בלאט 1 פון 1

הארווי וויינשטיין סקאנדאלן

נשלח: דינסטאג אקטאבער 17, 2017 2:54 pm
דורך אישתישבי
עס ווערט באריכטעט אין די נייעס א ליסטע פין פרויען וואס קומען ארויס טענה'ן אז וויינשטיין האט זיי באגעוואלדיגט אדער קרוב צו דעם.

מיין שאלה איז, אין דער נייעס באריכטן קומט אויס אז די אקטיוויטעטן זענען נישט געוועהן א סוד ביז יעצט. טאמער זאל איך אננעמען די נאראטיוו פין די נייעס אז מען איז הערשט יעצט געוואר געווארען ווייל אין פרוי האט באשלאסן צו ברעכן די שתיקה, וואלט איך געמוזט זיין היבש נאאיוו. אבער וואס איז יעצט געשעהן?

אלזא, בין אין מחויב אנצונעמען אז דער וויינשטיין האט עפעס געטוהן צו איינעם, א זאך וואס האט גארנישט מיט די עפענטליכע סקאנדאלן, נאר א פריוואטע חטא, וואס יענער האט געהאט א כח צו "אנטדעקן" די חטאים. סתם אזוי, ווען דער ערשטער מדברת זאל האבן געגאנגען צו דער ערשטע צייטונג און פארציילט איר מעשה'לעך וואלט מען איר אויסגעלאכט. נישט ווייל זיי גלייבן נישט די מעשים, נאר ווייל מען נעמט זיך נישט אהן אין דער עולם השקר פאר א ננס לפני ענק.

היבש אפסעטינג.