בלאט 1 פון 1

ויהי אחרי המבול אין שטאט מאנסי -ראקלענד קאנטי

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 08, 2017 9:22 am
דורך ימים ידברו
את אשר יגרנו באה, דער אמטירענדע קאנדיאט, עד דעי, האט געווינען זייער שטארק! עס הערשט א שטארקע ווייטוג, אין דער היימישער ציבור מ'האט געטון כל מה שביכלתינו, אבער שערי שמים זענען געווען ליידער פארקלאפט, און ער איז אריינגעקימען מיט א לענדסלייט, וואס ווייטער? ווי אזוי וועט מען עקזיסטירען די קומענדיגע 4 יאר מיט זיינע בייזוויליגע פלענער אקעגין דעם כן ירבה וכן יפרוץ,
פון צווייטען זייט האט די לאקאלע פאלטישענס געווינען, די טאון וועט אנהייבען א נייע צייט נאך די צרות וואס מיר האבען געהאט נישט האבענדיג קיין געהריגע טאון די לעצטע יאר און א האלב, מוועט קענען ווייטער בויען און טוען, לויט וויפול די קאנטי וועט נישט שטערען,
ביז אהער איז פלעין די נייעס ווי אזוי ס'זאגט זיך אין די היימישע גאס און די היימישע מקוואות,
אבער רבותי אפשר איז געקימען א צייט אויף חשבון הנפש,
און איך וויל פרעגען א פאר קשיות, תמכתי יסודתי אז די סאטמאר רבי ז"ל האט אויך געזאגט די נשוא תורה הערשט נאך די מלחמה, יעצט צום ענין אז ער האט געווינען מיט אבט אדער צען טויזענט וואיטס, איז דא געווען א שלעכטע רעכנוג, וואס גייט דא פאר? קענען נישט די עסקנים שאצען פונקטליך פון פאראויס די מצב?
אויב זיי האבען יא געוויסט די רעזאלטס, וואס האבען זיי געטון ? זיי האבען אונז געפירט צוט א פארלוירענע מלחמה?
די תוצאות פון אזא מלחמה איז דען גיט פאר אידען?
האבען די גדולי הדור עיני העדה דן געווען אז אזוי דארף מען טוען בעת כזאת, אין גלות?
ווער איז די דעת תורה דא?
איך וויל הערען די דעת הקהל אויף די קשיות און איך וועל בעניי זיך נאך צוריק קערען מיט מער אקטועלע פראגעס, וואס האפענטליך וועט דאס ענדערען די צוגאנג פון אונזערע טראכטען גאנג, מער פראקטיש און אויסגעהאלטען מענטשליך און תורה דיג עסט א פיינע פרישטאג! שכוח