פראדל מעזעי ע"ה - טראגעדיע אין קרית יואל

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 424
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

פראדל מעזעי ע"ה - טראגעדיע אין קרית יואל

שליחה דורך מיש-נייעס »

גענומען מיט רשות פון אידישע ווינקל
אריינפיר: כלל ישראל איז געווארן ארומגענומען מיט קלעם, הערנדיג די שווערע נייעס, אז א זעקס יעריג מיידל פראדל מעזעי ע”ה, איז טראגיש אומגעקומען, ווען זי איז – נאכדעם וואס מען האט איר אראפגעלייגט, – צוריקגעלאפן צו די באס, און דער דרייווער האט איר ליידער נישט געקענט באמערקן.
מיר אין “אידישער ווינקל” האבן נישט געשריבן דערוועגן צוליב די סענסיטיווקייט וואס די טראגעדיע ברענגט מיט זיך

מיט, און געוואלט מאכן זיכער אז די פאמיליע מיטגלידער זאלן דערפון ווערן אינפארמירט אויף א פראפעסיאנאלער אופן, כאטש וואס אסאך האבן אריינגעשיקט פרעגן פארוואס מיר שרייבן נישט איבער די נייעס.
אצינד נאך שבת, ווען מען האט שוין אפגעראכטן די לויה און די פאמיליע האט זיך געזעצט שבעה, כאפן מיר א שמועס מיט האברך החשוב ר’ יודי מעזעי הי”ו, א ברודער פון די קליינע פראדל, איבער די בלום וואס איז פארשניטן געווארן אזוי פריצייטיג, אויף אזא ביטערע אופן. יודי טיילט מיט זכרונות און געפילן, שטייענדיג הארט נאך א שווערע שבת.
מיר פרעגן יודי.

אידישער ווינקל: קענסט דערציילן איבער ענקער פאמיליע?
יודי: מיין פאטער איז אויפגעוואקסן אין וויליאמסבורג און האט ארויסגעמופט קיין מאנסי אין כתה ח’, זיין פאטער ר’ גבריאל משה מעזעי (בן ר’ יונתןבנימין וואס איז אן איידעם ביי הר”ר מאיר וועבערמאן זצ”ל דער רב פון די “מלאכים” קהילה) מיין מאמע שטאמט פון קרית יואל זיי האבן דא אלעמאל געוואוינט
מיין מאמע’ס טאטע ר’ אברהם משה אייגנער (בן ר’ ישעי, אן איידעם ביי ר’ זאב יהודא פארקאש, נאך וועמען איך הייס) איז פון ארץ ישראל זיי האבן זיך אהערגעצויגן צוליב די סאטמארער שיטה, זייענדיג סאטמארע חסידים.
אידישער ווינקל: דערצייל איבער דיין שוועסטער’ס געבורט?


יודי: מיין טאטע האט געהאט פיר קינדער, און מיר האבן אדאפטירט א אינגל מיט ספעציעלע געברויכן (דאון סינדראם) 10 מאנאטן שפעטער, איז זי געבוירן געווארן, עס איז דא ארום צען יאר אפשייד פון מיין ברודער, ביז ווען זי איז געבוירן געווארן.
זי איז קע”ה געווען א לעכטיג געזונט קינד, און עס איז געווען א שמחה אין די פאמיליע.
איר קידוש איז פארגעקומען אין די היכל הכוללים אין קרית יואל. מיין פאטער האט דאן געהאט די אלע רעכטן צו מאכן א גרויסן קידוש נאכן ווארטן 10 יאר, אבער האט באשלאסן אז ער וויל ליבערשט באקומען ברכות פון מער מענטשן (די היכל הכוללים אין קרית יואל איז די זאל פאר קידושים, און פארמאגט יעדן שבת עטליכע קידושים, אויטאמאטיש קומען דארט אריין פיל מענטשן אפגעבן מזל טוב, צווישן זיי געסט און אנדערע גוטע אידן וועמען מען קען נישט אפילו, עס שטייען ליניעס צו אפגעבן וואונטשן, און עס איז א גוטע געפיל.
אידישער ווינקל: וואספארא כאראקטער איז זי געווען?
יודי: זי איז געווען א קליינע זעקס יעריג מיידל, און האט פארמאגט גאר גוטע אויפפירונג, זי פלעגט שפילן מיט איר אדאפטירטער ברודער, און וויבאלד די קינדער מיט דאון סינדרום זענען אסאך מאל שווער און קאמפליצירט, זייענדיג נישט דיסציפלינירט, איז עס געווען שווער פאר איר, אבער זי האט זיך קיינמאל נישט אפגערעדט, און אלעמאל מותר געווען פאר אים, זי פלעגט דאס אלעמאל ארויפברענגען, אז עס איז וויכטיג צו “שעירן.”
אידישער ווינקל: עפעס זיס וואס זי פלעגט טון?
יודי: מיין מאמע נייעט פאר פרנסה, און זי פלעגט לעבן מיט דעם, זי פלעגט אלעמאל גיין צו די נייעם צימער, קענענדיג קוקן שעות ווי מיין מאמע נייעט, זי פלעגט אלעמאל זיין פארנומען זאגן אז ווען זי וועט גרויס ווערן, וועט זי אויך נייען…
אידישער ווינקל: וועלכע קלאס איז זי געווען?
יודי: זי איז ביז יעצט געגאנגען אין די ערשטע קלאס.

אידישער ווינקל: וואס זענען דיינע לעצטע זכרונות פון דיין שוועסטער?
יודי: איך בין געווען ביי מיין מאמע, און זי האט זיך געשפילט מיט מיין בעבי פאר לאנגע שעות, זי פלעגט ליבהאבן צו שפילן מיט די בעביס.
אידישער ווינקל: ווען האבן דיינע עלטערן געזען דאס לעצטע מאל פראדל ע”ה?

דאנערשטאג ביים אפטראגן צו די בעביסיטער, זיי האבן גאר גוטע זכרונות, בעפארן פארן צו די שבע ברכות, ווען מען האט זיך הערליך געזעגנט, ארומגעהאלזד, און געקישט, מען האט איר געפרעגט אויב זי גייט זיין וואויל, האט זי געענטפערט יא, דאן שטייענדיג ביים טיר איז זי צורעקגעקומען צו לויפן, צו זאגן ביי-ביי נאכאמאל, און זיך נאכאמאל געזעגנט, דאס האט זיך אפגעשפילט א דריטע מאל, זי איז געקומען זיך געזעגענען, ארומגעהאלזד, און דאס וועלן בלייבן די אייביגע און ליידער לעצטע זכרונות.
אידישער ווינקל: ווען ביסטו געוואויר געווארן פון די טראגעדיע?
יודי: איך האב געהאלטן אינמיטן ארבעטן, און איך האב אנגעהויבן מיטהאלטן ווי עס פליען צענדליגע הצלה מעמבערס, די סירינעס האבן זיך געהערט גאר ווייט.
איך האב דאן געזען מעסעדזשעס איבער א עקסידענט, איינער האט געשריבן אז עס אויף לעמבערג, און אז עס איז א קינד.
דאן האב איך געזען פון איינע פון די גרעסערע אידישע נייעס מעסעדזשעס אויף טוויטער, אז עס איז ברוך דיין האמת.

די יונגע בלומעלע וואס איז פארשניטן געווארן אין די עקסידענט פרייטאג פרשת חיי שרה תשע”ח
מיין מאמע רופט מיר 10 מינוט שפעטער מיט איין בהלה, אז מיין שוועסטער איז געווען פארמישט אין אן עקסידענט, און אז איך זאל פרובירן געוואויר ווערן וואס עס גייט פאר, כ’האב דאן צוזאמגעשטעלט אלעס, אבער איך האב נישט געוואלט זיין דער וואס ברעכט די ביטערע נייעס, איז איך האב אראפגעלייגט.
צען מינוט שפעטער האב איך איר צוריקגערופן, און זי האט מיר געזאגט אז עס איז ברוך דיין האמת, מען האט גערופן די זיידעס דערציילן און טרערן האבן געגאסן.
אידישער ווינקל: וויאזוי שטארקט מען זיך?
יודי: זייער אינטערסאנט, מיין טאטע דערציילט אז דאנערשטאג אויפן וועג אריין צו די שטאט, האט ער אנגעצינדן אין קאר די סידי פון הר”ר עזריאל טויבער שליט”א, וואס האט אפגעהאלטן א סעודת הודעה אז ער איז באפרייט געווארן פון די ביטערע מחלה, ער זאגט דארט אז אין די לעצטע מאנאט, ביים ווארטן פאר די רעזולטאטן איז ער בכלל נישט געווען אנגעצויגן, חזר’נדיג אז וואס דער אויבערשטער טוט איז גוט, צו ער וועט זיין אויסגעהיילט, צו ער וועט ליידער זיין נישט געזונט, און אפילו אויב חס ושלום ער וועט זיך געזעגענען, וואס דער באשעפער טוט איז גוט, מען זאל דאס אינאכט נעמען און איינקריצן אין די ביינער אז די ערגסטע טראגעדיעס קומען פונעם אויבערשטן. אזוי האט ער ארומגערעדט פון שווערע צייטן און וויאזוי מען זאל זיך שטארקן.
א טאג דערנאך איז מיין טאטע געזעצן אויפן וועג צוריק פון שטאט, מיין טאטע האט שוין געהאט באקומען מעסעדזשעס איבער אן עקסידענט און אז עס איז ליידער דערנאך, אבער ער האט נישט געוואלט צוזאמשטעלן, אז דאס איז די זעלבע עקסידענט פארוואס ער פארט יעצט אהיים, און פרובירט זיין פאזיטיוו.
אויפן וועג אהיים פארנדיג אין אן אמבולאנס, האט מיין טאטע דערמאנט מיין מאמע איבער די דרשה וואס זיי האבן געהערט א נאכט בעפאר, דאס איבערגייענדיג נאכאמאל, און זיי האבן זיך גאר שטארק געשטארקט.
ער האט עס מיר דערציילט און עס האט מיר אויך אריינגעגעבן חיזוק און טרייסט.
אידישער ווינקל: ווער האט געבראכן די נייעס פאר דיינע עלטערן?
יודי: מיין טאטע האט באקומען א רוף פון משה לייב וויטריאל הי”ו, ער האט דערציילט מיין טאטע אז מיין שוועסטער איז פארמישט אין אן עקסידענט, און אז די מצב איז שמאל, ער זאל שוין קומען קיין קרית יואל, ער זאל צו קיינעם רעדן און גארנישט טון נאר קומען!
זיי האבן זיך אריינגעזעצט אין אן אמבולאנס פון חברה הצלה ד’וויליאמסבורג, און געפלויגן.
אידישער ווינקל: וויאזוי האט דער אדאפטירטער ברודער אשר ישעי אויפגענומען די נייעס?
יודי: אנהויב ער געזאגט אז זי איז אין שולע, שפעטער האט ער אנגעהויבן כאפן, און ווען מען האט אים געפרעגט וואו זיין שוועסטער איז, האט ער געענטפערט אז זי איז אין הימל, מיט א פרינצעס קליידל און א קרוין…


יודי: מיין טאטע זאגט אז ס’איז קלאר אז מיין שוועסטער איז אראפגעקומען ארויסהעלפן האדעווען אונזער אדאפטירטער ברודער, און אים העלפן אויפוואקסן.
זיי האבן אנגעהויבן גיין אינאיינעם, רעדן אינאיינעם, און ווען עס איז דא צוויי געשוויסטער איז דאס ווי א קאנקורענץ, מען מוז נאכטון דעם אנדערן, אזוי האט מיין שוועסטער געדינט אלס ספעציעלער שליח פון הימל ארויסצוהעלפן אונזער ספעציעלער נשמה.
אידישער ווינקל: וויאזוי איז צוגעגאנגען די לויה?
יודי: די קערפער איז באפרייט געווארן ארום 3 אזייגער, און די לויה איז פארגעקומען זייער שנעל, אינמיטן האט שוין געקלינגען די ערשטע בעל פאר שבת, עס זענען נישט געווען קיין הספדים, און מיר האבן זיך אהיימגעקערט פארקלעמט, אבער פרובירט צו טרייסטן מיטן שבת גאסט וואס האט דאן אויסגעשפרייט זיינע פליגלען.

אידישער ווינקל: ווען ביסטו געווען דאס מערסטע עמאציאנאל?

יודי: ווען מיין מאמע איז אהיימגעקימען/נאכן זאגן די ברכה, און זיך ארויפגעלייגט אויפן ארון.
אידישער ווינקל: טוט שיקן די ווארימסטע טרייסט וואונטשן, סימפאטיע, און מיטגעפיל צו די גאנצע פאמיליע, מען זאל זיך גרינג קענען טרייסטן, און נישט וויסן מער פון קיין צער.
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 424
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

שליחה דורך מיש-נייעס »

פארגאנגענע פורים פארשטעלט
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 424
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

שליחה דורך מיש-נייעס »

צוזאמען מיט'ן אדאפטירטן ברודער'ל
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 424
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

שליחה דורך מיש-נייעס »

ביי א שמחה
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 424
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

שליחה דורך מיש-נייעס »

די משפחה זיצט שבעה
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ברוך דיין האמת: ה' ינחם אתכם בתוך שאר אבלי ציון וירושלים...!
התם ומתמם עם תמימים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 565
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 11:20 am
האט שוין געלייקט: 91 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 160 מאל

שליחה דורך התם ומתמם עם תמימים »

אוטש
האט מיר געקאסט גאר א הייסע טרער
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

די געשיכטע איז שוידערליך, און ליידער נאר א רינגעלע אין די קייט פון שרעקליכע טראגעדיעס וואס פאסירט לעצטנס מיט אונז. נחפשה דרכינו. לאמיר זיך מקבל זיין עפעס לטובה. זאל שוין זיין סוף וקץ לכל צרותינו, אמן.
וירח ה' את ריח הניחוח
שיח ושיג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 66
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2013 10:07 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל

שליחה דורך שיח ושיג »

שמעקעדיג האט געשריבן:די געשיכטע איז שוידערליך, און ליידער נאר א רינגעלע אין די קייט פון שרעקליכע טראגעדיעס וואס פאסירט לעצטנס מיט אונז. נחפשה דרכינו. לאמיר זיך מקבל זיין עפעס לטובה. זאל שוין זיין סוף וקץ לכל צרותינו, אמן.

איך האב שוין זייער אסאך מאל געוואלט שרייבן וועגן די ענין אז ווען עס געשעט א טראגעדיא, איז אסאך מאל די רעאקציע פון מענטשן, אוי, נחפשה דרכינו, "לאמיר זיך עפעס מקבל זיין לטובה".
לענ"ד, (אין איך זאג נאכאמאל לעניות דעתי) איז דאס בכלל נישט דער וועג, דאס איז נאר גורם אז דער תכלית פון דער אייבערשטער אונז שיקן דער טראגעדיע זאל צעוואסערט ווערן, און גארנישט אויפטון. יעדער ווייסט צו זאגן, "אמאל איז געווען גדולי הדור אין זיי האבן געוואוסט צו זאגן פארוואס די טראגעדיע איז געקומען". אין טאקע היינט ווען ס'איז נישט דא די גדולי ישראל אונז צו זאגן בפרטיות פארוואס א געוויסע זאך איז געקומען, גיימיר אונז צוריק צום אלטן כלל "והחי יתן אל לבו".
אין לאמיר מסביר זיין וואס דאס מיינט, דער אייבערשטער האט אויסגעשטעלט די וועלט מיט אן אחיזת עניים, אז עס זאל אויסזעהן ווי דער וועלט איז עפעס וואס עס לוינט זיך צו ארבעטן דערפאר, איי מ'גייט אמאל שטארבן, דאס טראכט נישט דער מענטש. ווען דער מענטש זאל כסדר טראכטן אז ער גייט שטארבן, וואלט ער דאך מער געלעבט מיט יענער וועלט, עי' רמב"ם סוף הל' מזוזה, וואס ער איז מסביר אז דער מענטש שלאפט איין פון תרדימת הזמן אין די מזוזה איז געמאכט אויפצווועקן און דערמאנען תכלית ביאתו לעולם הזה, אזוי אויך זאגט דער רמב"ם אויף די טעם פון מצות שופר, עורי ישינים משינתכם וכו, די כלל איז איין ווארט, די מענטש קען פארגעסען אז מ'איז אראפגעקומען אויף די וועלט נאר פאר א פרוזדור פאר יענע וועלט, אין ער דארף כסדר'דיגע דערמאנונגען.
איז יעצט ווען עס געשעט אזא טראגעדיע אין עס גייט אוועק פון דער וועלט א יונגער מענטש, געט דער עולם א טרייסל, ווייל ווען א אלטער מענטש שטארבט, טראכט נישט דער מענטש אז עס האט עפעס מיט אים, אבער א יונגער מענטש זעהט מען קלאר אז מ'קען לעבן אויף דער וועלט, געזונט אין פריש אין פלוצלונג אין איין רגע קען זיך אלעס ענדיגן. דאס איז דער התבוננות, אין והחי יתן אל לבו, צו לעבן מער מיט יענע וועלט, זיין אפגעהיטן אין מצות און עבירות, ווען עס קומט א נסיון איז גרינגער זיך צו איינהאלטן אא"וו.
איז עס איז א דבר ידוע אז אונז לעבן מיר זיך היינט זייער א באקוועמע לעבן, מיט אלע גשמיות, אין עס איז זייער גרינג צו פארגעסן פונעם יום המיתה, איז דער אייבערשטער שיקט אזא זאך, דארף מען זך טאקע אויפוועקן, אין כאפן אז מ'לעבט נישט אייביג אין די וועלט איז גארנישט, אבער אויב מ'קומט אין מ'זאגט אז מ'דארף מקבל זיין עפעס א קבלה טובה, נעמסטו די גאנצע התעוררות אין די ביסט זיך מתעלם דערפון, אין די לעבסט ווייטער דיין באקוועמע לעבן, נאר מיט נאך א גוטע קבלה, אבער עס רירט דיך נישט אן אין שורש, אין חוץ מזה וואס געווענליך איז מען זיך למעשה גארנישט מקבל, אין אויב יא האלט עס נישט אן.
איך ווייס אז מענטשן וועלן זאגן, סתם טראכטן אז מ'גייט אמאל שטארבן איז גארנישט, מ'דארף אריינלייגן די התעוררות אין א חפץ. אמת, גערעכט, מ'דארף טאקע אנפאנגען טון אויך, אבער סתם זאגן מ'דארך עפעס מקבל זיין מיינט נישט גארנישט.
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

שליחה דורך shem-tov »

בד"ה הייסע טרערן פארגאסן א מאמע דארף נעבעך באגראבן איר קליין קינד איך קען גוט דעם טייערען טאטע א שטיק הארץ און נשמה אוי באשעפער שיק זיי דיין טרייסט דאס הארץ גייט פשוט אויס פאר זייער צער אויך די בעביסיטער, די באס דרייווער, די קאר דרייווער נאר אויף יענע וועלט וועט מען פארשטיין פארוואס דער עילות כל העילות ומסבב כל הסיבות האט אזוי געמאכט...
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
פארשפארט