בלאט 1 פון 2
מאטי שטיינמעץ נייע אלבום, "הנשמה בקרבי"
נשלח: מאנטאג אקטאבער 30, 2017 8:07 am
דורך אויערבאך
אין די קומענדיגע טעג גייט די אידישע מוזיק וועלט רייכער ווערן מיט א אלבום פונעם באקאנטן זינגער מאטי שטיינמעץ .מאטי א ווארעמער וויזשניצער אינגערמאן פארמאגט א זעלטענע שטימע, א קאמבינאציע פון א קינדערישע ילד הפלא שטימע מיטן ערוואקסענעם שלימות. מאטי האט שוין געזינגען אויף עטליכע אלבוימס ווי ותערב אויף רעכניץ און גאנץ לעצטנס פתח לנו אויף מרדכי'ס סידי, יעצט האט ער געענדיגט א פולע אייגענע אלבום וואס איז ערווארטעט צו זיין אין די געשעפטן שוין די וואך. לויט ווי כ'האב געהערט, פארמאגט די אלבום א געקליבענע קאלעקציע פון הערליכע ניגונים פון די טאפ אוו די ליין קאמפאזערס ווי יוסי גרין, מאטי אילאוויטש, פינקי וועבער, בעני הערשקאוויטש ע"ה. די ארענדזשמענטס זענען געמאכט ביי מיין פעוואריט ארענדזשער משה לאופער, רובי באנעט, יואלי דיקמאן. צוויי ניגונים פונעם סידי זענען שוין ארויס פארן פובליק "זכור ברית" און "הנשמה בקרבי". זכור איז א ווארעמער ניגון און הנשמה בקרבי איז א אמפא סטיל.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 31, 2017 1:05 am
דורך שמעקעדיג
אויערבאך האט געשריבן:לויט ווי כהאב געהערט פארמאגט די אלבוים א געקליבענע קאלעקציע פון הערליכע ניגונים פון די טאפ אוו די ליין קאמפאזערס ווי יוסי גרין, מאטי אילאוויטש, פינקי וועבער,בעני הערשקאוויטש ע"ה .די ארענדזשמענטס זענען געמאכט ביי מיין פעוואריט ארענדשער משה לאופער , רובי באנעט , יואלי דיקמאן. צוויי ניגונים פונעם סידי זענען שוין ארויס פארן פובליק "זכור ברית" .און" הנשמה בקרבי".זכור איז א ווארעמער ניגון און הנשמה בקרבי איז א אמפא סטיל ,
אין אנדערע ווערטער, אן אלבום ווי אלע נייערע אלבומ'ס.
וואס נאך איז נייעס?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 31, 2017 1:15 am
דורך קאצקע ציקער
שמעקעדיג האט געשריבן:אויערבאך האט געשריבן:לויט ווי כהאב געהערט פארמאגט די אלבוים א געקליבענע קאלעקציע פון הערליכע ניגונים פון די טאפ אוו די ליין קאמפאזערס ווי יוסי גרין, מאטי אילאוויטש, פינקי וועבער,בעני הערשקאוויטש ע"ה .די ארענדזשמענטס זענען געמאכט ביי מיין פעוואריט ארענדשער משה לאופער , רובי באנעט , יואלי דיקמאן. צוויי ניגונים פונעם סידי זענען שוין ארויס פארן פובליק "זכור ברית" .און" הנשמה בקרבי".זכור איז א ווארעמער ניגון און הנשמה בקרבי איז א אמפא סטיל ,
אין אנדערע ווערטער, אן אלבום ווי אלע נייערע אלבומ'ס.
וואס נאך איז נייעס?
אין אנדערע ווערטער איז מאטי נישט אזוי ווי אלע אנדערע זינגערס ער ברענגט עפעס מער צום טיש.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 31, 2017 10:38 am
דורך סמבטיון
ווי למשל וואס?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 31, 2017 10:43 am
דורך קאצקע ציקער
א הערליכע שטימע זינגט מיט הארץ וכו'
נשלח: דינסטאג אקטאבער 31, 2017 10:45 am
דורך סמבטיון
אזוי ווי יעדע יונגעל פון אידיש נחת קווייער, איך זעה ממש נישט די שפעציעלקייט אין זיין שטומע.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 31, 2017 10:49 am
דורך קאצקע ציקער
פון די אנדערע זייט האט ער די עדאלטנעס אין זיין שטימע וויזוי ער האלט א טאן און דאס קאמביינט צוזאמען מיט א קינדערישע שטימע איז זייער שיין
נשלח: דינסטאג אקטאבער 31, 2017 10:53 am
דורך סמבטיון
על טעם וריח אין להתוכח..
נשלח: דינסטאג אקטאבער 31, 2017 3:24 pm
דורך שמעקעדיג
קאצקע ציקער האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:אויערבאך האט געשריבן:לויט ווי כהאב געהערט פארמאגט די אלבוים א געקליבענע קאלעקציע פון הערליכע ניגונים פון די טאפ אוו די ליין קאמפאזערס ווי יוסי גרין, מאטי אילאוויטש, פינקי וועבער, בעני הערשקאוויטש ע"ה. די ארענדזשמענטס זענען געמאכט ביי מיין פעוואריט ארענדשער משה לאופער, רובי באנעט, יואלי דיקמאן. צוויי ניגונים פונעם סידי זענען שוין ארויס פארן פובליק "זכור ברית", און" הנשמה בקרבי". זכור איז א ווארעמער ניגון און הנשמה בקרבי איז א אמפא סטיל
אין אנדערע ווערטער, אן אלבום ווי אלע נייערע אלבומ'ס.
וואס נאך איז נייעס?
אין אנדערע ווערטער איז מאטי נישט אזוי ווי אלע אנדערע זינגערס ער ברענגט עפעס מער צום טיש.
אודאי יעדער זינגער האט זיך זיין מעלה, און נישט אויף זיין פערזענליכקייט אדער שטימע האב איך זיך באצויגן. קוק וועלכע חלק איך האב געקוואוט וועסטו בעסער פארשטיין. יעדע נייע אלבום טוט זיך אויף אז זיי האבן ספעציעל געקליבענע ניגונים טאפ אף דע ליין, בעסטע קאמפאוזערס און ערענדזשערס וכו' וכו', איך קען שוין די דרשה אויסענווייניג.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 31, 2017 4:00 pm
דורך אויערבאך
האסט שוין געהערט דעם סידי? נישט יעדער איז מוזיקאליש און ווי סמבטיון האט געשריבן על טעם וריח אין להתווכח .סאיז דא גענוג אשכולות דא אויף אנדערע נושאים אזויווי די "מאמענט"אשכול וואס רעדט נישט צו מיר און איך בין טאקע נישט מגיב דארט , איך האב געעפנט דעם אשכול פאר מוזיק ליבהאבער צו האבן א שמועס אופן אלבוים ,וואס נאך איז נייעס?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 05, 2017 12:46 am
דורך פעינטער
לויפט אין קויפט דאס סידי סווערט אלע געלטער
א שיינע חאסידישע דיסק ווי קיינמאל בעפאר
די ניגינים איינס נאכען צווייטען איז שיין אין הארציג
ער ווייזט פאר די מיוזיק וועלט אז אפילי סיס חאסידיש געזינגען מיט נאר א חסידישע הברה איז עס נאך אלץ שיין מדארף זיך נישט געפעלן פאר די אנדערע קרייזן.
נישט פארגעסען ער ווארפט נאך אריין זיין וויזניצע ווארעמקייט
יואוי רייסט ער שטיקער .
נשלח: זונטאג נאוועמבער 05, 2017 12:56 am
דורך איסר האטלקי
אויב זעט מען אים נישט בשעת'ן זינגען, איז גארנישט אינטערעסאנט...
נשלח: זונטאג נאוועמבער 05, 2017 1:44 am
דורך פעינטער
איך דיסעגרי מיט דיר
ווייל ער זינגט זייער פאלטש לייוו
ער מאכטזיך ערענסט
אויב די הערסט איהם נאר זעיסטי נישט די פאלטשקייט אין סרייסט שטיקער
נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2017 1:44 am
דורך ליפא
שטיינמעץ האט געהאט א קינד
נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2017 1:45 am
דורך קורקלענד
מזל טוב!
נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2017 2:48 am
דורך קלוגע יודל
מזל טוב! ר' מרדכי שטיינמעץ האט געהאט א מיידעלע!
נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2017 11:26 am
דורך שלמה המלך
.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2017 12:34 pm
דורך יין שרף
פראק נישט אויס א פריוואטן מענטש! קיינעם'ס ביזנעס דא.
Re: מאטי שטיינמעץ נייע אלבום, "הנשמה בקרבי"
נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2017 8:35 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
איז עס דאס מאל יא אמת?
שוין געוועהן אזא שמועה אפשר איז דאס די צווייטע?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2017 9:03 pm
דורך קאצקע ציקער
מוטי'ס סידי איז עכט א קלאסישע סידי הערליכע ארבעט שיינע ניגונים איינס ביי איינס הערליכע ערענדזמענטס מיט מיוזיק ממש ביוטעפול
נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2017 10:22 pm
דורך אויערבאך
קאצקע , סא שאד די צייט דער עולם דא איז נישט אינטא מאטי .פינטל
Re: מאטי שטיינמעץ נייע אלבום, "הנשמה בקרבי"
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 2:23 am
דורך קלוגע יודל
אויערבאך האט געשריבן:קאצקע , סא שאד די צייט דער עולם דא איז נישט אינטא מאטי .פינטל
וואס עפעס?
ביי @אויערבאך איז מען פארנומען מיט הפגנות, אבער רוב שלומי אמוני ישראל האבן אביסל צייט פאר שיינע מוזיק.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 4:22 pm
דורך סקרן
איך האב געהערט די טעיפ ס'איז הערליך לענ"ד א חידוש אז אזא שיינע זינגער קען נאך אין היינטיגע טאג ארויסגעבן אזא חסידישע טעיפ טאמער האלט ער זיך ווייטער אויף דעם טרעק קען ער זיין די אופקאמינג אייזיק האניג
{איך דיסקוסיר נישט טאמער ס'איז גערעכט אדער נישט אבער פאר די {חסידישע} אידען וואס נעמען נאר אריין געוויסע זינגער'ס טעיפ'ס אינדערהיים איז דאס א געווינס
כנלענ"ד