בלאט 1 פון 1

איז עטיש צו שיקן א טעקסט אינמיטען די נאכט?

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 18, 2017 11:29 pm
דורך חד גדיא
אסאך מאל אינמיטען די נאכט דערמאן איך מיך אז איך וויל עפעס זאגן פאר איינעם, און איך טראכט אז איך וויל אים טעקסטען פאר איך פארגעס. נארמאל טראכט איך אז מענטשן לעשן אויס נאטיפיקעישנס אינמיטען די נאכט.

וואס האלט די עולם? יעדער זאל שרייבן פון די אייגענע עקספיריענס אויב ס'איז אקעי אויב מ'שיקט זיי טעקסטס אינמיטען די נאכט, און וואס זיי האלטען וועגן שיקן צו אנדערע מענטשן.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 18, 2017 11:32 pm
דורך קורקלענד
לדעתי יא.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 18, 2017 11:39 pm
דורך chosen people
אויב די האסט א סמארטפאון קענסטו אָן שטעלן אז די מעסעדזש זאל זיך ארויס שיקען ערשט אינדערפרי, אזוי וועסטו נישט האבן די אלע ספיקות. אבער צום עצם שאלה, אויב א מענטש האט א סמארטפאון און ער לעשט נישט אויס זיין נאטיפיקעשעינס מיינט אז ער וועקט זיך נישט אויף פון דעם, ווען נישט וואלט ער עס אויסגעלאשן פאר ער גייט שלאפן.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 5:54 pm
דורך סקרן
איך מיין אז מען מעג ס'וואלט מיר נישט געשטערט

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 8:48 am
דורך חד גדיא
chosen people האט געשריבן:אויב די האסט א סמארטפאון קענסטו אָן שטעלן אז די מעסעדזש זאל זיך ארויס שיקען ערשט אינדערפרי, אזוי וועסטו נישט האבן די אלע ספיקות.

ווי אזוי טוט מען דאס?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 9:43 am
דורך איסר האטלקי
כבר פטפטו בזה כמה מחברי זמנינו:

נטעי גבריאל:

יש המונעים עצמם מלשלוח טעקסט מעסעדזש באמצע הלילה והוא מחשש 'עטיש' (חד גדיא, ק"ש), אבל אחרים לא חששו לדבר זה, מכיון שאין בזה שום חיסרון (קורקלאנד, כנ"ל). והנכון ביותר הוא לסדר על הסמארטפאון אם יש לו, שישלח המעסעדזש בבוקר, וכל הספיקות נפשרים בזה על צד הטוב ביותר.


ישראל והזמנים:

אסור לשלוח טעקסט מעסעדזש באמצע הלילה והוא כעין איגרת שכותבים על הכלים הקשורים כאותיות פורחות באויר, אפילו כשהוא ספק לילה. [וגם ביום יש למנוע מדבר המאוס הזה, ועי' למטה שהבאתי מדברי הגרא"ח טויבער בגנות הטעקס"ט]. ואלו המורים היתר איננו יודע מנא להו דבר כזה. (ואחד אמר לי שיש אפצי"ע על הכלים הטמאים לסדרם באופן שישלח מעצמו בבוקר, בודאי אינו נכון כלל וכלל, מכיון שכלי הזה נאסר ע"י כל חכמי ישראל בדורינו אלה).

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 12:14 pm
דורך chosen people
חד גדיא האט געשריבן:
chosen people האט געשריבן:אויב די האסט א סמארטפאון קענסטו אָן שטעלן אז די מעסעדזש זאל זיך ארויס שיקען ערשט אינדערפרי, אזוי וועסטו נישט האבן די אלע ספיקות.

ווי אזוי טוט מען דאס?


אויב די האסט א סעמסאנג דעווייסעס. אין זייער מעסעדשינג עפפ האבן זיי אן אפציע צו סקעדזשועלין ווען די מעסעדזש זאל ווערן געשיקט.
אויב די האסט עני אנדערע ענדרויד פאון גיי צו פלעי סטאר און לייג אריין scheduled text message, און דאונלאוד עני עפפ וואס עס געפעלט דיך. איך גלייב אז ביי עפל קען מען עס אויכעט טוהן, איך האב נישט קיין עקספיריענס מיט עפל, וויל איך נישט זאגן פארזיכער.