בלאט 1 פון 1

Re: אונז זעמיר מעכטיג!

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2017 10:50 am
דורך החוקר
ווילסט עכט וויסן? דיינע ערווארטונגען זענען צי הויך.
אונזערע צייטונגען זענען נישט קיין נייעס קוועלער, זיי זענען פראפעגאנדע בלעטער. איז סתם לשם נייעס איז עס נישט אינטערעסאנט צו שרייבן.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2017 12:22 pm
דורך [NAMELESS]
.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2017 12:40 pm
דורך berlbalaguleh
העניך: ס'קען טאקע זיין אז איינס פון די הויפט סיבות פארוואס די היימישע צייטונגען באריכטן נישט אזעלכע נעגאטיווע געשעענישן ווי דער דורכפאל ביי די וואלן. אין מאנסי-ספרינג וואלי-ראמאפא. און כש"כ די נעגאטיווע ערשיינונגען ביי מוסדות און סוחרים, און יחידים, איז , אזוי ווי דו אליינס האסט דערמאנט אז מ'היעט זיך פון קומען צו לשה"ר און רכילות. ווייל די פרייע צייטונגען אין א"י און די גוי'אישע פרעסע בכלל האבן נישט אט די צוימונגען. און זיי דרוקן סיי וועלכע לשה"ר אדער רכילות איבער יחידים און א רבים. אן קיין שום צוריקהאלט.פארקערט. זיי קוקן דאס אן ווי א באנוס וואס פארקויפט א סאך צייטונגען. ..!

לאמיר נאר געבן א קוק איבער די לעצטיגע וואלן וועלכע זענען אפגעהאלטן געווארן פאר גאווערנאר פן ניו דזשערזי און אנדערע אפיציעלע אמטן. וויפיל קיתונות של שופכין מיט די ערגסטע באשולדיגונגען און ליצנות פון איין קאנדידאט אויפ'ן צווייטן, זענען פארגאסן געווארן. משא"כ ביי אונז. אפילו ס'איז געווען רייבערייען צווישן די קאנדידאטן און זייערע אנהענגער/מיטארבעטער. און מ'האט א ביסל מגזים געווען (או.קעי. מע-גא-זעם) סיי אין די מעלות פונ'ם אייגענעם קאנדידאט און סיי די חסרונות פונ'ם צד שכנגד. ס'איז אבער דאך ב"ה נישט צוגעקומען צו די דיוטא התחתונא פון די אלגעמיינע (גוי'אישע) וואלן. דאס איז לויבנסווערט...!

לפענ"ד וועגט די מעלה (פון טוהר המידות) איבער דעם חיסרון פון נישט באריכטן נעגאטיווע געשעענישן און ערשיינונגען דורך יחידים און מוסדות. ווייל סוכ"ס קומט די וויכטיגע נייעס אן צום עולם דורך די היימישע נייעס קוועלער. קרי..."מקוה נייעס". און "ביהמ"ד קופקעס". און אפילו עטליכע היימישע גראסעריס וואס איך קען. וועלכע זענען א צענטער פאר אלע אידישע נייעסן...!

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2017 1:36 pm
דורך Gimpel
ווערט האט נישט אינטרנט

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 5:10 am
דורך berlbalaguleh
גערעכט:...!