בלאט 1 פון 1
קידוש לבנה
נשלח: זונטאג נאוועמבער 26, 2017 1:05 am
דורך ברוך שאמר
אפשר קען מיר איינער זאגן די שייכות וואס דוד מלך ישראל האט מיט קידוש לבנה??
נשלח: זונטאג נאוועמבער 26, 2017 10:05 am
דורך איסר האטלקי
וואס, דו האלטסט אז דוד האט נישט געמאכט קיין קידוש לבנה??
נשלח: זונטאג נאוועמבער 26, 2017 10:07 am
דורך איסר האטלקי
נעקסט טיים פרעג נישט די קשיא אויך אויף אייוועלט אין זעלבן טאג, חוץ אז דו שעמסט זיך נישט...
Re: קידוש לבנה
נשלח: זונטאג נאוועמבער 26, 2017 10:16 am
דורך א איד
פון וואס דארף מען זיך שעמען?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 26, 2017 12:42 pm
דורך איסר האטלקי
מאנכע שעמען זיך דא אז זיי האבן א ניק אויך אויף אייוועלט...
איינער האט מיר אמאל געוואלט "טשעפענען" דא, האט ער געשריבן אז ער ווייסט אז כ'בין אקטיוו אויף אייוועלט...
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 12:04 am
דורך שמעון וואלף
דאס אז די לבנה ווערט באנייט יעדע חודש ווייזט אויף מלכות בית דוד וואס וועט ווערן באנייט מיט ביאת משיח
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 12:11 am
דורך אדונינו
דוד איז בבחינת סיהרא (לבנה) על פי סוד, גראדע איז דא אויף דעם הערליכע מאמרים, אפשר אז איך וויל האבן צייט וועלן איך מער מרחיב זיין
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 12:15 am
דורך אדונינו
ערגעץ אין ליקוטי מאמרים, דאכט זיך מיר אין די אנפאנג פון די בראשית סדרות, איז ער זייער שיין מסביר די בחינה פון סיהרא- דלית ליה מגרמיה כלום.