בלאט 1 פון 1

איז טאקע רבקה געווען דריי יאר?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2017 6:55 pm
דורך קאצקע ציקער
קינד און קייט ווייסן צו זאגן פון די רש"י דעי וואכעדיגע סדרה אז רבקה איז געווען דריי יאר ווען זי האט חתונה געהאט מיט יצחק. למעשה דאס צו זאגן איז זייער שווער איינס שיקט מען דען ארויס אזא קליין מיידל שעפן וואסער ? ועוד קען מען פרעגן נאך שאלות . קיצור ס'איז א מחלוקה און טייל האלטן אז זי איז געווען 14

א באמבע וואס ?

Re: איז טאקע רבקה געווען דריי יאר?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2017 7:26 pm
דורך טמיר
די שיטת המדרש אז זי איז געווען בלויז 3 יאר, איז געבינדן אין אן אנדערע מדרש (אויך אביסל תמוה) אז יצחק איז געווען 37 ביי די עקידה. און דאס איז געבויט אויף דעם אז שרה איז נפטר געווארן גלייך נאך די עקידה (וואס דעמאלטס איז יצחק געווען 37, און רבקה -וואס איז געבוירן נאך די עקידה- האט געדארפט זיין מאקסימום 3 יאר)

דער אבע"ז, און איך מיין אז עס זענען דא נאך, האלט אז יצחק איז געווען א קינד בעת די עקידה, ממילא וועט ער מסתם אויך האלטן אז רבקה איז געווען עלטער. סא עס איז נישט אזא גרויסע חידוש

Re: איז טאקע רבקה געווען דריי יאר?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2017 7:32 pm
דורך טמיר
דאס וואס ראביי חליוה וויל "מציע" זיין אין רש"י, וויל ער נאכמאכן די היינטיגע סטייל פון די חוקרים צי מציע זיין פארוואס דער האט געשריבן דאס און יענץ. אבער איך מיין אז פעלט נישט אויס קיין הסבירים. רש"י האט פשוט נאכגעשריבן פון די מדרשים וואס ער האט געהאט תחת ידו. און דאס איז געווען די מהלך פון חכמי צרפת ואשכנז צי אננעמען אלע מדרשים ווי הלכה למשה מסיני

נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2017 7:39 pm
דורך berlbalaguleh
טמיר: דאס איז אמת. אבער רש"י שרייבט א סאך מאל צו, וואו ס'איז וויכטיג צו וויסן, די פאלגענדע ווערטער..."ואין מקרא יוצא מידי פשוטו"...!
אדער אויף א ביסל אן אנדער'ן נוסח...."זהו מדרשו. ופשוטו של מקרא"...!
רש"י הק' איז געווען א פרשן. אבער ער האט זיך אויך שטארק באנוצט מיט דרש. פון מדרש תנחומא למשל. אדער פון די דרשות פון ר' משה הדרשן...!

נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2017 11:18 pm
דורך שמעקעדיג
5 יאר צוריק....

viewtopic.php?p=60302#p60302