בלאט 1 פון 1

קלמן יעגער קאונסלמאן אין 44 דיסטריקט

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 08, 2017 12:21 pm
דורך ווייל אזוי
פיר שווערע יאר איז ערווארטעט אויף די בארא פארק אומגעגנט נאכדעם וואס קלמן יעגער האט געוואונען די קאונסלמאן וואלן.

קוקנדיג אויף קלמן קען מען זעהן זיין בייסיגע אויגן אויף אונזער קאמיוניטי, ווי ער איז דא יעדעם צו אונטער רייסן.

קלמן האט אין זיין ערשטע שמועס נאכ'ן געוואונען די וואלן געפילט פאר וויכטיג צו זאגן אז ער גייט מאכן זיכער אז ס'נאר דא איין הצלה, איין שומרים, ער גייט מאכן יונייטעד צווישן אונזער קאמיוניטי.

איינער האט איהם געפרעגט?.. זאל ער זיך גיין מישן ביי סענאטעישן, טרעפיק און נאך אישוס וואס באדערן די שטאט און זאל ער זיך ארויסלאזן פון די היימישע פאליטיק.

באלד וועט ער נאך זאגן אז ס'איז דא נאר איין באבוב אויך.

עולם גולם האט געוואוט און יעצט וועט מען ליידן..........

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 08, 2017 12:40 pm
דורך כלבאשבוע
יוני הייקינד האט געטון א געוואלדיגע טובה פאר בארא פארק וויל אן זיין לויפן וואלט יעגער אינגאנצן נישט געפילט קיין שום התחייבות צו די וויילער, יעצט איז מעגליך אז יא, אולי ואולי

לגבי באבוב 45 איז אבער אנדערש, גרינפעלד איגנארירט (און שטערט) זיי שוין יארן און פון יעגערס רעדן נאכן זיג איז שטארק משמע אז ער גייט ממשיך זיין מיט דעם מהלך

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 08, 2017 12:42 pm
דורך רויטע וואנצעס
ווייל אזוי האט געשריבן:
קלמן האט אין זיין ערשטע שמועס נאכ'ן געוואונען די וואלן געפילט פאר וויכטיג צו זאגן אז ער גייט מאכן זיכער אז ס'נאר דא איין הצלה, איין שומרים, ער גייט מאכן יונייטעד צווישן אונזער קאמיוניטי.



אפשר קען מען אים אויך בעטן אז ס'זאל נאר זיין איין אשכול אויף די נושא..

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 3:49 pm
דורך א-שופר-איז-א-שופר
ווייל אזוי האט געשריבן:פיר שווערע יאר איז ערווארטעט אויף די בארא פארק אומגעגנט נאכדעם וואס קלמן יעגער האט געוואונען די קאונסלמאן וואלן.

קוקנדיג אויף קלמן קען מען זעהן זיין בייסיגע אויגן אויף אונזער קאמיוניטי, ווי ער איז דא יעדעם צו אונטער רייסן.

קלמן האט אין זיין ערשטע שמועס נאכ'ן געוואונען די וואלן געפילט פאר וויכטיג צו זאגן אז ער גייט מאכן זיכער אז ס'נאר דא איין הצלה, איין שומרים, ער גייט מאכן יונייטעד צווישן אונזער קאמיוניטי.

איינער האט איהם געפרעגט?.. זאל ער זיך גיין מישן ביי סענאטעישן, טרעפיק און נאך אישוס וואס באדערן די שטאט און זאל ער זיך ארויסלאזן פון די היימישע פאליטיק.

באלד וועט ער נאך זאגן אז ס'איז דא נאר איין באבוב אויך.

עולם גולם האט געוואוט און יעצט וועט מען ליידן..........


לא עלינו, נאר תפילות קען העלפען

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 6:05 pm
דורך קורקלענד
רויטע וואנצעס האט געשריבן:
אפשר קען מען אים אויך בעטן אז ס'זאל נאר זיין איין אשכול אויף די נושא..

באלד וועט ער זיך אריינלייגן דערינען, דערנאך וועט ער באמערקן אז ס'איז דא צוויי אידישע פארום'ס. און נאך לאנגע חקירות ודרישות וועט ער געוואויר ווערן אז פון די פארום איז פאר איהם נישט ארויסגעקומען צופיל שטיצע, אבער ווידער די אנדערע דארף ער שטארק מכיר טוב זיין פון פארמעקן זיין אשכול ביי די וואלן. דעריבער קען ער אונז נאך אינגאנצן אונטערברענגן..... איך מיין אז בעסער זאל ער נאר שטיין ווייט און גארנישט אינטערווענירן.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 3:47 am
דורך berlbalaguleh
ואני אומר: אז הרהגה"צ ר' קלמן יעגער שליט"א באוואוסט אלס ירא שמים מרבים וועט נאך זאגן א דרשה ביים דינער פון די סאטמאר'ע מוסדות מוצש"ק פ' ויצא. אויך ביי כ"א כסליו וועט ער רעדן...!