בלאט 1 פון 1

אריכות ימים (וועקער 10#)

נשלח: מיטוואך אקטאבער 25, 2017 12:32 pm
דורך געוואלדיג
אריכות ימים


ער האט גראדע געהאט אריכות ימים

זעהט אויס ער איז געווען א תמים

גאנצע פיר-און-צוואנציג-און-א-האלב טעג געלעבט

ווען ארום און ארום א מיסטעריע שוועבט,



א פחד אין הארץ עס טוהט רוישן

ער איז שוין ישן נושן

וועט זיין גורל זיין בעסער

אדער נישט אנדערש פונעם פאריגן מעסער,



אבער די גזירה שוין געווען פארשריבן

ער איז אויך נישט איבערגעבליבן

אין א טונקעלן נאכט אדער העלן טאג

קיין שיילער איך פארמאג

- - -



צו מיינט איהר דען

איך וועל זיי נאך טרעפן סיי ווען,

ביים פסח'דיג מאכן א אומבאקאנט ווינקל

וואו עס איז אייביג טונקל,

א הויפן שיילער פון אלע קאלירן

כסדר נעלם געווארן אויף מיינע געהירן?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 25, 2017 1:17 pm
דורך וואלווי
אפשר בינד זיי טאקע צו מיט שטריקל
אזוי ווי די טעפלעך אין בית מדרש'ל
אדער די נעגלעך שניידער אין טאהש שטעטל
גענוי ווי די פענס אויפ'ן באנק טישל

נשלח: מיטוואך אקטאבער 25, 2017 1:20 pm
דורך געוואלדיג
די קינדער ווילן דאך העלפן געוויס
אבער קענען נישט שיילן שטייענדיג אויף די פיס
אויך די גרויסע שיילן דא און דארט
יעדעס מאל אן אנדער ארט
גייט עס אהין און צוריק
און ווערן פארשוואונדן אין אן אויגן בליק.

Re: אריכות ימים (וועקער 10#)

נשלח: מיטוואך אקטאבער 25, 2017 3:49 pm
דורך מפוזרי
שכוח. זייער דערפרישנד אז דער ליטעראטור מאכט שוין פלאץ פאר א שיילער. ס'איז א סימן פון פארשריט.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 25, 2017 7:35 pm
דורך וואלווי
מפוזרי האט געשריבן:שכוח. זייער דערפרישנד אז דער ליטעראטור מאכט שוין פלאץ פאר א שיילער. ס'איז א סימן פון פארשריט.


דארפסט כאפען די עסק, כדי מער צו פארשטיין דארפסטו אנפרעגען ביי חברינו הוגה און לעיקוואד וכודומה , ס'דא יד אלוקית אין הענטעל און ווערט מצומצם אינ'ם שפיציגען חלק פון מעסער, ווען ס'ווערט פארלוירען מיינט עס אז מ'קען נישט זען יד ה', און ווען מ'צעשנייד זיך איז דאס באהאלטענע אהבה...

וועקער איז פאר אינטעלעקטואלע חברה..