פעטער שאפן שטילע קשרים און זענען לאיאל צו מיר און מיין פארמעגן אונטערן טיש. טייל קנעכט פונעם פעטער קענען דאס נישט פארגינען, זיי בייסן זיך די ליפן און קוקן מיט א קרומען אויג אויף מיר און אויף מיינע קנעכט.
דערווייל שטיי איך און איך באדין דעם פעטער געטריי, איך פראביר נישט ארויסצואווייזן וואס עס טוט זיך ביי מיר אין הארץ, און איך גיי בתמימות - דער פעטער איז נאך דא מיט אונז לאויוש"ט און איך בין זיין רעכטע האנט, איך באדין אים אן קיין חשבונות און איך טוה דאס וואס איך דארף טון בנאמנות. דעקעגן צווישן אונזערע קנעכט, טוט זיך א רייבעריי. דעם פעטער'ס קנעכט קוקן נישט דערויף מיט א גוט אויג, טייל פראבירן צו לייגן שטיקלעך דא און דארט, אנדערע קופקען זיך סתם אזוי דערוועגן, און מיינע קנעכט שטעקן אויך נישט איין די הענט אין די פאנטאפל, זיי נעמען זיך אן און גרייטן אן דעם באדן פאר א גרויסע מלוכה.
מיין שאלה איז: וואס דארף איך טון אין דעם פאל? - זאל איך בלייבן זיצן ביים פעטער און אויסווארטן די שווערע יארן, עד יעבור זעם? - אויב איך זאל אזוי טון, איז פאראן א מעגליכקייט אז די געדולד פונעם פעטער וועט פלאצן, אדער אז אנדערע קנעכט וועלן אים אונטעררייצן אז ער זאל מיר אויסשליסן פון די ירושה, און דעמאלס וועל איך אלעס פארלירן?
וואס איז די ריכטיגע שריט וואס איך האב צו טון אין דעם פאל?
ביטע מיר ענטפערן וואס פריער, ווייל די מצב איז דרינגענד.
לוט בן הרן
...
טייערע קאווע שטיבל מיטגלידער:
זייט א חלק אין העלפן מר. בן הרן. און העלפט ארויס א נפש אויף די וועלט. זכות המצוה יגן עליכם ועל זרעכם לעולם ועד.
נשלח: זונטאג אקטאבער 22, 2017 8:06 pm
דורך וואלווי
דער פעטער מיט אייך הייסען אפשר ביידע טייטלבוים?
את"ל אז יא, היסטאריע האט געוויזען אז אויב איר שטייט ווייט וועט איר צום סוף ירש'נען דעם פעטער און במשך די יאר'ן וועלען זיינע געטרייע נעלם ווערען.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 23, 2017 8:22 pm
דורך berlbalaguleh
וואלווי: זיי קענען אפילו הייסן אבראמאוויטש...! נו, אונז ווייסן דאך אז היסטאריע חזר'ט זיך איבער. או.קעי. איך וויל נישט ספוילן די הנאה און פארגעניגן פון די חשוב'ע ליינערס, וועל איך נישט אויסזאגן וויאזוי די דראמא גייט זיך ענדיגן. צו דער אלטער פעטער זאל זיין געזונט לאורך ימים ושנים טובות וועט נעמען די לייצעס אין די הענט אריין און מאכן ארדענונג. און אוועקשיקן זיין באליבטן נעפיו צו אלדע גוטע יארן. און אזוי ארום וועט ער איינשטעללן א שלום. און וואס וועט נאכדעים געשעהן. דאס אלעס לאז איך פאר די חשוב'ע ליינערס אויסצו ווארטן מיט שפאנונג און געדולד...ונזכה, ונחיה ונראה...!
נשלח: מאנטאג אקטאבער 30, 2017 12:37 pm
דורך חקרן
אט איז מיין ענטפער פאר מר. לוט בן הרן. איר קענט מוסיף זיין וואס איר האלט אין דעם מיינונג - איך וועל עס איבערגעבן פאר לוט'ן.
...
פרידן צו דיר מר. לוט בן הרן.
דיין שאלה איז א פארצווייגטער און קאמפלעצירטער און בכלל נישט לייכט צו ענטפערן. ווער רעדט נאך אז מיר נעמען אין באטראכט די פריוואטע נגיעות און פילינגס וואס קומען אינאיינעם מיט די סעטואציע, בשעת פון איין זייט גריצלט די געלט פאר די אויגן און לאזט נישט טראכטן גראד, און פון די צווייטע זייט איז פאראן פאמיליע פילינגס, וויבאלד דו האסט פארט הכרת הטוב פאר דיין פעטער און דו ווילסט אויך נישט אז ער זאל איבערבלייבן אויף די עלטערע יארן אן זיין בלוט קרוב וואס זאל זיך געפינען נעבן אים. דו ווילסט אויך נישט זיין צוקריגט מיט אים און וואס אימער דו זאלסט נאר טון קען עס גורם זיין קאמפלעקאציעס אין אייערע באציאונגען.
זייענדיג א דרויסנדיגער און באטראכטנדיג דער סעטואציע פונדרויסן, איז מיר ענדערש מעגליך צו זען דעם גאנצן בילד אן קיין נגיעות. דעריבער שפיר איך, אז איך קען אייך אויסקלארן דעם בילד, אראפלייגן די צדדים מיט א קלארקייט און אזוי ארום ארויסקומען מיט א פאסיגן ענטפער, ווי אזוי זיך אומצוגיין אין דער דאזיגער מצב וואו איר געפינט זיך אצינד.
פאלגענד זענען אייערע אפציעס וואס איר קענט טון אצינד:
א. זיך אויפצוהייבן, אינאיינעם מיט אייערע קנעכט, דינסט און פארמעגן, זיך אוועקציען אין אן אנדערן ראיאן, און אנהויבן אייער לעבן פון פריש, זיך בויענדיג אליין אן אימפעריע מיט די פארמעגן וואס איר האט אצינד.
ב. דורכשוויצן די שווערע יארן אין שאטן פון אייער פעטער, האפן אויף דאס בעסטע און זיך רישן אויף דאס ערגסטע, און עוועטואל איבערנעמען א וועלטס אימפעריע וואס פארמאגט נישט איר'ס גלייכן.
אצינד לאמיר באטראכטן די ביידע אפציעס מיט אן אביאקטיווער בליק, און זען וואס איר קענט פארלירן און דערלייגן פון יעדע איינע פון די אפציעס:
אפציע א:
דאס איז אן אפציע פון וואס איר קענט נישט צופיל דערלייגן: א ווייב, האט איר; קינדער, האט איר; קנעכט, האט איר; דינסטן, האט איר; פארמעגן, האט איר; נאכפאלגער, האט איר. בעצם פעלט אייך גארנישט, איר קענט רואיגערהייט אנהויבן און עפענען אן אייגענעם אימפעריע. אייער פעטער אברהם האט אנגעהויבן מיט פיל ווייניגער פון וואס איר פארמאגט אצינד און ער האט זיך אויפגעבויט צו א פעסטע אימפעריע, איר וועט דאס זעלבע קענען טון.
אייער פראבלעם הויבט זיך אן ווען איר קוקט אויף אפציע ב. און איר באטראכט די בענעפיטן וואס איר קענט דארט פארדינען. אויב איר וועט טאקע אננעמען אפציע א. און זיך אוועקריקן פון אייער פעטער, וועט אייך שטענדיג נאגן אויף וואס איר האט אזוי שנעל מוותר געווען אויף אזא מעכטיגע געלעגנהייט און אויף אזא פעטע ירושה. איר וועט זיך שפירן ווי א חוזק און א נאר פארן אויפגעבן דערויף אזוי שנעל. און דאס מאכט אייך קוקן און באטראכטן דעם אפציע ב. לאמיר טאקע זען וואס דער אפציע האט אייך צו אפפערן.
אפציע ב:
דאס איז אן אפציע, וואס אויב שוויצט איר עס דורך און איר באווייזט אנצוקומען אויפן שפיץ פון טראן, דאן זענט איר א מלך – דער הימל איז דער גרעניץ. איר וועט אראפגיין אין די היסטאריע אלס א הייליגער און מען וועט אייך דערמאנען צום הייליגן אויף אלע מקומות. איר וועט באטראכט ווערן אלס דער נאכפאלגער פון אייער פעטער אברהם מיט א קוועטש פון אייגענע הייליגקייט. ביי די שמונה-עשרה'ס וועט מען זאגן "אלקי אברהם, אלקי לוט..." אין די סוכות וועט מען מיחד זיין דעם צווייטן טאג אלס אושפיזא דלוט און אויף די בילדער פון די אושפיזין וועלן זיין ארויפגעמאלן ווי אזוי איר ווערט אנגעטרינקען דורך אייערע צוויי טעכטער... מאנכע מקובלים וועלן זיך דינגען צו אברהם איז געווען מער חסד און לוט מער גבורה, אדער גאר פארקערט – אז לוט איז מער חסד און אברהם מער גבורה... די מענטשן וואס וועלן טראגן אייער נאמען "לוט", וועלן שטעלן וויין ביים רבינ'ס טיש אין טאג פון די אושפיזא... איר קענט אייך נישט פארשטעלן וואס דאס וועט מיינען פאר אייך.
דאס איז שוין אויסער דעם ריזיגן פארמעגן וואס איר וועט באזיצן און אויסער דעם גאנצן לאנד ישראל וואס וועט געהערן פאר אייערע קינדער און אייניקלעך, און אויסער דעם פאקט אז אייערע אייניקלעך וועלן הייסן דעם "אויסדערוועלטן פאלק" פון אלע פעלקער... ווער וועט זיך קענען מיט אייך פארגלייכן?
קען מען טאקע דאס אזוי שנעל אויפגעבן? – מעג מען טאקע אזוי שנעל מוותר זיין דערויף?
דער אמת איז אז נישט. אבער לאמיר קוקן מיט אן אביעקטיווער אויג דערויף - וויפיל שאנסן זענען פאראן אז איר זאלט ווירקליך אנקומען ביז אהין?
ריכטיג, אז דער וועלטס לאטערי שטייט אייך אויפן וואגשאל און איר טארט דאס נישט פארפאסן. אבער לאמיר זען וויפיל שאנסן איר האט בכלל דאס צו עררייכן און וואס זענען די שאדנס אין פאל איר עררייכט עס נישט.
כהיום יום איז דער מצב, אז פיל פון אייער פעטער'ס נאכפאלגער זענען נישט ממש אויף אייער זייט, רייבן זיך מיט אייערע פאסטעכער און עס הערשט א שטיקל אנגעצויגנקייט צווישן די צוויי פראקציעס. נאטורליך זענען אויך די גבאים און שטוב מענטשן פון אייער פעטער נישט ממש לאיאל צו דיר. ריכטיג, מען לאזט דיר אריין און מען גיבט דיר אפ דעם פאסיגן כבוד, אבער יעדער פארשטייט אז איר זענט נישט ממש די פאסיגסטער ממשיך פארן פעטער – הגם עס איז נישטא קיין אנדערער אויסער אייך. עס איז שטארק דערקענבאר די אנגעצויגענע געפילן פון ארום, עס איז נישט קיין סוד.
עס זענען פאראן שאנסן אז איר זאלט דאס דורכשוויצן, צוביסלעך איבערנעמען אייער פעטער'ס שטוב, באזייטיגן די מתנגדים און אנקומען אויפן שפיץ. עס איז מעגליך, אבער וויפיל שאנסן גיבט איר דערויף?
די היסטאריע האט געוויזן אז אין א קריג צווישן משפחה און גבאים, וועלן גבאים שטענדיג אויספירן! – די פאטאלסטע טעות פון צוקונפטיגע ממשיכים איז געווען, ווען זיי האבן זיך אנגעהויבן מיט די גבאים פון זייערע הערן. גיי אויף יעדן ארט אין די וועלט, האבן די שטערקסטע מענטשן זיך אויסגעגליטשט ווען זיי האבן זיך אנגעהויבן מיט די שטוב מענטשן. די דאזיגע מענטשן רירט מען נישט אן, זיי זענען שטערקער פון יעדן איינעם ארום, און זאגאר שטערקער פון דעם קעניג אליינס. עס קען אפילו זיין אמאל א קינד פון דעם האר, אויב הויבט ער זיך אן מיט די שטוב מענטשן, האט ער אלעס פארלוירן. פאקטא.
פרעג איך אייך: שטעלט אייך פאר אז דאס וועט ווירקליך פאסירן, ווילט איר דען זיין פארמישט דערין? – ווילט איר באטיטלט ווערן לדורי דורות אלס "לוט הרשע"? – ווילט איר געדענקט ווערן צום שלעכטן אויף שטענדיג און זיך געפינען אין איין שורה צווישן עשו און ישמעאל? – ווילט איר אז די חסידות ספרים זאלן אייך באצייכענען ווי איינער וואס האט געוואלט אוועקכאפן די נצוצות דקדושה פון יצחק און יארן וואס מען ארבעט עס צוריקצוכאפן פון אייך, אזוי ווי מען שרייבט אויף עשו און ישמעאל? – איר טארט נישט פארבלענדעט ווערן פון געלט און כבוד וואס ווארט אייך אפ, איר דארפט אויך קוקן וואס עס ווארט אויף די אנדערע זייט פון דעם וואגשאהל.
דעריבער איז די ערשטע און וויכטיגסטע זאך, אז איר זאלט זיך קיינמאל נישט צעאמפערן מיט די שטוב מענטשן פון אייער פעטער. גיבט אכטונג אויף דעם "אליעזר" – ער איז אויך נישט קיין קטלא-קניא, און בכלל – איר דארפט זען ווי אזוי די רביצן שרה באטראכט דעם גאנצן עסק. זי האט א שטארקער ווארט אין אלע געשעענישן ארום און מיט איר איז נישט כדאי זיך צו צוקריגן.
אבער לאמיר גיין א טריט ווייטער: לאמיר שוין אננעמען אז איר וועט זיך קענען האלטן רואיג מיט די שטוב פון אייער פעטער – וואס אגב, צו דעם דארף מען האבן א באזונדערע חכמה און בינה, און ווייניג האבן דאס באוויזן – אבער לאמיר זאגן אז איר וועט עס קענען באווייזן. איר דארפט אויך נעמען אין באטראכט אז צייט שפילט דא א גרויסע ראלע, און איר קענט נישט וויסן וויפיל צייט איר וועט קענען האלטן די זאך שטיל און אז די געמיטער זאלן זיך נישט צוהיצן פון אייער אדער פון דעם פעטער'ס זייט. יעדן קליינעם שוועבל קען אנצינדן א גרויסן פייער.
אבער לאמיר זאגן אז אלעס וועט פארן קאלט און רואיג, עס וועט גארנישט פאסירן אינצווישן, און איר וועט ווירקליך ארבן זיין גרויסן טראן. דארפט איר אבער נעמען אין באטראכט א וויכטיגן פאקטאר:
עס וועט זיך אלעמאל מאכן צווישן דעם גרויסן ציבור, אזעלכע מענטשן וואס וועלן נישט אננעמען מיט גלייכגליטיגקייט אייער הנהגה. עס וועט שטענדיג זיין מענטשן וואס וועלן זאגן אז זיי זענען דעם פעטער'ס מענטשן און שטימען נישט מיט אייערע קעניגרייך. די מענטשן וועלן אייך שטיין ווי א דארן פאר די אויגן און איר וועט נישט האבן קיין מנוחה פון זיי. נישט נאר דאס, נאר זיי וועלן אויפעסן פון אינערווייניג יעדעס ביסל גוטס וואס עס איז נאר פאראן.
עס זענען געווען אזעלכע אין אייער מצב, וואס האבן ווירקליך דורכגעשוויצט די שווערע יארן און זענען טאקע אנגעקומען אויפן שפיץ בענקל, אבער וואס זיי האבן זיך אנגעליטן דערנאך... איר ווילט נישט וויסן! – זיי וואלטן שוין לאנג מוחל געווען דעם גרויסן טראן און וואלטן זיך מחיה געווען אויב זיי וואלטן געקענט צוריקריקן דעם זייגער און זיך אויפבויען אן אנדערן קלענערן דינאסטיע, אן קיין שייכות מיטן פעטער'ס קעניגרייך. דעמאלס וואלטן זיי געלעבט במנוחה ובשלוה, זיי וואלטן געלעבט רואיג און צופרידן, געלט און כבוד וואלט זיי אויך גארנישט געפעלט, נישט פאר זיי און נישט פאר זייערע קינדער, און זיי וואלטן פארמיטן שווערע גערוישן און קריגערייען, מיט גרויסע געלט שאדנס אינצווישן.
איי כבוד? – די דאזיגע אויבנדערמאנטע האבן אפילו פון קיין כבוד נישט גענאסן, בזיונות פון אלע זייטן און הערשט נאך אלעמען איז ער קיינמאל נישט באטראכט געווארן אלס איינער וואס פאסט אריין אין דעם פעטער'ס שיך. בקיצור, די גאנצע עסק האט זיך אים נישט אויסגעצאלט.
און דאס רעדט מען שוין פון איינעם וואס האט טאקע דורכגעשוויצט די פריעדיגע איבערגאנג יארן, און באוויזן מיט חכמה זיך צו האלטן אין די ראמען – וואס נאר דערויף אליין דארף מען א באזונדערע חכמה, און אנדערע האבן דאס אויך נישט געקענט באווייזן. יענער האט דאס יא באוויזן, און טאקע אנגעקומען אויפן שפיץ, און וואס האט ער געהאט דערפון? – וואס? – גארנישט!
ממילא פרעג איך אייך: וואס לוינט זיך עס אייך, וואס דארפט איר עס האבן?!
אין א זייטיגן נאטוץ, צווישן מיר און אייך זאל עס אויסגערעדט זיין:
איר דארפט דען אברהם, איר דארפט דען זיין גאט? – איר האט דען נערוון פאר אלע חומרות און פרומקייטן? – דאס גאנצע וואס איר קלערט בכלל דערפון, איז נאר צוליב די געלט און כבוד המדומה (וואס איר וועט סיי ווי נישט האבן), וואס ווארט אייך אפ איינמאל איר קומט אן אויפן שפיץ – אויב איר וועט בכלל אנקומען אהין. איר וועט זיך אלעמאל שפירן ווי געפאנגען אין א גאלדן שטייג, איר וועט קיינמאל נישט קענען נאכקומען די גליסטענישן פון אייער הארץ, ווייל איר וועט דאך פארטרעטן אייער פעטער און זיין הייליגקייט.
איר דארפט דאס נישט און איר ווילט דאס נישט!
דעריבער איז מיין ראט, הויבט אייך אויף, בויט אייך אויף אן אייגענע דינאסטיע. איר קענט נישט צופיל דערלייגן דערפון, איר פארמאגט אלע קוואלעפיקאציעס דערויף, מיט א שלל פון נאכפאלגער אנצוהויבן. איך וואלט געזאגט אז איר זאלט גיין קיין סדום! – דארט זאלט איר גיין! – דארט וועט איר קענען האקן א לעבן, און מיט א באנעס דערצו, אז איר וועט גאר הייסן "דער צדיק פון סדום"! – דאס איז ממש א לאטעריע פאר אייך, וואוינען און סדום און נאך זיין דער צדיק – ווי אזוי געפעלט אייך דאס?
אלס לויער קען איך נאך אויסארבעטן א שטיקל הסכם מיט אייער פעטער'ס שטוב, אז אלס אפטריט געלט טאר מען אייך קיינמאל נישט אטאקירן, נישט אייך און נישט די לענדער פון די אייניקלעך. מען וועט דאס געהעריג דאקיומענטירן און דאס וועט אריינגיין אין די געשיכטע און היסטאריע. איר וועט פאררופן ווערן אלס דער צדיק און ערליכער וואס האט אפגעטרעטן, אייער פעטער וועט זיך שפירן שולדיג פאר אייך און ווען אימער איר וועט זיין אין געפאר, וועט ער אייך שטיין צו הילף. ער מיט זיינע מענטשן וועלן זיך הרג'ענען פאר אייך און פירן בלוטיגע מלחמות פאר אייער וואוילזיין.
דאס אלעס קען איך אויסארבעטן אלס חלק פון אן אפמאך צווישן אייך.
מיין ראט איז, לאזט אייך אפ פון די כלומר'שטע געלט און כבוד וואס איר קענט באקומען, ווייל עס איז פאראן שוואכע שאנסן אז איר וועט בכלל אנקומען אהין, און אפילו טאמער יא, איז כמעט נישטא קיין שאנסן אז איר זאלט עס דורכמאכן רואיגערהייט און זוכה זיין צו זיצן אל המנוחה ואל הנחלה. ענדערש בויעט אייך אליין אויף, גייט ארויס פון דעם געפעכט מיט כבוד און שטאלץ, גייט איין אויף א שלום אפמאך מיט אייער פעטער, און לעבט אייך גוט צוזאמען.
[center]מיט האפענונג אז איר האט מיר פארשטאנען.
מר. חקרן
יועץ און עצה געבער פאר די תנ"ך העלדן[/center]
נשלח: זונטאג נאוועמבער 05, 2017 7:28 pm
דורך חקרן
א פרישער בריוו אנגעקומען צו די רעדאקציע טישל:
...
א גוטן טאג.
מיין נאמען איז רבקה בת בתואל, איך בין נאך טאקע קליין - קוים דריי יאר, אבער איך האב נישט מיט וועמען זיך דורכצושמועסן פאר העלפ, ווענד איך זיך צו דיר, אז דו זאלסט מיך העלפן אין מיין נויט.
אלעס האט זיך אנגעהויבן קוים נעכטן, ווען איך בין ארויסגעגאנגען אנשעפן וואסער פאר אונזער שטוב, ווען אינמיטן האב איך געזען א מענטש, ער האט מיך געבעטן אביסל הילף און נאטורליך האב איך אים געהאלפן אנשעפן וואסער פאר זיך און פאר זיינע שאף.
איך ווייס נישט פארוואס, אבער ער האט עס אנגענומען אלס א צייכן פון אויבן אז איך דארף חתונה האבן מיט זיין האר'ס זוהן (וואס אגב, זענען זיי אונזערע קרובים, מיין זייד'עס ברודער'ס אייניקל). ער איז געקומען צו אונז אין שטוב, וואו מיר האבן אים מכבד געווען מיט א סעודה. דארט האט ער געהאלטן א גאנצע רעדע מיט א צייכן פון הימל אז איך דארף חתונה האבן מיט זיין האר'ס טאכטער. מיין טאטע און ברודער האבן נישט געוויסט פונקטליך וואס צו זאגן, פון איין זייט זענען זיי פארט קרובים - עס פאסט נישט אפצוזאגן, ווער רעדט נאך אז ער ברענגט א סימן פון הימל און אפשר איז דאס טאקע א סימן - ווער ווייסט? אבער פון די אנדערע זייט בין איך נאך קליין, איך ווייס נישט צי איך בין גרייט גענצליך אוועקצוגיין פון מיין טאטעס הויז צו א פרעמדער מענטש און איך ווייס נישט וואס דארט טוט זיך.
נאך א קורצע באראטונג איז געבליבן אז מען וועט איבערשלאפן די שאלה און מען וועט זען וואס מען טוט ווייטער.
דעם קומענדיגן טאג האט דער אנדערע זייט געלייגט גרויס דרוק אז מען זאל שוין ענטפערן די שאלה, און אז מען זאל עס נישט איבערשלאפן. טראצדעם וואס מיינע עלטערן האבן געבעטן אז מען זאל געבן נאך א טאג צייט צו קענען ענטפערן, האט דער אנדערער זייט נישט צוגעלאזט און פארלאנגט אז מען זאל שוין געבן תשובה. ביידע זייטן האבן דאן איינגעשטימט אז מען זאל מיר אליין פרעגן וואס איך האב צו זאגן אויף דער גאנצע נושא.
יעצט, איך בין קוים דריי יאר, וואס ווייס איך איבער לעבן און איבער די וועלט?! איך ווייס באמת נישט וואס צו ענטפערן. זיי ווילן מיר געבן פאר א חתן פון פערציג יאר אלט. וואס קלערט איר? - איז דאס א פאסיגער שידוך? - וועט ער קענען אכטונג געבן אויף מיר און מיר צושטעלן אלעס וואס איך דארף? - זאל איך גיין מיט זיי, אדער זאל איך דערקלערן אז איך האלט נישט דערביי און איך בלייב מיט מיינע עלטערן?
וויבאלד די ענטפער ווענדט זיך אין מיר, איך בין די וואס דארף ענטפערן דערויף, בעט איך זייער שטארק איר זאלט מיר ארויסהעלפן מיט מיין דיעלעמע און ראטן ווי אזוי צו האנדלען אין דעם דאזיגן פאל.
מיט פיל שעצונג און דאנק
רבקה בת בתואל
...
לכבוד רבקה בת בתואל
אייער פראגע האבן מיר ערהאלטן, אבער וויבאלד דאס איז שווער צו ענטפערן אליין און יעדער איינער וואלט אייך געענטפערט אנדערש, האב איך באשלאסן ארויפצושטעלן די שאלה אויף קאווע שטיבל, אז די מיטגלידער זאלן ענטפערן דערויף און זאגן זייער מיינונג איבער די דאזיגע נושא.
חקרן
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 04, 2017 3:38 pm
דורך סקרן
וואס איז מיט יעקב עשו רבקה ברכות אנטלויפן??
ביים ליינען די וואך און לעצטע וואך האב איך צו מיר געטראכט חקרן וועט זיך און אונז מחי' זיין
יעצט חנוך שכם דינה
לבן
רחל לאה חתונה
יוסף פוטיפר
נווווווווו
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 05, 2017 8:20 am
דורך אישתישבי
דינה טענה'ט אז איר ברודער'ס זענען פאנאטיקער, איר חתן איז א גוד לאקינג בוי, און הגם ער איז געוועהן אביסל אגרעסיוו, האט זי עס דאך ליב געהאט, און ער איז בעסער פין עשיו, און האט אפילו מסכים געווען צו מאכן א ברית!!
זי בעהט הילף צו טרעפען א נייער שידוך, זי וויל זייער שטארק נישט דער אויפגערעגטע שמעון.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 08, 2017 10:32 am
דורך חקרן
איך האב געשריבן דא א שטיק צייט, איך האב געזען אז קיינער רעאגירט נישט, האב איך פארשטאנען אז מען דארף עס נישט האבן. אויב דער עולם וויל, וועלן מיר ממשיך זיין.
Re: העלפט ארויס די תנ"ך העלדן!!!
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 08, 2017 10:45 am
דורך א איד
אוודאי וויל מען....
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 08, 2017 2:22 pm
דורך וואלווי
און אט האלט האלט מען שוין מקץ ביי יוסף דער משנה למלך, עפעס אזא קושנער אין די ווייט האוז מעשה מיט די שרים
Re: העלפט ארויס די תנ"ך העלדן!!!
נשלח: מאנטאג אפריל 15, 2024 5:29 pm
דורך צוויי
זייער אן אינטערעסאנטע אשכול דאס
איך מיין מ'קען ממשיך זיין