בלאט 1 פון 1
זמן שמחתינו במשנת קאנט (וועקער 10)
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 01, 2017 9:06 pm
דורך געוואלדיג
איך ווייס נישט ווער @אברהם בענעדיקט איז, עס איז מיר נאר א וואונדער אז אזא טיפע ארטיקל האט נאכנישט זוכה געווען צו קיין אשכול דא,
א גרויסן דאנק הרב בענעדיקט, האסט מיר אריינגעשיינט א פרישע באדייט אינעם יו''ט.
Re: זמן שמחתינו במשנת קאנט (וועקער 10)
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 01, 2017 9:38 pm
דורך מפוזרי
טאקע א הערליכער ארטיקל! אבער זיין הוכחה אויפן נומענען איז מיר גארנישט אזוי מוכרח.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 01, 2017 9:53 pm
דורך קורקלענד
זייער א גוטע ארטיקל. שטארק הנאה געהאַט. ס'האט געהאט אן אמת'ע רושם אין מיין צוגאנג צום לעבן. זייער גוט געשריבן און קלאר ארויסגעברענגט.
קאנט'ס פילעזאפיע האט זיך ביי מיר געלייגט אויפן שכל אסאך בעסער ווי בענעדיקט'ס אנדערע ארטיקל אין פיליזאפיע פון שפינוזא. נישט אז איך האלט אז איינס פרעגט דווקא אפ דער אנדערער. איך זאג נאר אז שפינוזא'ס טעאריע'ס איז מיר עפעס נישט איבערצייגענד אדער.....
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 01, 2017 10:02 pm
דורך קורקלענד
מפוזרי האט געשריבן:טאקע א הערליכער ארטיקל! אבער זיין הוכחה אויפן נומענען איז מיר גארנישט אזוי מוכרח.
זיין הוכחה איז אן הוכחה אז ס'נישט שייך מוכיח צו זיין.....
Re: זמן שמחתינו במשנת קאנט (וועקער 10)
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2017 9:40 am
דורך מפוזרי
מיר האט אויסגעזען ווי ער שרייבט אז מ'קען עס יא מוכיח זיין און אז ער האט עס טאקע געטון. מ'קען טאקע נישט אריינרעדן אויפן מהות פון דער נומענאן, אבער דער מציאות דערפון איז מוכרח, לדעתו.
איך וועל ציטירן אפאר שורות פון אות ג':
"א סעקולערער אויסקוק איז מופרח מצד עצמו ומצד המציאות."
"דאס איז סתם א יסודות'דיגער טעות אין אונזער עקזיסטענץ, און דער אמת איז פארקערט. דער יסוד פון דער בריאה איז דער דבר נצחי, ווייל דאס וואס מען קען נישט מגדיר זיין מוז בעל כרחך זיין דער יסוד פון יעדער זאך אין דער בריאה"
איך בין מסכים מיט אלץ וואס ער זאגט, אבער וואס איז דער 'בעל כרחך'?
"מען דארף נישט קיין באווייזן אז נצחיות עקזיסטירט ווייל אן דעם קענסטו נישט רעדן פון גארנישט."
ווער הייסט דיך רעדן?
כאמור, זאגט ער זייער גוט, נאר איך זע נישט די הכרח.
זמן שמחתינו במשנת קאנט (וועקער 10)
נשלח: דינסטאג אפריל 21, 2020 7:41 pm
דורך מי אני
ארטור שאופענהאוער האט געהאלטן אז מ׳קען נישט זאגן אז די אומזעהבארע
נומענאן איז ״
גורם״ די
פענאמענאן וואס דאס זעהן אונז און קענען פערסיווען; אז זיי זענען דיסטינקט. ענדערשער האט געזאגט איז דאס מער דומה צו א פינק/ניצוץ און עלעקטריק. דהיינו, די ניצוץ
איז יא ממש די עלעקטריק, די חילוק איז נאר אז ״עלעקטריק״ איז די אבסטראקט קאנצעפט און די ״ניצוץ״ איז די הרגשה׳דיגע קאנצעפט ממש דערפון; עס איז פשוט אזוי ווי צוויי זייטן פון די זעלבע מטבע. די זעלבע איז ביי די שורש הדבר/
נומענאן פון א זאך ביחס צו איר
פענאמענאן; די
נומענאן איז בעצם
יא ניתן להשגה און מ׳האט בעצם צוטריט דערצו.
ועיין עוד מ
כאן ולהלן.