בלאט 1 פון 1
קאווע שטיבל דרייוו
נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2017 5:57 pm
דורך טרויבן88
.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2017 6:05 pm
דורך טרויבן88
.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2017 6:39 pm
דורך מיש-נייעס
Re: קאווע שטיבל דרייוו
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 10:37 am
דורך טרויבן88
די מעשה איז אזוי, אזוי עס איז דא אסאך חברי השטיבל האבן נישט קיין ציטריט צי אסאך פלאטפארמעס אזוי ווי יו-טוב, טעלעגראם, וכו' איז אבער דא געוויסע זאכן וואס מען וויל זען וואס איז פארשלאסן, פאר דעם אליינס קען מען ווען עפענען א גוגל דרייוו אקקאונט. אבער די פראבלעם איז אויב מען דארף ארויפלייגן גאנצעטע סעזאנען ווערט א פראבלעם מיט די גיגאבייט עס נעמט אויף ציפיל פלאץ אין צי דארפן אקקאונט נאך אקקאונט נעמט מיר ארויס די נערוון, דערפאר האב איך איינגעגאנגען אויף א שותפות מיט @ארי נוהם צי קויפן 2 טעראבייט דאטא פאר 250, צי קענען ארויפלייגן וואס מען דארף,
איז דערפאר טו איך עפענען דעם אשכול, אויב איינער וויל עפעס אינטערעסאנט אדער דאקומענטריס והדומה לזה, און האלט אז נאך וואלטן געווען אינטערעסירט אויס עס וואלט געווען מעגליך צי וואטשן זאל עס מעלדן דא, אדער אין די אשכול ווי איינער לייגט ארויף א לינק, און אויב איך וועל קענען וועל איך פרובירן עס ארויפצילייגן,
Re: קאווע שטיבל דרייוו
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 3:51 pm
דורך טמיר
איך וויל צולייגן צי דעם געדאנק. פאר די מענטשן וואס פרובירן נישט צי קוקן ווידיאס מיט פרויען אנגעטון (אדער אויסגעטון) פריצות'דיג. וואלט געווען א גרויסע זאך צי מאכן אן עקסטערע פאלדער מיט די מהדרין זאכן וואס יעדער קען זען.
Re: קאווע שטיבל דרייוו
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 4:41 pm
דורך טרויבן88
טמיר האט געשריבן:איך וויל צולייגן צי דעם געדאנק. פאר די מענטשן וואס פרובירן נישט צי קוקן ווידיאס מיט פרויען אנגעטון (אדער אויסגעטון) פריצות'דיג. וואלט געווען א גרויסע זאך צי מאכן אן עקסטערע פאלדער מיט די מהדרין זאכן וואס יעדער קען זען.
גראדע נאכן ארויפלייגן אמעריקאס גאט טאלאנט וואס איז נישט מערסט צניעותדיגע שאו האב איך געשריבן אבאכט געבן פון קול באשה אפילו איך אליינס לייג נישט קיין דגוש דערויף, אבער לגבי די געדאנק פון א מהדרין פאלדער, ביי א גרויסע אינטערנעמונג פון אסאך עפיזאדן וועל איך פרובירן צי שרייבן מיין חוות דעת ווי צניעותדיג עס איז, אבער ביי איינצעלע עפיזאדן איז פארשטענדליך אז יעדער זאל אליינס אפמאכן, און אויב עס איז נישט אויסגעהאלטן לדעתך לעש עס אויס