בלאט 1 פון 3
כעמישע קאסטראציע אין גור, פנים אמיתיות-אמנון לוי
נשלח: מאנטאג אקטאבער 30, 2017 9:26 pm
דורך שושן פורים
עס איז שוין מערערע מאל גערעדט געווארן איבער די מהלך אין גור צו באהאנדלען ענייני קדושה ביי בחורים מיט פילן וכדו.
אמנון לוי פון פנים אמיתיות באשטעטיגט דאס אין א פרישע הארצרייסנדע דאקומענטרי מיט א געוועזענע גור'ע בחור פיני לאנדוי.
אנדערש ווי ביז היינט ווען עס איז בלויז געווען ווערטער פון נושרים וואס מאנכע האבן געלייקנט, שטעלט אמנון אהער א גאר גוטע אינוועסטיגאציע ארבעט, שיקט אראפ דעם בחור מיט א באהאלטענע קאמערא זיך טרעפן מיטן משגיח וועלכע האט איהם געשיקט צו די באהאנדלונג, יענער באשטעטיגט אלעס און זאגט אז פילע אנדערע גייען אדורך די באהאנדלונג, זיי טרעפן זיך מיטן דאקטאר וואס האט פארשריבן דעם איינשפריץ וכו'
זעהט און שטוינט
נשלח: מאנטאג אקטאבער 30, 2017 10:21 pm
דורך סמבטיון
א שרעק, איך קען נאר זאגן איין זאך, לכאורה וועט ער אין ערגעץ נישט אנקומען מיט זיינע תלונות, גור האט א געוואלד מיט פאוער און מאכט אין ארץ ישראל, און אפילו נאכן ווערן עקספאוזד פאר די וועלט וועט זיך גארנישט טוישן דארטן.
אגב ליטוואק, קענסט מאשר זיין וואס זיי זאגן דארט בשם די סטייפעלער זצ"ל אז ווער עס האלט די תקנות פון גור "יירש גיהנום" ??
נשלח: מאנטאג אקטאבער 30, 2017 11:54 pm
דורך ביבער
סמבטיון האט געשריבן:א שרעק, איך קען נאר זאגן איין זאך, לכאורה וועט ער אין ערגעץ נישט אנקומען מיט זיינע תלונות, גור האט א געוואלד מיט פאוער און מאכט אין ארץ ישראל, און אפילו נאכן ווערן עקספאוזד פאר די וועלט וועט זיך גארנישט טוישן דארטן.
עקספאזשור, הגם סיז א שטארקער מעטאד, איז עס אבער לאו דוקא די דרייווינג פארס. די עיקר שאלה איז ווי ווייט מענטשן ווערן אונטערדרוקט און ווילאנג זיי ווילן אויסהאלטן. אבער ווילאנג מענטשן ליידן איז א טויש אומפארמיידבאר.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 31, 2017 12:44 am
דורך וואלווי
ביבער האט געשריבן:סמבטיון האט געשריבן:א שרעק, איך קען נאר זאגן איין זאך, לכאורה וועט ער אין ערגעץ נישט אנקומען מיט זיינע תלונות, גור האט א געוואלד מיט פאוער און מאכט אין ארץ ישראל, און אפילו נאכן ווערן עקספאוזד פאר די וועלט וועט זיך גארנישט טוישן דארטן.
עקספאזשור, הגם סיז א שטארקער מעטאד, איז עס אבער לאו דוקא די דרייווינג פארס. די עיקר שאלה איז ווי ווייט מענטשן ווערן אונטערדרוקט און ווילאנג זיי ווילן אויסהאלטן.
אבער ווילאנג מענטשן ליידן איז א טויש אומפארמיידבאר.
די פאקט אז אינענווענדיגע קראנקע התנהגות גייט פאבליק וואס מער ווי די צייט גייט אריבער אזוי ווי מ'זעט אין די לעצטע פאר יאר דאס אליינס ווערט פארעכענט אז מענטשען קענען שוין נישט ליידען מער.
ס'גייט טאקע זייער שטייט, אבער אסאך זאכען וואס מ'האט אמאל געמיינט מ'קען אזוי דערקוועטשען דעם עולם איז שוין נישט אזוי גרינג.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 31, 2017 6:04 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
סמבטיון האט געשריבן:א שרעק, איך קען נאר זאגן איין זאך, לכאורה וועט ער אין ערגעץ נישט אנקומען מיט זיינע תלונות, גור האט א געוואלד מיט פאוער און מאכט אין ארץ ישראל, און אפילו נאכן ווערן עקספאוזד פאר די וועלט וועט זיך גארנישט טוישן דארטן.
אגב ליטוואק, קענסט מאשר זיין וואס זיי זאגן דארט בשם די סטייפעלער זצ"ל אז ווער עס האלט די תקנות פון גור "יירש גיהנום" ??
איך זעה נישט די ווערטער אין די באקאנטע בריוו קעגען די גערער תקנות, אבער שארף רעדט ער דארט. יעדער ליטווישער שנה ראשונה יונגערמאן לערנט יענע בריוו, כאטש איין מאל.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 31, 2017 9:43 am
דורך אויערבאך
הארצרייסענד . און פאר דעם אכזרישן דאקטער האב איך איין שאלה: וואס נעמט איר צו צוימען אייערע מחשבות זרות??
נשלח: דינסטאג אקטאבער 31, 2017 9:58 am
דורך דערוועקט
אויב דאס איז געווען א הוילע פארדאכט באזירט בלויז אויף דאס באזיסן א סמארטפאון שטעלט אייך פאר וואס פאסירט ווען מכאפ'ט איינעם טון א מעשה בפועל איך גלויב שווער אז מלאזט יענעם דערנאך מיט גאנצע איבר'ים וד''ל
נשלח: דינסטאג אקטאבער 31, 2017 10:04 am
דורך סמבטיון
איז פארהאן ביינונז א גערע חסיד וואס קען קאמאנטירן אויף דעם דאקעמענטרי?
Re: כעמישע קאסטראציע אין גור, פנים אמיתיות-אמנון לוי
נשלח: דינסטאג אקטאבער 31, 2017 10:45 am
דורך דער גאלדענער אדלער
ס'שוידערלעך און הארצרייסענד, צו זעהן ביז ווי (ולא ביז בכלל) קענען חסידישע אידן דערקייקלן און אלץ למען החסידות, כ'האב נישט געקענט וואטשן מער ווי אכט מינוט, ס'שרעקעדיג
נשלח: דינסטאג אקטאבער 31, 2017 10:52 am
דורך קאצקע ציקער
סמבטיון האט געשריבן:איז פארהאן ביינונז א גערע חסיד וואס קען קאמאנטירן אויף דעם דאקעמענטרי?
א גורע חסיד האט מיר אמאל פארציילט אז אלטץ בחור פערצען פיפצען יאר אלט רופט דער מנהל אריין דעם בחור און פרעגט פערזענליכע פראגעס
נשלח: דינסטאג אקטאבער 31, 2017 11:33 am
דורך סמבטיון
דאס האט מיין משגיח מיר אויך געטוהן
נשלח: דינסטאג אקטאבער 31, 2017 11:42 am
דורך דער גאלדענער אדלער
קאצקע ציקער האט געשריבן:א גורע חסיד האט מיר אמאל פארציילט אז אלטץ בחור פערצען פיפצען יאר אלט רופט דער מנהל אריין דעם בחור און פרעגט פערזענליכע פראגעס
קאצקע צוקער: כ'האב נייעס פאר דיר, אז אין סאקמער האט מען אויך געקענט אריין רופן און אפילו ביי א אינגערע עידזש, היינט צו טאגס ווייס איך נישט צו מען טוט עס נאך.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 31, 2017 11:54 am
דורך סמבטיון
נישט נאר אין סאטמער, לכאורה אין אלע חסידישע ישיבות,
נשלח: דינסטאג אקטאבער 31, 2017 12:17 pm
דורך berlbalaguleh
אויערבאך האט געשריבן:הארצרייסענד . און פאר דעם אכזרישן דאקטער האב איך איין שאלה: וואס נעמט איר צו צוימען אייערע מחשבות זרות??
אויערבאך: די קעש וואס ער קאסירט איין פון די אלע טריעטמענטס וואס ער געט פאר די בני הקהילה. די אומשולדיגע צאן קדשים, וועלכע טוען אלעס פאר'ן..."רעבי'ן"...יעצט זאגטס מיר רבותיי מיט וואס די גערער בהמות און רשעים זענען ווייניגער קולט ווי לב טהור, אדער די אנדערע קולטן וועלכע האבן זיך געמאכט ביי כלל ישראל אין משך פון דורות...!
נשלח: דינסטאג אקטאבער 31, 2017 12:35 pm
דורך ונבנתה העיר
דער משגיח געפעלט מיר גראדע, וכן משמע מדברי פיני.
איין זאך פארשטיי איך נישט. דאס קאכעריי אינ'ם סירוס כימי טערמין זעט מיר אויס זייער מיסליעדינג. עס איז לכאורה נאר אויף ווי לאנג מ'נעמט די זריקה (ועוד כמה חדשים), נישט אזוי?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 31, 2017 12:41 pm
דורך אפטעמיסט
כ'דענק נישט זען אדער הערן עפעס לעצטענס וואס זאל מיר אזוי אויפשוידערן. א פחד א שרעק.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 31, 2017 12:47 pm
דורך [NAMELESS]
נשלח: דינסטאג אקטאבער 31, 2017 12:50 pm
דורך [NAMELESS]
ונבנתה העיר האט געשריבן:דער משגיח געפעלט מיר גראדע, וכן משמע מדברי פיני.
איין זאך פארשטיי איך נישט. דאס קאכעריי אינ'ם סירוס כימי טערמין זעט מיר אויס זייער מיסליעדינג. עס איז לכאורה נאר אויף ווי לאנג מ'נעמט די זריקה (ועוד כמה חדשים), נישט אזוי?
דער ראש פונעם איגוד הפסיכיאטרים זאגט דארט אז עס קען יא מעגליך זיין פערמענענט דעמעדזש.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 31, 2017 1:30 pm
דורך berlbalaguleh
ונבנתה העיר האט געשריבן:דער משגיח געפעלט מיר גראדע, וכן משמע מדברי פיני.
איין זאך פארשטיי איך נישט. דאס קאכעריי אינ'ם סירוס כימי טערמין זעט מיר אויס זייער מיסליעדינג. עס איז לכאורה נאר אויף ווי לאנג מ'נעמט די זריקה (ועוד כמה חדשים), נישט אזוי?
ונבנתה העיר: א ראיה צו דיין טעאריע. ווייל די מאמע פונ'ם בחור איז אויכעט זייער העווי/אביעס. וואס...?זי האט אויכעט גענומען די איינשפריצונג...?! אלא מאי . זייער בי.עם.איי..(באדי מעסס אינדעקס) איז זייער הויעך אלץ א גענעטישע ערשיינונג..! ס'איז אבער נאכאלץ שווער וויאזוי נעמען זיך די אויטאריטעטן אין גור די חוצפה צו שפיעלן זיך מיט די הארמאנס און פסיכישן צוזאמענשטעל פון די בחורים...!
נשלח: דינסטאג אקטאבער 31, 2017 2:32 pm
דורך גראף
וואס האט מען געטיען אמאל פאר עס זענען געווען די אלע ''טריטמענטס''? יעצט ווערט מען שוין נישט מגולגל? אכשר דרא.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 31, 2017 3:14 pm
דורך אישתישבי
סירוס איז אסור מדאורייתא.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 31, 2017 3:34 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דאס איז נישט געטוהן לשם החסידות. זיי גלויבען אז דאס איז עבודת ה'. די חסידות האט עס זיי אויסגעלערנט. ס'איז שרעקליך, אבער נישט די זעלבע זאך.
Re: כעמישע קאסטראציע אין גור, פנים אמיתיות-אמנון לוי
נשלח: דינסטאג אקטאבער 31, 2017 3:41 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
אישתישבי האט געשריבן:סירוס איז אסור מדאורייתא.
גניבה, גזילה, אונאה, איז אויך אסור מדאורייתא, און?