בלאט 1 פון 1

אהבה קייטלען אין די תורה

נשלח: זונטאג אקטאבער 22, 2017 7:34 pm
דורך חקרן
וויבאלד איך האב נישט קיין צוטריט צו די באהאלטענע קארידארן אין קאווע שטיבל, וועל איך ארויפשטעלן מיין פראגע דא, און איך האף אז די הנהלה וועט דאס נישט ריקן ארונטער, אזוי אז יעדער זאל קענען ענטפערן דערויף.

...
איך האב א שאלה צו פרעגן דעם ציבור, און איך זאג צו, אז ווער עס וועט מיר צוטרעפן די ענטפער ביז דריי טאג, וועט באקומען פון מיר 30 לייקס צו זיין נאמען.

מיין שאלה איז ווי פאלגענד:
ביי די אומות העולם איז פאראן אזא מושג ווי קייטלען א מאן מחמת אהבה בין איש לאשתו, כידוע ליודעים. וויל איך אצינד פרעגן, וואו געפינען מיר אין די תורה אזא מושג, אז עס ווערט שוין דערמאנט אזא זאך. די ענטפער קען מען געפינען לאו-דווקא אין די חמשה-חומשי-תורה, נאר צווישן אלע כ"ד ספרי קודש.

געדענקט! א לייק פון מיר איז א זעלטענע ערשיינונג, און אצינד פארזיכער איך דרייסיג לייקס פאר דער ערשטער וואס וועט מיר ברענגען די תשובה ביז דריי טעג. כאפט אריין!

נשלח: זונטאג אקטאבער 22, 2017 7:45 pm
דורך וואלווי
הממ.. וויל איך דען דרייסיג לייקס פון דיר? קען איך זאגען די תירוץ אן די לייקס?

נשלח: זונטאג אקטאבער 22, 2017 7:46 pm
דורך חקרן
וואלווי, כ'גלייב נישט. ווילסט נישט קיין לייקס פון מיר?

Re: אהבה קייטלען אין די תורה

נשלח: זונטאג אקטאבער 22, 2017 7:53 pm
דורך אויסגערוט
שמשון הגיבור?

Sent from my SM-G950U1 using Tapatalk

נשלח: זונטאג אקטאבער 22, 2017 7:54 pm
דורך וואלווי
דרייסיג לייקס? וואס איז דאס דרייסיג? חז"ל זאגען סתם נזירות ל' יום, דו"ק ותשכח...

נשלח: זונטאג אקטאבער 22, 2017 7:56 pm
דורך וואלווי
אויסגערוט האט געשריבן:שמשון הגיבור?

Sent from my SM-G950U1 using Tapatalk


אויסגערוט גייט אויפשטיין מיט דרייסיג לייקס מער. סארפרייז!

Re: אהבה קייטלען אין די תורה

נשלח: זונטאג אקטאבער 22, 2017 7:58 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
אויסגערוט האט געשריבן:שמשון הגיבור?

Sent from my SM-G950U1 using Tapatalk
בום!!! האסט מיך אויסגעכאפט, דאס מיין ערשטע ענטפער וואסי מיר בייגעפאלן, אבער כ'גיי טראכטן פון נאך

נשלח: זונטאג אקטאבער 22, 2017 8:57 pm
דורך ישפה
אין הושע י״א ווערט דערמאנט ״עבותות אהבה״, אבער נישט אויף א מעשה שהיה. ס׳איז יתכן אז עבותות אהבה איז נישט נאר א אויסדריק, נאר אויך א שם חפץ, כמו כומז. והבן.

נשלח: זונטאג אקטאבער 22, 2017 9:09 pm
דורך berlbalaguleh
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
אויסגערוט האט געשריבן:שמשון הגיבור?

Sent from my SM-G950U1 using Tapatalk
בום!!! האסט מיך אויסגעכאפט, דאס מיין ערשטע ענטפער וואסי מיר בייגעפאלן, אבער כ'גיי טראכטן פון נאך

דער גאלדענער אדלער: עפעס חלומ'ט זיך מיר אז דער ענטפער ליגט ערגץ וואו אין שיר השירים. אדער אין ספר מלכים ביי אהבת אמנון ותמר...!

נ.ב.: איך דארף נישט די לייקס. איך בין גרייט זיי צו פארקויפן אדער טרעידן אזוי ווי עירליין מיילס... אדער אוועקגעבן לשם צדקה פאר די ארגאניזאציע על כנפי רוח. (אויב ס'איז נאכנישט דא אזא ארגאניזאציע וועט זיכער ווערן..!)

נשלח: זונטאג אקטאבער 22, 2017 9:13 pm
דורך ונבנתה העיר
וואלווי האט געשריבן:דרייסיג לייקס? וואס איז דאס דרייסיג? חז"ל זאגען סתם נזירות ל' יום, דו"ק ותשכח...

נזירות שמשון...

נשלח: זונטאג אקטאבער 22, 2017 10:42 pm
דורך וואלווי
ונבנתה העיר האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:דרייסיג לייקס? וואס איז דאס דרייסיג? חז"ל זאגען סתם נזירות ל' יום, דו"ק ותשכח...

נזירות שמשון...


דאס האב איך געמיינט

Re: אהבה קייטלען אין די תורה

נשלח: זונטאג אקטאבער 22, 2017 11:20 pm
דורך או אינו
וואלווי האט געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:דרייסיג לייקס? וואס איז דאס דרייסיג? חז"ל זאגען סתם נזירות ל' יום, דו"ק ותשכח...

נזירות שמשון...


דאס האב איך געמיינט
אלהים מושיב יחידים ביתה מוציא אסירים בכושרות

נשלח: מאנטאג אקטאבער 23, 2017 1:43 am
דורך איסר האטלקי
או אינו האט געשריבן:אלהים מושיב יחידים ביתה מוציא אסירים בכושרות

איך ווייס נישט צו וועמען דו באציסט דיך, דא אינעם אשכול איז מען דן איבער עבותות אהבה נישט קיין תפיסה קייטעלעך.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 23, 2017 1:47 am
דורך וואלווי
איסר האטלקי האט געשריבן:
או אינו האט געשריבן:אלהים מושיב יחידים ביתה מוציא אסירים בכושרות

איך ווייס נישט צו וועמען דו באציסט דיך, דא אינעם אשכול איז מען דן איבער עבותות אהבה נישט קיין תפיסה קייטעלעך.


געראדע דרשענען חז"ל דעם פסוק אויף שידוכים..

בכושרות=בכי ושירות

קען זיין אז ניבא ולא ידע מה ניבא

Re: אהבה קייטלען אין די תורה

נשלח: מאנטאג אקטאבער 23, 2017 1:51 am
דורך או אינו
וואלווי האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:
או אינו האט געשריבן:אלהים מושיב יחידים ביתה מוציא אסירים בכושרות

איך ווייס נישט צו וועמען דו באציסט דיך, דא אינעם אשכול איז מען דן איבער עבותות אהבה נישט קיין תפיסה קייטעלעך.


געראדע דרשענען חז"ל דעם פסוק אויף שידוכים..

בכושרות=בכי ושירות

קען זיין אז ניבא ולא ידע מה ניבא
בכושרות ק/כ מתחלף.

Re: אהבה קייטלען אין די תורה

נשלח: מאנטאג אקטאבער 23, 2017 1:45 pm
דורך או אינו
או אינו האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:
או אינו האט געשריבן:אלהים מושיב יחידים ביתה מוציא אסירים בכושרות

איך ווייס נישט צו וועמען דו באציסט דיך, דא אינעם אשכול איז מען דן איבער עבותות אהבה נישט קיין תפיסה קייטעלעך.


געראדע דרשענען חז"ל דעם פסוק אויף שידוכים..

בכושרות=בכי ושירות

קען זיין אז ניבא ולא ידע מה ניבא
בכושרות ק/כ מתחלף.
אן די קשיא איז די תירוץ אויך א תירוץ. מוציא אסירים דאס זענען די מיידלעך בקושורות דאס זענען די אהבה קייטלעך. א קשר של קיימא אין דער זיווג זאל עולה יפה זיין ווי די ראפשיצער רב כוונה בצירוף ביידע שמות כמנין אמן.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 23, 2017 8:37 pm
דורך איסר האטלקי
או אינו האט געשריבן:אן די קשיא איז די תירוץ אויך א תירוץ. מוציא אסירים דאס זענען די מיידלעך בקושורות דאס זענען די אהבה קייטלעך. א קשר של קיימא אין דער זיווג זאל עולה יפה זיין ווי די ראפשיצער רב כוונה בצירוף ביידע שמות כמנין אמן.

אויב מאלסטו שוין יא דאן גיי שוין ווייטער, מוציא גייט ארויף אויף ז"ל (עי' אשכול הרב יואל ראטה ליתר ביאור בתוספת נפיחה משלו) און מושיב גייט ארויף אויף ביאה שלא כדרכה.

Re: אהבה קייטלען אין די תורה

נשלח: מאנטאג אקטאבער 23, 2017 8:57 pm
דורך או אינו
איסר האטלקי האט געשריבן:
או אינו האט געשריבן:אן די קשיא איז די תירוץ אויך א תירוץ. מוציא אסירים דאס זענען די מיידלעך בקושורות דאס זענען די אהבה קייטלעך. א קשר של קיימא אין דער זיווג זאל עולה יפה זיין ווי די ראפשיצער רב כוונה בצירוף ביידע שמות כמנין אמן.

אויב מאלסטו שוין יא דאן גיי שוין ווייטער, מוציא גייט ארויף אויף ז"ל (עי' אשכול הרב יואל ראטה ליתר ביאור בתוספת נפיחה משלו) און מושיב גייט ארויף אויף ביאה שלא כדרכה.
אין הכי טאקע. אין סוֹרְרִים שָׁכְנוּ צְחִיחָה וועט זייער גיט שטימען. דאס איז נישט מיין פשט, עיין מלבים.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 24, 2017 6:05 pm
דורך חקרן
אקעי, איך קום אריין דא און איך זעה אז אויסגערועט האט עס געמאכט. ער איז געווען דער ערשטער און איך דארף אים געבן די דרייסיג.

אבער אנדערש ווי דער עולם דא האט געמיינט, האבן מיר אנגעכאפט דרייסיג נישט צוליב נזירות שמשון, נאר ווייל אויך שמשון האט צוגעזאגט דרייסיג ווען ער האט געפרעגט זיין חידה "שלשים חליפות שמלות". אבער שמשון האט זיך אן עצה געגעבן, ער האט גע'הרג'עט 30 פלשתים און זיי געגעבן יענעמ'ס קליידונג. אפשר קען איך אויך אזוי טון, איינשפאנען דעם עולם צו באצאלן די לייקס פאר אויסגערועט.

אה, נאר א ווערטל, ער עט באקומען פון מיר די דרייסיג. הגם עס איז ממש שלא כדרכי.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 24, 2017 8:36 pm
דורך קורקלענד
חקרן האט געשריבן:אה, נאר א ווערטל, ער עט באקומען פון מיר די דרייסיג. הגם עס איז ממש שלא כדרכי.

אפשר כדי צו מאכן התרת נדרים? איך בין זיכער אז איר קענט טרעפן א פתח חרטה, איך האב פשוט מורא זאלסט זיך נישט חלילה באיזה אופן לערנען בעסערע מידות, ווייל ווער ווייסט וואס ס'קען אלץ צוברענגען אויב זאלט איר חס ושלום אוועק טיילן צופיל לייקס. ס'העט ליידער שולט זיין א שווערע אינפלאציע אויף די ווערד פון אדון חקרן'ס לייקס...............

נשלח: דינסטאג אקטאבער 24, 2017 8:47 pm
דורך אישתישבי
ווען איר רעדט פין בעסערע מדות, רעדט איר פין די תשע מדות?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 24, 2017 9:42 pm
דורך כפתור
אגב, ווי קומט עס טאקע אז חקרן זאל נישט האבן צוטריט צו די באהאלטענע קאמערלעך פון ק"ש? כ'האב געמיינט אז מיט פופציג זאכלעכע באקומט מען עס

נשלח: דינסטאג אקטאבער 24, 2017 10:26 pm
דורך דערוועקט
@רויטע וואנצעס ווערסיע פון עבותות אהבה
viewtopic.php?f=50&t=4915#p155170
איך האב א תאוה שטארק און פראסט,
עס ברענט געגועים א הייסע לאסט,
איז עס נשמה אדער חומר,
וואס א חילוק אם תמצא לומר,
מיין הארץ טרייבט בלוט מיט היץ,
איז עס הייליג אדער שמוץ,
מ'קען ביים שכל נישט פרעגן,
פארטעמט זענען אלע וועגן,
די ציעדיגע אהבה,
ווי הייסע זודיגע לאווע,
איך בין קראנק פאר קריבה,
נפשי חשקה בנקיבה,
ווי מאגנעטען ציען מיט כח,
צאפלט די הארץ און מח.

מבשרי אחזה אלוקי,
די תאות זענען כדי,
וואס עבותות אהבה באדייט,
די אינירליכע קייט,
אהבת דודי איז די ציל,
בין הבנות איז די משל, ס'נאר א שפיל,
א לאסט א האלז א קיש ממש קלעבן,
ווייל טאטע די געבסט אונז לעבן,
כי הוא חיינו ואהבתך אל תסיר,
מיט שטריק פון אהבה, נפשינו אסור,
איך האב דיר ליב מיט טרערן פון אהבה,
די ביסט היינט מיין נייע אנדעקטע תאוה