בלאט 1 פון 1

די מולד

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 18, 2017 9:10 pm
דורך ברוך שאמר
אפשר קען איינער זאגן די טעם פון אויסריפן די מולד בקול רם????

Re: די מולד

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 18, 2017 9:22 pm
דורך נעגעל וואסער
דאכצעך מיר אז די עיקר טעם איז כדאי צו וויסן ביז ווען מ'קען מאכן קידוש לבנה.

Re: די מולד

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 18, 2017 10:36 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ברוך שאמר האט געשריבן:אפשר קען איינער זאגן די טעם פון אויסריפן די מולד בקול רם????
איך בין דער וואס רופט אויס אין ׳סמעדרעש, און איך וואונדער מיר אייביג פארוואס דאס ווערט געזאגט אויף אידיש. ׳כמיין, א קידוש רופט מען אויס אויף די שפראך וואס דער עולם קען, ניין? פארוואס נישט דער מולד?
אזוי בין איך געקומען צו די מסקנא אז ס׳איז אזא זאגאכץ און נישט פאר עפעס א סבה.

איך וויל אייביג וויסען פארוואס מ׳רופט אויס ׳דער מולד וועט זיין....׳ און נישט ׳דער מולד וועט ׳מערצעשעם זיין....׳ אונז זענען מיר דאך אידען, ניין? מ׳לייגט צו צו אלס א שנארכל פון ׳מערצעשעם׳ס, למה ייגרע דער לבנה׳ס לויפאכץ אין די הימעל׳ן? אויף וואס איז געשען זאגט מען בעזרעסאשעם, און אויף דער צוקונפט זאגט מען ׳מערצעשעם! אזוי איז אייביג בעזרעסאשעם געווען, און אזוי גייט ׳מערצעשעם אייביג זיין!

איך האב איינמאל בטעות געקוקט אין דער פאריגע מאנאט, און אויסגערופען א נישט ריכטיגע מולד. צו מיין מזל איז דארט געווען ר׳ מלכיאל קוטלר יענער שבת, וואס האט מיר שפעטער מעורר געווען. איך האב איהם גע׳ענטפערט ׳אתם אפילו מוטעין׳ און פערטיג.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

Re: די מולד

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 18, 2017 10:46 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
[quote="ליטוואק פון

"איך וויל אייביג וויסען פארוואס מ׳רופט אויס ׳דער מולד וועט זיין....׳ און נישט ׳דער מולד וועט ׳מערצעשעם זיין....׳ אונז זענען מיר דאך אידען, ניין? מ׳לייגט צו צו אלס א שנארכל פון ׳מערצעשעם׳ס, למה ייגרע דער לבנה׳ס לויפאכץ אין די הימעל׳ן? אויף וואס איז געשען זאגט מען בעזרעסאשעם, און אויף דער צוקונפט זאגט מען ׳מערצעשעם! אזוי איז אייביג בעזרעסאשעם געווען, און אזוי גייט ׳מערצעשעם אייביג זיין!"

כ'האב געמיינט אז "מערצעשעם" איז אונגערישע אויסדרוק? כ'האב גארנישט געוויסט אז די ליטאים באניצן זיך אויך דערמיט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk[/quote]

נשלח: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 5:17 pm
דורך כפתור
איך מיין אז ס'מאכט זיך אפילו אז מ'זאגט אמאל 'דער מולד איז געווען', אויב ס'איז שוין געווען און אר"י.
דאס קוקט סתם אויס איבעריג.

איך וואונדער מיך אמאל צו ס'איז דא א טיפ מענטש וואס גייט ארויס קוקן ביי די מולד צו ער זעהט עפעס.

דאס קען אפשר געבען א נייע געלעגנהייט פאר א רבי וואס איז נאך נישט אזוי באוואוסט און זוכט עפעס א חידוש צו קענען טרעידמארקען, (פארשטייט זיך אויך א טיש, לחיים, און פיקטשערס..) צו ווערן די "מולד רבי" ווי ער ווארפט עפעס אויף די חסידים ביים זמן המולד, און ווער ס'כאפט, ווערט געהאלפן

Re: די מולד

נשלח: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 6:02 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער מולד וואס מיר רופען אויס קען מען נישט זע׳ען. דאס איז נאר אן אמצעי נישט דער אמיתי. דער רבי קען ווייטער פיהרען טיש

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 6:44 pm
דורך כפתור
מ'דארף עס מסביר פאר דעם טיפ

נשלח: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 7:56 pm
דורך אישתישבי
איין מולד האט מען געקענט זעהן, בשעת דער ליקוי חמה, דעמאלס איז געוועהן דער אמת'ר מולד. הגם דער זמן וואס מען רופט אויס איז געוועהן מיט אפאר שעה שפעטער. פעמים מאריך ופעמים מקצר כידוע, דער זמן וואס מען רופט אויס איז דער ממוצע'דיגע זמן, נישט בדיוק.

Re: די מולד

נשלח: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 8:31 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
וכבר מלתי אמורה דא viewtopic.php?p=298124#p298124 און מ׳האט עס געדרוקט אין דער פה סח 2

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 9:13 pm
דורך פריש וואסער
די ריכטיגע סיבה פארן אויסרופן דעם מולד פארן המון עם, האב איך אמאל מברר געווען פון די ערשטע מקורות, און איר וועט מיר נישט גלייבן.
דאס איז אלס א אלטע סגולה קעגן ווערים אין די געדערים (pinworms) ביי קינדער, צו שלינגען א געוויסע געוויקס מיטן נאמען ווערימקרויט, דווקא גלייך פארן מולד.
די סגולה איז געווען אזוי נפוץ אז יעדער פלעגט פרעגן דעם שמש איבערן זמן המולד, ביז מען האט איינגעפירט אויסצוקלאפן אויפן בלעמער פאר מוסף פונעם לעצטן שבת אינעם חודש דעם זמן המולד.
אז מען האט שוין אויסגערופן דעם מולד, האט מען שוין צוגעלייגט א ברכה אויפן קומענדיגן חודש, דאן איז די ברכה געוואקסן ביז עס האט אנגעפילט א גאנצן בלעטל אינעם סידור, איז שוין געווארן א דבר חשוב צו "בענטשן ראש חודש", האט דער רב עס איבערגענומען פונעם שמש.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 9:32 pm
דורך כפתור
פריש וואסער האט געשריבן:די ריכטיגע סיבה פארן אויסרופן דעם מולד פארן המון עם, האב איך אמאל מברר געווען פון די ערשטע מקורות, און איר וועט מיר נישט גלייבן.

מקור?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 9:44 pm
דורך berlbalaguleh

פרישוואסער: ייש"כ. ס'איז זייער א גוטע פורים תורה. אבער אונז האלטן מיר נאך ביי ר"ח כסליו. און נישט ביי ר"ח אדר א' (פון תשע"ט)

נשלח: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:21 pm
דורך הרב_שלום
Yes, indeed there are worms that are more active during the new moon as well!

http://www.kroegerhealer.com/do-i-have- ... -worms.htm

נשלח: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:35 pm
דורך הרב_שלום
הרב_שלום האט געשריבן:Yes, indeed there are worms that are more active during the new moon as well!

http://www.kroegerhealer.com/do-i-have- ... -worms.htm

איך זאג נישט אז דעס איז די סיבה פארוואס מען רופט אויס די מולד איך האב בלויז געברענגט א לינק אז ראש חודש ליידט מען מער פון ווערים 

נשלח: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 11:25 pm
דורך וואלווי
פריש וואסער האט געשריבן:אז מען האט שוין אויסגערופן דעם מולד, האט מען שוין צוגעלייגט א ברכה אויפן קומענדיגן חודש, דאן איז די ברכה געוואקסן ביז עס האט אנגעפילט א גאנצן בלעטל אינעם סידור, איז שוין געווארן א דבר חשוב צו "בענטשן ראש חודש", האט דער רב עס איבערגענומען פונעם שמש.

ברכת החודש האט ע"פ הלכה געדארפט זיין אין מיטען דער וואך ר"ח צייט, נאר מ'האט עס געריקט פאראויס פאר פראקטישע סיבות אויף שבת פארדעם. עיין בספרי הלכה, כ'געדענק נישט אויפ'ן ארט די מ"מ.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 11:28 pm
דורך וואלווי
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך וויל אייביג וויסען פארוואס מ׳רופט אויס ׳דער מולד וועט זיין....׳ און נישט ׳דער מולד וועט ׳מערצעשעם זיין....׳ אונז זענען מיר דאך אידען, ניין? מ׳לייגט צו צו אלס א שנארכל פון ׳מערצעשעם׳ס, למה ייגרע דער לבנה׳ס לויפאכץ אין די הימעל׳ן? אויף וואס איז געשען זאגט מען בעזרעסאשעם, און אויף דער צוקונפט זאגט מען ׳מערצעשעם! אזוי איז אייביג בעזרעסאשעם געווען, און אזוי גייט ׳מערצעשעם אייביג זיין!
Sent from my LG-K373 using Tapatalk

מערצעשעם?! דער בוכ"ע האטיך געוואלט אז ס'זאל אור הלבנה כאור החמה, נאר אייייי אונזערע עונות האבען גורם געווען, אייייי, ס'איז געבליבען א קליינטשיגען לבנה'לע, ווי אזוי וועלען מיר זיך קענען דערהאלטען, אייייי.....!!!