בלאט 1 פון 1

מיינע געדאנקען איבער'ן פילם "וואן אף אס."

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 21, 2017 10:15 pm
דורך יואב
מיינע געדאנקען איבער'ן פילם "וואן אף אס."

קודם כל, דער פילם איז נישט קיין דאקומענטאר איבער חרדים אדער חסידיזם, מילא איז נישט שייך צו פארלאנגען אָנ'פניות'דיגע און גלייכע דעקונג. לפענ"ד איז עס נישט בכיוון נעגעטיוו, ס'איז אבער מגלה א טונקעלע זייט אין דער רעאליטעט. ליידער איז דאס מציאות, און געוויס אזוי דער דאזיגער חלק פון פראבירן אוועקצוגיין פון היימישן לעבנסשטייגער, אביסל שווארץ. אזוי ווי א דזשורנאליסט וואס טוט זיין ארבעט אויף אן אביעקטיוון אופן בשעת'ן דעקן פארוואלקנטע ערטער, און ווערט באשולדיגט דורך פארטייאישע מענטשן אין זיין איינזייטיג. דאס מציאות מאנגלט צומאל אין זייטן, און נישט יעדער איז מסוגל אויף באשאפן "אלטערנאטיווע פאקטן."

די געשיכטע פון עטי'ן ושבעה בניה קרענקט אין זיבעטער ריפ אריין — א ריפ פער קינד. פון אנפאנג ביז'ן סוף. אמת, כ'בין אינגאנצן נישט באקאנט מיט אלע צדדים, און מעגליך אז אין דאזיגן פילם האט מען דעם מציאות נישט צוגעטיילט א פולע ערליכע רעפרעזענטירונג; צי געוויסע פרטים זענען איבערגעטריבן, אדער גלאט אזוי א פראדוקט פון דמיון און פּיין. (א ביישפיל, כ'פארשטיי נישט פארוואס מ'איז נישט מאריך דארט איבער'ן מארד פרואוו. ס'איז פארגעקומען ארעסטן? ס'טייטשט עמיצער האט בזדון פיזיש געוואלט רצח'נען א מענטש, א מאמע פון קינדער, און די וועלט שווייגט? כ'חידוש מיך איבער דער ווירקליכקייט פון דאזיגן פרט, נישט איבער דער געוואגטקייט אדער מעגליכקייט פון קענען האבן פאסירט. ס'איז ביי מיר קיין ספק נישט פאראן אז טעראריסטן זענען עלול דערצו, און ווייטער איז ביי מיר קלאר אז חרדישע עקסטרעמיסטן, גענוי ווי עקסטרעמיסטן פון אנדערע רעליגיעס אדער אידיאלאגיעס, זענען מאראליש קאפאבל אראפצורוימען מענטשן בלויז צוליב א דיפערענץ אין גלויבונגען. ואלמלא מוראה של מלכות...)

אבער בלויז א בליק צו טאן אויף די טראַנסקריפּטן פון געריכט, כאפט א שוידער און איבל. ס'איז דאך נישט דער ערשטער און לכאורה נישט דער לעצטער אזא פאל. ואם אינו ענין לזה תנהו ענין לחבירו. דער פילם דעמאנסטרירט צו דער דרויסנדיגער וועלט א רשעות-דורכגעווייקטן פענאמען וואס איז ליידער דער נארם אינערהאלב דער חרדישער געזעלשאפט. פון קאמפיינס, משפחה אדער גוטע פריינט, ס'איז יעדער דא באקאנט אז דער רעליגיעזער צד ווערט שטענדיג געזען אלס לחלוטין גערעכט, אפגעזען וויפיל בלוט, אביוז, בילבולים, פאלשע נידריגע מעשים און קינדער ס'זאל נאר קאסטן אדער האבן געקאסט. איראניש, די פרומע אנערקענען אין דער ווארהייט פון די גרויליגע מעטאדן און שמוציגע אקטיוויטעטן וועלכע ווערן איינגעשפאנט און געלאזט אין שוואונג בכגון דא. זיי האלטן פשוט אז ס'מוז אזוי זיין, ווארום אָן קיין באדינגונגען, קומען טרערן ביי די שבת-ליכט בעפאר טרערן פון איבעראל אויסער די שבת-ליכט; די נשמה קומט שטענדיג בעפאר דעם גוף, הפנים, זיכער אזוי יענעמ'ס.

מילא דאס איז אַן אספעקט אין אונזער מהלך החיים ריכטיג און באַרעכטיגט דאקומענטירט. דאס גיבן צו פארשטיין פאר דער אלגעמיינער גאס, אז ווען עמיצער געפינט זיך אין דאזיגער לאַגע, וועט איר/זיין אייגענע משפחה צומאל קעגן דעם דיקטאט פון מענטשליכן אינסטינקט אדער אפילו אנגענומענער לאגיק, זיך שטעלן מיט'ן צד שכנגד. דער דרויסנדיגער ברויך זיך וואונדערן פארוואס אזא איינע זאל האבן זיך אונטערגענומען אזאנס. שטייט א פרוי עלנד אליין, אן אביוסיוו און באעוולטע פארגאנגענהייט, איר אייגענע עלטערן און משפחה זענען קעגן איר, קינדער זענען נישט מיט איר, און אין אומצאליגע פעלער ווערן גאר דערצויגן איר/אים צו האסן, און אפהאקן אפילו דאס מינדעסטע שייכות. געלט האט זי אויך נישט, אבער אויף עפעס א וועג מוז זי זיך פארמעסטן מיט א מאשין, א טויטליכן מאשין באוואפנט און אויסשטאפירט מיט פילצאליגע רעסורסן און אמביציעס, און אלץ וואס דער מאשין מאנגלט איז אפשר א האַרץ מיט געפילן.

פארוואס האט זי זיך לכתחילה אריינגעלאזט אין אזא גרוב, אפשר געפאלן אין ליבע מיט עמיצן? נייין, בן שמונה עשרה לחופה — א בפירוש'ע משנה; און בן שמונה עשרה ויום אחד גאלט מען אפ די האר פון קאפ — גראדע נישט קיין משנה, נאר תורת אמך מיט א ואל-תיטוש עקספיירעישאן-דעיט ווען די נערווען פלאצן נאך צוועלף יאר פון קושי השעבוד. דעמאָלט עקספייערט אויך מצוות כיבוד אב ואם.


נניח דער סיסטעם קריכט שוין איינמאל פאר אלעמאל ארויס פון יענעמ'ס שלום בית, צי מהלך החיים וועלכן ער אדער זי קלויבט זיך אויס. פון עדוקעישאן ביז מאלעסטעישאן — "זאכן וואלטן געמעגט זיין בעסער," זעט מען דעם הדרת פנים פון אונזער באליבטן ר' יוסל ראפאפארט. זיינע אויגן אנגעפילט אי מיט ליבשאפט און מיטגעפיל אי מיט צעבראכענקייט, דרייען זיך פון קאמערא אריין צום יונגען נארוואס-רעהאביליטירטן נארקאטיגער, און צוריק. דא דארט גנב'ען זיי אראפ א בליק צום טעצל דזשעלי-ביענס, פילייכט א נישט-שלעכטער אויסוואל, אויב זוכט מען סיי וואס זיס אין דער מערקווערדיגער ביטערקייט.

כ'קלער אז ר' יוסל איז געווען א פערפעקטער קאנדידאט פאר דער פרומער זייט. שאנסן זענען אז אויב וואלט ער נישט מסכים געווען וואלט עפעס א ראדיקאלער זיך אנגעטראגן אנשטאט, און געוויזן דער אמעריקאנער גאס אז ריכטער רוי מאָאר פון אלאבאמא איז גאר א ליבעראלער.

לוזער טווערסקי מוז איך זאגן איז זייער זיס דארט ממש יעדעס מאל מ'זעט אים. ער קומט אפיר גאר האמבל, און מיט א געשמאקן סענס-אף-הומער. וכלשונו: " איי העוו מעלאויד." כ'האלט ער האט געטאן א גאר גוטן דזשאב. ס'איז זייער רירנד ווען מיט נאסע אויגן לייענט ער אין בריוו "יאָסל ראַקאָווער רעדט צו גאט," אז ער האט זיך געשעמט פאר'ן הונט דערפאר וואס ער איז נישט קיין הונט, נאר א מענטש. און ס'טוט וויי צו זען וויאזוי ער זאגט אז ער האט אויפגעגעבן די רעכטן אויף זיינע צוויי קינדער ווייל אנדערש וואלט ער נאך איצט געווען פארהאנקערט אין געריכט. אין מיט עטי'ן אין פערספעקטיוו, איז זייער גרינג אים באלד צו פארשטיין.

הערשקאוויטש מאכט אויך גאנץ א גוטע ארבעט. צווישן אנדערע, קלער איך איז דאס שטיקל פון ר' אפרים וואקסמאן ביי כינוס כלל ישראל אייזן גוט, און אין פלאץ. אזוי אויך איז ער דווקא יא פאזיטיוו אויף זיינע עלטערן, און זאגט אז ס'איז פאראן דארט א פארשטענדעניש. ער ברענגט אויך ארויס די פראבלעם, ווייטאג און מציאות פון דער לופטיגער זינלאזער דערציאונג סיסטעם, און שפייט נישט אומזיסטיגע האַס. הגם, כ'מוז זאגן אז אויב איז דא א פלאץ דורכאויס דעם פילם וואו כ'האב געהאט בלויז מינימאלע סימפאטיע, איז עס הערשקאוויטש'ס פלאנטער מיט גוגל'ן.

זעענדיג די איבערלעבענישן און דורכגאנגען פון די דריי, לייגן זיך די רייד פון חני געטטער שטארק אויפ'ן שכל. "דאס איבערלאזן די היימישע געזעלשאפט קאסט א פרייז וואס נישט יעדער איז גרייט אדער ביכולת צו צאלן." דאס איז פון די הויפט צילן אין דאזיגן דאקומענטאר, און איז היפש גוט ארויסגעברענגט געווארן.

כ'בין נאר נישט אזוי קלאר מיט וואס זי זאגט איבער דער שארית הפליטה פון נאכ'ן האלעקאסט. בעת וואס כ'בין איינשטימיג מיט איר אז קינדער אין היימישער געזעלשאפט ווערן אפט באטראכט ווי אייגנשאפטן, זע איך נישט די דווקא'דיגע שייכות צום האלעקאסט. ווי ווייט כ'האב געלייענט אין אלטע ביכער האבן זאכן נישט אויסגעקוקט צופיל אנדערש צװישן די "גאר פרומע" (און לוזער טווערסקי'ס פרומער חבר וואס רעדט איבער דייטשלאנד זאל מוחל זיין אריינוואנדערן קיין הוידאנאנאש צי אפילו ווארשא אדער גאר ווילנא אביסל.)

די שבת'דיגע סעודה איז עמעזינג. ס'איז עמאציאנאל, און אין פלאץ. "קלי קלי למה עזבתני," ס'רירט א סטרונע אין הארץ. אנדערש ווי די פילע קליפס מאכנדיג די רונדעס, אין וועלכע ס'ווערן געזען בחורים וגם עקס-בתולות
מיט הוילע קעפ ציקלען זיך ביי קה אכסוף, איז די דאזיגע סעודה מיך יא שטארק געפעלן.

פון צווישן די בני-היכלא אידן וועלכע מ'זעט אין פילם: דער וואס פרעגט זיך נאך איבער'ן ווייפיי אין פארק, דער איז ווערט כסף עובר לסוחר. זיין אומבויגזאמע קנאות צעברעקלט זיך ווען דער בחור טוט באשטעטיגן אז אכן, ער איז א היימישער. גולמ'ט און קראצט זיך אביסל אין שאק, און שלאגט פאר ער קען און זאל נאך תשובה טאן סאמע דא — נישט אבער איידער ער פרעגט זיך נאך אויף דער טשופרינע, און ווילאנג עס האט גענומען זיך איינצוהאנדלען אזאנס.

דער טשעק-טוישער וועלכער וויל נישט אויסשליסן די מעגליכקייט אז לוזער טווערסקי איז אַן עסס-האָלל נאך מקדמת דנא, איז אויך זייער זיס. יענער האט א פאזיטיוון עטיטוד צו אים, עפעס אזא אפטימיזם און ביטחון אז גאט וועט זיך שוין אן עצה געבן מיט זיינע פושעים, און אויטאמאטיש נעמט דאס אראפ א שטיקל אחריות פון אים גופא. אויך שיין פון זיין געוועזענעם שוואגער, וועלכער איז לכבוד דעם פילם גרייט געווען צו שלעפן א דיקע בלויע קאַסטן אנגעפילט מיט באקסעס.


"אין עוד, מלבדו אין עוד, מלבדו ה', הוא האלוקים." איינס פון די שענסטע און מערסט נשמה'דיגע מינוטן אין פילם. צעבראכן און צעשאסן נאך שווערע נייעס פון געריכט איבער קאסטאדי, זעט מען די באקאנטע "רוממו - דשואיש רינועל" שול אין מאנהעטן. אלץ אין שול וויגט זיך אין דעם ווארעמען "אין עוד מלבדו," געזאנג, און עטי', ארויפגעווארפן אויף א פאר'טלית'טן האלדז מבכה על בניה כי איננו. די סצענע איז רירנד ביז גאר, און ס'שווער צוריקצוהאלטן די טרערן פון לויפן פריי.

צום שלוס: קען זיין מ'וואלט געברויכט מער מאריך זיין אין געוויסע ערטער, דער פילם איז אבער למעשה זייער זייער גוט, און ווי געזאגט אויבן, נישט אנטי אונזער לעבנסשטייגער, נאר איבער די שוועריקייטן ס'גייען א דורך אזאנע וואס ווילן אים איבערלאזן. כ'גלייב נישט אז דער וואס האט געפלאנט זיך צו מגייר זיין, און דווקא ווערן א חסיד, וועט זיך צוריקהאלטן צוליב'ן דאזיגן פילם. די שאלה איז נאר לגבי אזאנע וועלכע האבן נישט געהאט קיין גיור פלענער אויפ'ן געדאנק. זיי אוודאי האבן געוויס רחמנות אויף אונז, און נעקסטיים עמיצער באמערקט א פרומער איד אויפ'ן סאבוועי, וועט פאר זיי איבערבלייבן צו זיך וואונדערן צי מיר זענען פון די רודפים אדער נרדפים; צי מ'גיימער אין געריכט צו פארלאנגען יוסטיץ, אדער דערגרייכן א לויטער רעליגיעזן דערפאלג.

נשלח: זונטאג אקטאבער 22, 2017 1:37 am
דורך פידלער
[left]I'll add my impressions to yours, יואב.

Firstly, Luzer Twersky was a pleasant surprise. I've seen him in the past on various clips and generally thought he came across as a
bit of an idiot. Not here! I liked him in every single scene. He comes across as much smarter and more nuanced than I'd given him credit for. He also kind of looks like a cross between Woody Allen and Sean Penn in some of the shots, which gave him additional appeal.

Ari Hershkowitz impressed me too. He seems like a thoughtful kid, and I'm rooting for him to stay drug-free. Seems as if he has a decent family, which is nice.

Chani Getter is overly earnest for my taste, but her heart is in the right place. Her rhetoric about status quo and chassidim's power is, I think, overdone -- I don't think chasidim have quite as much power as she claims.

Rapoport --lovely!

Finally, Etty. I'm heartbroken to admit this (because in 99% of cases, I believe women when they say they've been abused in any way), but I found myself not believing her story. The abuse story, that bike story -- they didn't wash with me. Didn't ring true at all. Still, I'm upset the judge didn't give her more time with her children. A child needs parents, and as long as a parent is alive and not abusive, children shouldn't be taken from them. Unless the judge had a reason I'm not privy to (and not just that she's irreligious; who cares?), I'm very disappointed and saddened. Even if -- as I suspect -- she made up or exaggerated the abuse and bike story, I still feel it would have been healthier for her children if they could have more time with their mother

The filming itself was pretty good, but the slow-mo shots with dramatic sound effects were irritating. I understand that this is my subjective taste; I'm sure some viewers like it. To me, though, it felt fake and cheap. My favorite scene was the one in the Romemu shul. The emotions felt very authentic there.[/left]

נשלח: מאנטאג אקטאבער 23, 2017 3:11 am
דורך קאצקע ציקער
חחח יואב דיין אינטערשריפט ברענגט א געלעכטער

נשלח: מאנטאג אקטאבער 23, 2017 2:49 pm
דורך לעיקוואד
ווי איך זעה עס, דער עיקר טעזע אדער נאראטיו פון דער פילם איז געווען צו ווייזן די שוועריקייט פון אוועקגיין, און עס וויל באשולדיגען אין דעם כאילו דער פירערס פון חרדיות וואס האבן אויסעשטעלט אזא סיסטעם ווי אז איינער גייט אוועק רודפ'ט מען עם אזוי און עס איז אזוי פיינפיל.

איז אזוי, איך קען נישט קיין איינע פון די אידען אין דער פילם, און זיכער נישט פון דער נאנט, איז צו רעדן פון וואס זיי פארציילען דא, אפילו אז זיי זענען זיך אליינס שולדיג אז זיי שטעלן זיך דא ארויס, איז נישט אזוי צו דער זאך. איך וויל אבער זאגען אז אויב איינער קוקט דער פילם און זעהט וואס עס לייגט פאר, שרייט בכלל נישט ארויס דער טעזע, נאר אפשר גאר פארקערט. אפשר פאר דעם האבן זיי געדארפט צולייגען די אלע שיינע שאטס און מוזיק (פון וואס איך האב באמת הנאה..) ווייל אז מען קוקט סתם די מעשה זעהט מען דאס נישט.

אין אנדערע ווערטער, לוזער טווערסקי האלט אז דער סאטמער רבי מיט דער באבובער רבי האבן זיך צאמגעזעצט אין א קעלער און געטראכט וויאזוי קענען מיר אויסשטעלן א קהילה ווי קיינער קען נישט אוועקגיין. ביז עס איז זיי איינגעפאלן דער געדאנק אז מען וועט נישט אויסלערנען געהעריג ענגליש, און מען וועט נישט געבן פאר די קינדער קיין כלים צו לעבן אין די סעקולארע וועלט, וועלן זיי מוזן בלייבן פרום. און אויב איינער וועט פראבירען ארויסגיין וועט ער אדער ווערן א קרימינאל אדער א דראג עדיקט. פארשטייט יעדער אז דאס איז א קארטאנישער ווערזיע פון דער מציאות. הגם עס איז אמת אז חרדישע מנהיגים זענען זייער באזארגט אז זייערע קינדער זאלן ממשיך זיין אין זייער וועג, און פון די גדרים און חומות וואס זיי האבן געמאכט קומט טאקע ארויס אזא מציאות אז איינער וואס איז אויפגעוואקסען פרום איז שווער עס צו מאכען אינדרויסן, איז נישט דאס טאקע געווען זייער פלאן. דער אמת איז אז די שווערקייטן וואס די יוצאים האבען זענען נישט אזוי אנדערש ווי די וואס דער גאנצער וועלט האט, פארקערט, דער חסידישער געזעהלשאפט מאכט, עכ"פ לפנים, אסאך זאכן גרינגער, עס גיט אסאך טרעינינג ווילס אפילו פאר די וואס עס איז זיי שווערער אלעס צו טוהן אליינס, און ווען מען פארלירט די אלע זאכען און מען וויל אלעס טוהן אינדעפענדענט, ווי אסאך נארמאלע גוים דארפן לכתחילה טוהן, איז דאס טאקע אסאך שווערער. אבער עס איז שווער צו באשולדיגען דער וואס שטעלט אויף א קהילה וואס איז אביסעל מער זעלבסטשענדיג און העלפט מער אירע חברים אין דעם וואס אז מען גייט ארויס בלייבט מען אן דעם.

בלייבט נאר איבער דער עיקר טענה אז מען מאכט בכוונה שווערער פאר די וואס פאלן אדער גייען ארויס. וואס זאל מען אבער טוהן אז, אויב זאלן מיר אפלאזן די מעשה פון עטי פאר א מינוט, דער פילם ווייזט פשוט פונקט פארקערט.. עס איז אמת אז עס איז דא משפחות אדער קהילות ווי מען פירט זיך זייער שרעקליך בכוונה מיט די וואס גיין ארויס, אבער דער פילם האט ווארשיינליך נישט געטראפן די, נאר דאס וואס עס ווערט מער און מער דער מעניסטרים, אז מען טוהט וואס מען קען זיך צו פירען מענטשליך און מקרב זיין. נעם ארי, א בחור פון קווינס, ער פאלט נעבאך אריין אין דראגז, מיר זעהן ווי זיין טאטע צאלט צענדליגע טויזנטע דאלערס פאר א ריהאב אין פלארידע, אפילו ווען ער אליינס האט נישט קיין גרויס שייכות אויף צוריק און אעדט צו עם "אפשר איינס אדער צוויי מאל". און ווען ער קומט צוריק העלפט ער אים טרעפן א דזשאב, מיר זעהן ווי ער קומט אריין אין ווילימסבורג און איינער (זיין משפחה?) רעדט צו עם פריינטליך. מיר זעהן אז אפילו דער קנאי וואס זוכט אויסצוראטן פרי ווייפיי פון ניו יורק סיטי רעדט פריינטליך ווען ער זעהט ער איז א היימישער, און איז עם אפילו מציע ער זאל תשובה טוהן 'באותו מקום'. א שאד אז דער פילם וואס האט געהאט אזויפיל היימישע יועצים קען נישט געבן צו מסביר זיין פאר די זעהעהר דער קאנטעקסט פון דער מושג תשובה באותו מקום און ווי טרעפליך עס איז דא. ער באקלאגט זיך טאקע אז זיינע געוועזענע חברים רעדן נישט מיט עם, אבער ווען ער גייט צו'ם שמחת בית השואבה זעהען מיר נישט דאס נאר פארקערט די בחורים דארט שמועסען מיט עם און זענען נייגעריק צו הערן וואס טוהט זיך.

וייטער זעהט מען ער שמועסט מיט ר' יוסל ראפאפארט, אויב דארף מען קריטיקירען דער פילם פאר'ן נישט רעפרעזענטירען חרדיות ריכטיג איז עס פאר'ן עם מאכען דער רעדנער פאר חרדיזם.. מיר ווייסען אז ער איז א שטיקל יוצא מן הכלל מיט זיין גוטסקייט. אבער דאך איז אמת אז עס פעלט נישט אידן אזויווי עם, און אז איינער וואס זוכט טרעפט ער גרינג די סארט מענטשען. ווייטער איז ממש א שאד ווי דער פילם פארפעלט איבערצוטיישען אפשר די מערסטע וויכטיגסטע זאך וואס ער האט געזאגט. ווען ארי פרעגט עם אויב איז דא א גאט וויאזוי לאזט ער צו מאלעסטעישין, פארשטייט ער ווי יעדער נארמאלער מענטש פארשטייט אז דאס איז נישט קיין טעאלאגישער פילאסאפישער קשיא נאר א געשריי פון פיין, און מען דארף דאס הערן אזוי און ענטפערן אזוי. און דאס זאגט ער "יא גלייבען, נישט גלייבען" א איד איז בצער מען דארף עם העלפן. און עס פעלט עמפאטיע פאר דעם. דער עם הארץ וואס האט געמאכט דער פילם זעהט אויס מיינט אז "יא גלייבן נישט גלייבען" איז עפעס א לחש און לאזט עס אזוי אומ-איבערגעטיישט.

ביי די מעשה פון עטי זעהן מיר טאקע וויפיל מענטשען כאפן נישט דער פשוט'ער זאך. און אנשטאטס זעהן א פרוי וואס, צו זי איז סטאביל אינגאנצן צו נישט, צו זי זאגט הונדרעט פארצענט אמת צו נישט, שרייט פון צער. זי איז נישט ברויגז אויפ'ן באשעפער און אויף אידישקייט ווייל זי זיכט צו זיין אן אפיקורס צו וואס, דא זעהט יעדער איינער געפינט זיך א משונהדיגע צער און ליידן. דער פילם פארציילט נישט אויב האט זי זיך געוועלט גט'ן ווייל זי איז אט"ד אדער פארקערט. אבער פון מיטהאלטן דער סארט זאך ווייס איך אז עס איז איין מעשה. א מענטש פילט א שרעקליכער צער און פילט אז קייינער אין די קהילה העלפט עם נישט, דער באשעפער העלפט עם אויך נישט, נאר פאטסטעפס רעדט עם איין זיי גיין עם העלפן, נו אוודאי גייט ער דארט. די טיפשים און רשעים וואס רופן זיך עסקנים פון שלום בית וכדומה ביי אונז רעדן זיך איין אז דא איז ממש איינער איז לוחם מיט'ן באשעפער מען דארף עפעס טוהן.און מען מאכט אפילס און אנדערע זאכן ווי כאילו דאס איז א טעאלאגישער ויכוח מיט משה מענדעלסאן אליינס. פארוואס האט קיינער נישט די פשוט'ע מענטשליכע עמפאטיע צו פארשטיין אז א פרוי האט נישט קיין שום סאפארט, זי פילט זיך אינגאנצן אליינס, אלעס איז קעגן איר, אוודאי איז זי ברויגז אויף אידישקייט. וואס איז די עצה צו דעם צו רודפ'ן נאך מער? אזוי טיפשותדיג קען מען זיין. דער איינציגסטער זאך וואס פעדערט זיך דא איז פארשטענדליכקייט.

איך קען נישט מאריך זיין אין דער נקודה גענוג ווי עס פאדערט, אבער לענייננו איז וויכטיג צו באטאנען אז לענ"ד איז דאס נישט אזויפיל פון שנאת האט"ד ווי פון דעם אז די היימישע קהילות האבען נישט קיין שום מושג פון וויאזוי צוויי צוטיילטע עלטערן דארפן זיך פירען נארמאל נאך א פירוד. עס איז נישטא קיין מאדל פאר דעם און עס איז נישטא קיין שום הבנה וויאזוי אזא זאך דארף אויסזעהן. אויב איינער וויל מתקן זיין איז דער ערשטער זאך אויסצולערנען פאר דער עולם, און בכלל דעם די רבנים און בתי דינים און עסקנים וואס האנדלן מיט דעם, אז דער נארמאלער סיטואציע איז אז צווי עלטערן, אפילו אז זיי לעבן שוין נישט צוזאמן, זענען ביידע די עלטערן פון די קינדער, און מוזן זיך פירע מיט זיי כמעט וויי כאילו זיי זענען נאך חתונה געהאט צוזאמען. עס זעהט מיר אויס אז די הבנה ביי 'אונז' איז אז א גט איז טייטש איינער פון די עלטערן זענען געשטארבען, די מחלוקת איז נאר אלעמאל וועלכער דארף שטארבען, און דא זאגט יעדער יענער איז נישט גענוג פרום וכו'. אז מען וועט פארשטיין דער פשוט'ער זאך וועט מען רוב רוב פעלער קענען אויסארבעטן נארמאל.

אין אן אנדערער אשכול האט איינער באשולדיגט לוזער פארן זיין כאילו קאלט און סעלפיש פארן נישט האלטן קשר מיט זיינע קינדער. עס איז נישט מעגליך צו זאגן אויף א צווייטער בשר ודם וואס צו טוען. אבער אז איינער ווייסט וויאזוי זאכען זעהן היינט אויס אין אזעלכע קעיסעס איז עס בכלל נישט קיין אפגעפרעגטע מהלך אז איינער זאגט ווי עם, איך וויל זיך קודם אויספיגערן מיין לעבן, איך קען זיך נישט שלאגן פיר און צוואנציג שעה אכט יאר פאר מיינע קינדער יעצט. און עס איז דא רביס און רבנים און יועצים וואס זענען אזוי מייעץ פאר עלטערן, אפילו ווען ביידע צדדים זענען פרום..

מען קען מאריך זיין ביז מארגן אויב איז אמת אז די קורט האט עפעס בעד די פרומע קהילה, די קורט איז בעיקר פויל, און א קורט סיסטעם איז מסתמא די ערגסטע וועג מסדר צו זיין א פאמיליע מחלוקת. דער מציאות איז אבער אז ווי משוגע אדער שלעכט אדער פריי איינער איז, אויב ביידע צדדים קענען זיך פשוט צאמזעצן, אדער אויב א רב אדער איינער בעל השפעה קען זיי צוונינגען זיך צאמצוזעצן, קען מען אלעמאל אויסארבעטן א מהלך וואס וועט ארבעטן פאר יעדער איינער. נישט אז יעדער זאל זיין הונדרעדט פראצענט צופרידען, נאר יעדער זאל זיין זיבעציג פארצענט צופרידען, א פשרה. עס איז איראניש און טראגיש אז א קהילה וואס - אויב זענען די אט"ד אליינס גערעכט - האט אזויפיל כח, קען נישט נוצען דער כח אויף צווינגען צווי מענטשען צו זיך טרעפן אין א צימער און אויסארבעטן א נארמאלער וועג צו האנדלן מיט זייערע קינדער. איך זעה אין פעלער ווי מען טוהט דאס, אפילו עס איז דא ריזיגע דיפערענצן אין פרומקייט אדער אנדערע זאכן, הפלא ופלא יעדער שטעלט זיך צו אפילו אין זאכן וואס אויב וואלטן מיר געגלייבט די מחרחרי ריב איז דאס ממש זייער מטרה צו טוהן פארקערט. ודי בזה.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 23, 2017 3:56 pm
דורך כלבאשבוע
לעיקוואד האט געשריבן:עס זעהט מיר אויס אז די הבנה ביי 'אונז' איז אז א גט איז טייטש איינער פון די עלטערן זענען געשטארבען, די מחלוקת איז נאר אלעמאל וועלכער דארף שטארבען,


:like :like :like

נשלח: מאנטאג אקטאבער 23, 2017 4:57 pm
דורך ביבער
לעיקוואד האט געשריבן:.
אין אנדערע ווערטער, לוזער טווערסקי האלט אז דער סאטמער רבי מיט דער באבובער רבי האבן זיך צאמגעזעצט אין א קעלער און געטראכט וויאזוי קענען מיר אויסשטעלן א קהילה ווי קיינער קען נישט אוועקגיין. ביז עס איז זיי איינגעפאלן דער געדאנק אז מען וועט נישט אויסלערנען געהעריג ענגליש, און מען וועט נישט געבן פאר די קינדער קיין כלים צו לעבן אין די סעקולארע וועלט, וועלן זיי מוזן בלייבן פרום. און אויב איינער וועט פראבירען ארויסגיין וועט ער אדער ווערן א קרימינאל אדער א דראג עדיקט. פארשטייט יעדער אז דאס איז א קארטאנישער ווערזיע פון דער מציאות. הגם עס איז אמת אז חרדישע מנהיגים זענען זייער באזארגט אז זייערע קינדער זאלן ממשיך זיין אין זייער וועג, און פון די גדרים און חומות וואס זיי האבן געמאכט קומט טאקע ארויס אזא מציאות אז איינער וואס איז אויפגעוואקסען פרום איז שווער עס צו מאכען אינדרויסן, איז נישט דאס טאקע געווען זייער פלאן. דער אמת איז אז די שווערקייטן וואס די יוצאים האבען זענען נישט אזוי אנדערש ווי די וואס דער גאנצער וועלט האט, פארקערט, דער חסידישער געזעהלשאפט מאכט, עכ"פ לפנים, אסאך זאכן גרינגער, עס גיט אסאך טרעינינג ווילס אפילו פאר די וואס עס איז זיי שווערער אלעס צו טוהן אליינס, און ווען מען פארלירט די אלע זאכען און מען וויל אלעס טוהן אינדעפענדענט, ווי אסאך נארמאלע גוים דארפן לכתחילה טוהן, איז דאס טאקע אסאך שווערער. אבער עס איז שווער צו באשולדיגען דער וואס שטעלט אויף א קהילה וואס איז אביסעל מער זעלבסטשענדיג און העלפט מער אירע חברים אין דעם וואס אז מען גייט ארויס בלייבט מען אן דעם.
.


מען דארף בהחלט יא באשולדיגן די מייסדים און מנהיגים. אפילו זיי טוען עס נישט במזיד (וואס איז אגב גארנישט אזוי קארטוניש) איז עס אבער זייער אחריות ס'זאל נישט קענען געשעהן. דאס הייסט א מנהיג. אויב פארזעהט ער דאס איז ער קיין מנהיג. ער איז א קולט פירער און זיין קהילה איז א destructive cult.

אויב א מנהיג אנערקענט נישט דעם פראבלעם איז א סימן ער איז נישט מעריך דעם אינדיווידואלן מענטש. ער איז מעריך זיין "קהילה" און איז גרייט מקריב צו זיין זיינע מענטשן פארן קהילה'ס וואוילזיין. א מענטש דארף אייביג זיין העכער די קהילה. אויב איז א מענטשן'ס פרייהייט אין סכנה צוליב די קהילה דעמאלט איז דער מנהיג אחראי.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 23, 2017 5:26 pm
דורך יעקב מענטש
כלבאשבוע האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:עס זעהט מיר אויס אז די הבנה ביי 'אונז' איז אז א גט איז טייטש איינער פון די עלטערן זענען געשטארבען, די מחלוקת איז נאר אלעמאל וועלכער דארף שטארבען,


:like :like :like

אביסל אומקלאר וואס לעיקוואד מיינט.

אויב רעדט ער אין א פאל וואס ביידע עלטערן בלייבן פרום נאר זענען צוהארגעט, איז ער גערעכט. ווידעראום אויב איינער פון די עלטערן זענען געווארן פריי און קען האבן א נעגאטיווע השפעה אויף די קינדער איז היבש פארשטענדליך פארוואס די פרומע צד וויל אז די אנדערע זייט זאל נישט עקזעסטירן (עטס מוזט נישט מסכים זיין דערמיט, אבער ס'איז זינלאז דאס צו פארגלייכן צו די סעקולארע וועלט ווען א פארל טיילט זיך), אונז פארשטיי מיר אלע די 'שלאפלאזע' נעכט וואס די פרייע צד גייט דורך, אז זיינע קינדער 'לעבן אין א טעות' און פארפייניגען זיך אויפן לעבן צוליב פרימיטיווע גלויבונגען וכו'.

איך מיין נישט דא אריינצוגיין אין די ספעציפישע נושא, נאר איך וויל ארויסברענגן אז דער מהלך פון צוויי עלטערן וואס לעבן פשוט אויף אנדערע אדרעסן זאל זיך שיין טיילן מיט די קינדער, איז נישט אזוי שווארץ אויף ווייס

נשלח: מאנטאג אקטאבער 23, 2017 7:49 pm
דורך ישראל גלויבער
סוף דבר, אפילו אויב זיי זענע גערעכט, גייט עס נישט טוישן די מציאות, און ס'איז א שאד געווען יעדע פעני וואס מ'האט אויסגעגעבן צו מאכן דעם דאקומענטארי

נשלח: מאנטאג אקטאבער 23, 2017 10:15 pm
דורך קאצקע ציקער
און מנשה גייט יא טוישן די מציאות? יא ווערט געווען די געלט? וואס האקסטו אין קאפ

נשלח: מאנטאג אקטאבער 23, 2017 10:37 pm
דורך ישראל גלויבער
קאצקע ציקער האט געשריבן:און מנשה גייט יא טוישן די מציאות? יא ווערט געווען די געלט? וואס האקסטו אין קאפ

איך האב נישט געמאכט מנשה, אבער כ'מיין אז מנשה האט נישט געהאט קיין אנדערע ציל וויל מאכן געלט, און מנשה לוסטיג אליינס האט גענוצט זיין כשרון.
דא ווילן זיי דאך מאכן א מהפיכה, און ס'ריקט נישט דעם שיף, און געלט? שוואכע מעשיות - ס'ליגט אויף נעטפליקס וואספארא פרסום איז שוין דא. די מציאות שפייעט אין פנים.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 23, 2017 11:09 pm
דורך ווייל אזוי
ישראל גלויבער האט געשריבן:ס'איז א שאד געווען יעדע פעני וואס מ'האט אויסגעגעבן צו מאכן דעם דאקומענטארי


גארנישט קיין דאקימענטרי, מ'האט גענומען דריי מעשיות און אפגעסטעמפלט חסידישע אידן,

"זייער נאריש" דאס איז מיין געדאנק.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 24, 2017 11:01 am
דורך קאוריג
ווייל אזוי האט געשריבן:
ישראל גלויבער האט געשריבן:ס'איז א שאד געווען יעדע פעני וואס מ'האט אויסגעגעבן צו מאכן דעם דאקומענטארי


גארנישט קיין דאקימענטרי, מ'האט גענומען דריי מעשיות און אפגעסטעמפלט חסידישע אידן,

"זייער נאריש" דאס איז מיין געדאנק.


דריי פארשינקענע משיות וואס ווייזט נישט על הכלל כולו

נשלח: מיטוואך אקטאבער 25, 2017 4:30 pm
דורך ישראל גלויבער
זייטס מוחל און ליינטס וואס א דרויסנדיגער שרייבט.

http://en.mida.org.il/2017/10/25/hasidi ... et-common/

נשלח: מיטוואך אקטאבער 25, 2017 4:51 pm
דורך כלבאשבוע
ישראל גלויבער האט געשריבן:זייטס מוחל און ליינטס וואס א דרויסנדיגער שרייבט.

http://en.mida.org.il/2017/10/25/hasidi ... et-common/


מחול לך מחול לך מחול לך, כבין דיר מוחל פארן לינקן צו נאך א מנשה רעפערענץ (ווייל ווי נישט ווי איז עס א ריוויו אויף וואן אף אס)

נשלח: זונטאג אקטאבער 29, 2017 3:29 pm
דורך ישראל גלויבער
https://againstallodds2.wordpress.com/2 ... chassidus/


כ'בין נישט זיכער, אבער כ'מיין אז די שרייבערין איז ב.ה. ווער ס'קען איר.