בלאט 1 פון 1

List of online Rabbonim and Daynim

נשלח: מאנטאג יולי 23, 2012 10:56 pm
דורך real jew
Please add sites where one can find Daynim that can rule halacha according to orthodox jewish law. Ill start out with the following two:

http://www.asktherabbi.org/
http://www.chabad.org/asktherabbi/defau ... -Rabbi.htm

נשלח: מאנטאג יולי 23, 2012 11:03 pm
דורך שלמה_דיין
real jew האט געשריבן:Please add sites where one can find Daynim that can rule halacha according to orthodox jewish law. Ill start out with the following two:

http://www.asktherabbi.org/
http://www.chabad.org/asktherabbi/defau ... -Rabbi.htm


העי, איר זענט נאך ניי דא, אבער יעצט טרעט איר אריין אין מיין טעריטאריע! איך זע דיר עפעס אויס ווי א ראזשינקע?

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 12:17 am
דורך יידל
שאלות בהל' טהרה
http://www.yoatzot.org/ask.php

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 12:42 am
דורך אשכנ
איך בין נייגעריג אויב די עולם דא וואלט געפרעגט שאלות אנליין, און אויב יא, וואסארא סארט שאלות?

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 2:08 am
דורך אברעמעל
אויב יענער ענטפערט די שאלה מיט א לינק צו א מקור אין שו"ע אדער א אנגענומענע ספר וואס זאל זיין די פראבלעם.

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 8:23 am
דורך אשכנ
עס איז נישט קיין פראבלעם, די שאלה איז צו מ'איז באקוועם, בפרט פאר די שאלות וואס מ'וויל נישט פרעגען פנים אל פנים.

Nida Calendar

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 10:22 am
דורך real jew

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 11:21 am
דורך אשכנ
איך וואלט געראטען אז מ'זאל דורכשמוסען מיט א דיין איידער מ'ניצט די אנליין לוח צו מאכען זיכער אז עס גייט לויט די אנגענומענע מהלך אין זמנים, וסתות, וכו'.

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 4:25 pm
דורך נס קאווע
ווער פסקנ'ט היינט נאך לויטן שו"ע? יעדער דיין פסקנט לויט זיין מסורה...

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 5:14 pm
דורך יידל
נס קאווע האט געשריבן:ווער פסקנ'ט היינט נאך לויטן שו"ע? יעדער דיין פסקנט לויט זיין מסורה...

אונזער מסורה איז דען אזוי צושפליטערט?

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 5:39 pm
דורך משכיל
אלע ווייסען אז ר' שלמה דיין איז מגדולי הפוסקים

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 5:44 pm
דורך משכיל
די רבנים ציטערען פון די אינטערנעט ווייל די איינציגע זאך וואס איז זיי נאך געבליבען איז די קאלאר שטארט, ווייל לערנען קענען דאך א סאך בעלי בתים מעהר פון זיי, אויף די אינטערנעט קען מען געבען א סאך אינפארמעישען וועגען דעם הגם עס בלייבט נאך א רעינדש וואס מען דארף פרעגען,י

די פראבלעם היינט איז אז די רבנים האבען מעהר געלט ווי די בעלי בתים, און די בעלי בתים קענען מעהר לערנען ווי די רבנים,י

נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 3:41 pm
דורך שלמה_דיין
משכיל האט געשריבן:אלע ווייסען אז ר' שלמה דיין איז מגדולי הפוסקים


יע יע. איך בין דא, און צו אייער סערוויס.