בלאט 1 פון 1

דער בריאה רופט (וועקער #10)

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 10:12 am
דורך רויטע וואנצעס
ראטעוועט! שרייט ער פון דאך
באו מים! כ'בין שוואך

איך דעטרענק געוואלד!
איך בין נאקעט און קאלט

די טויט פאר די אויגן
וואסער קומט פון די שויבן

א העלד מיט א וועסטל א רויטן
קומט שווימען צום האלב טויטן

אין בין ווייס דו שווארץ
אבער די זעלבע הארץ

איד אדער גוי
איין קאליר מ'זעט היינט נאר גרוי

ווען נאטור ווייזט אירע שרעקליכע קאלירן
מענטשן ווייזן זייערע גוטע נאטורן

ווען מיט וואסער פול די גאסן
כאיש אחד די מאסן

די גאס שילדן פארדעקט, ווער ליינט
אין לעבעלס גלייבן מיר נישט היינט

פארגעס פון שטארק און שוואך
ארים, מיטל-קלאס צו רייך

די בריאה אונז א לעקציע געבן
איר אלע די זעלבע ווערד די לעבן

שעץ א צווייטע מענטש ווי דיר
מארגן וועסטו האבן וואסער ביים טיר

שפרייט אויס דיינע הענט צו די מענטשהייט מיט ליבע
מיר זענען אלע ברודער

שמייכעל, העלף און שפיר מיט
געב און זיי משפיע גוט

ווייל די בריאה צו דערמאנען די מענשטהייט
לא נבראו רעמים אלא לְפַשֵּׁט.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 4:18 pm
דורך געוואלדיג
די ארטיקל איז די בעסטע פתיחה פארן וועקער, און לייגט אראפ אין קורצע קונסטליכע שורות די בליק פונעם וועקער.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 4:35 pm
דורך יאסל ראקאווער
איך האב פארגעליינט דיין פאעזיע ווערק, "דער בריאה רופט" מער ווי איינמאל די יום טוב. צו מיין קינדער און חברים. זייער שיין. שכויעך.