בלאט 1 פון 1

איך קום ארויס מיט א סידי

נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2017 4:11 am
דורך ווייל אזוי
איך האב מחליט געווען אז יא איך קום ארויס מיט א סידי.

איך בין טאקע נישט די בעסטע זינגער אבער איך האב שוין געזינגען דא און דארט, א שטייגער ווי אין חדר ביי די פורים שפיל, אדער אמאל א חדר קווייער, איך האב שוין אפילו געזינגען אמאל ביי א משפחה שמחה ביי מצוה טאנץ, בקיצור איך קען אביסל האלטן א טאן און מיין קול איז אויך נישט שלעכט.

מ'גייט צאמנעמען 11 שיינע ניגונים, איך גיי הייערן א פוירדאסער, די בעסטע שפילער, און א שיינע קווייער, אויך גיי איך בעטן די מלחינם אז זיי זאלן אויך זינגען אויפן סי-די.

צווישן די מלחינם מיט די קווייער וועט מיין שטימע נישט צופיל אויסמאכן די עיקר איז אז יעדע ניגון זאל האבן א נייע חידוש און שלום כל ישראל.

מ'דארף נאר אויך מאכן א שיינע קאווער און עס גוט מארקעטן.

די פלענער זענען גרייט איך זיך נאר יעצט אן אינוועסטאר.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2017 9:38 am
דורך קורקלענד
נו. געגאנגען. מאך א גאו פאנד מי בלעטל און די עולם זאל זיך ווארעם אנרופן.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2017 12:10 pm
דורך סמבטיון
היינט איז די סטייל צו לייגן פון זיך א בילד אויפן דעקל, אויב ביזטו גענוג שיין אדער קאאל, קען מען שוין אנפאנגן ארבעטן דערויף.

Re: איך קום ארויס מיט א סידי

נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2017 12:52 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
סמבטיון; כ'מיין אז א חלק פון די געלט וואס דו גייסט מאכן ביי ביטקוין זאלסטו אינוועסטן אינעם נייעם סידי פון "ווייל אזוי" און קורקלענד גייט עס פארקויפן ביי קאסטקא פאר א האלסעיל פרייז, און איך גיי עס אנצינדן אויף הויך הילכערס אום פורים און די גאס וועט קנאקן

נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2017 2:56 pm
דורך ווייל אזוי
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:סמבטיון; כ'מיין אז א חלק פון די געלט וואס דו גייסט מאכן ביי ביטקוין זאלסטו אינוועסטן אינעם נייעם סידי פון "ווייל אזוי" און קורקלענד גייט עס פארקויפן ביי קאסטקא פאר א האלסעיל פרייז, און איך גיי עס אנצינדן אויף הויך הילכערס אום פורים און די גאס וועט קנאקן


האב איך שוין איין קאסטומער אויך :like

נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2017 3:31 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
מער פון דעם, האסט שוין אן אינוועסטאר אויך!

און ביי די וועי אויב די דיעל ארבייט זיך אויס, ברויך איך קאמישן פאר די גוטע עצה, די קאמישן קענסטו גלייך מנדב זיין פאר אינזער קהילה און ס'זאל זיין לעילוי נשמת די אלע טראללערס וואס זענען נעבעך ארויס געקאפעט געווארן ב"ה פונעם שטיבל.

צוויי זינגער

נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2017 4:29 pm
דורך ווייל אזוי
איך האב היינט געטראכט פון נאך א חידוש פאר מיין סי-די, אז איך זאל האבן נאך א זינגער מיט מיר ס'זאל זיין צוויי זינגער וואס זאלן הערליך אראפזינגען אלע שטיקלעך וואס די מלחינם און די קווייער גייען נישט זינגען.....

מיין נקודה דא איז איינס אז 90 פראצענט רעיט מען די ניגון, מלחין, מיוזיק, אינטרא, וכו' אבער מ'קימערט זיך גאנץ ווייניג אויף די זינגער'ס שטימע, דעטס איט.....

נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2017 4:31 pm
דורך ווייל אזוי
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:מער פון דעם, האסט שוין אן אינוועסטאר אויך!

און ביי די וועי אויב די דיעל ארבייט זיך אויס, ברויך איך קאמישן פאר די גוטע עצה, די קאמישן קענסטו גלייך מנדב זיין פאר אינזער קהילה און ס'זאל זיין לעילוי נשמת די אלע טראללערס וואס זענען נעבעך ארויס געקאפעט געווארן ב"ה פונעם שטיבל.


איך האב נישט באקומען גענוג לייק'ס ס'זאל זיך מיך לוינען עס ארויסצוגעבן :o

נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2017 4:45 pm
דורך הוגה
איך מיין אז דו זאלסט דיך דורכרעדן מיט שאכי, ער האט אסאך עקספיריענס אין דער פעלד.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2017 4:59 pm
דורך אוהב ספרים
מען דארף שוין נישט האבין קיין ניגונים

גענוג אז מען זאגט דזאכע פאכע לאכע ראכע, און די האסט א ניגון

Re: איך קום ארויס מיט א סידי

נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2017 8:29 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
אוהב ספרים האט געשריבן:מען דארף שוין נישט האבין קיין ניגונים

גענוג אז מען זאגט דזאכע פאכע לאכע ראכע, און די האסט א ניגון


פארפאלען דעס ווענדט זיך ווער סזאגט עס.