בלאט 1 פון 1
וללבנה אמר שתתחדש - Supermoon 2017
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 28, 2017 6:35 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
נעקסטע וואך זונטאג, גייט זיין א ריזיגע לבנה. מ'עט זע'ען די לבנה אסאך גרעסער ווי נארמאל. דאס איז ווייל וויבאלד ס'איז אין מיטען דער חודש, און דאס איז די צייט פון די גאנצע לבנה, און די לבנה וועט אויך זיין אין די נאנטערע צייט צום ערד, נישט ווייטער, דעריבער קוקט עס אויס 7% גרעסער. דער פריערדיגע מאל וואס דאס איז געשען, האב איך עס באמערקט איידער איך האב געליינט דערוועגען, די לבנה האט פלוצלונג אויסגעקוקט ריזיג גרויס.
ליינט'ס
דא פאר מער אינפארמאציע, און כאפט'ס אינטרעסאנטע בילדער און לייגט'ס זיי דא ארויף ליהנות בהם בני אדם.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 29, 2017 12:31 am
דורך וואלווי
א דאנק. אין טענעסי קען מען עס אפשר זען נאך גרעסער?....
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 29, 2017 5:31 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
זוכסט א תירוץ צוריק צו פארען? אין 2024 ער"ח ניסן גייט זיין נאך אן עקליפס. אבער דאס וועט מען שוין קענען זעהן אין אפסטעיט ניו יארק.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 03, 2017 8:56 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער סופערמון איז נישט די סוף פון די מעשה. עס קומען דריי סופערמוןס אין די נעקסטע שטיק צייט.
https://www.space.com/38969-supermoon-t ... dec-3.html
נשלח: זונטאג דעצעמבער 03, 2017 7:24 pm
דורך שמעקעדיג
ווען גייט מען זעהן די גרויסע לבנה? במשך די גאנצע נאכט?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 03, 2017 8:20 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אין מיטן חודש זעט מען די לבנה אין אנהייב נאכט נענטער מצד מערב און סוף נאכט מצד מזרח.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 03, 2017 8:37 pm
דורך געוואלדיג
אנהויב נאכט מצד מזרח כצ''ל.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 03, 2017 9:01 pm
דורך וואלווי
.
Re: וללבנה אמר שתתחדש - Supermoon 2017
נשלח: מאנטאג יאנואר 01, 2018 8:03 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אין מיטן חודש זעט מען די לבנה אין אנהייב נאכט נענטער מצד מערב און סוף נאכט מצד מזרח.
געוואלדיג איז גערעכט געווען, כמובן.
היינט צופרי איז געווען נאך א סופערמון. איך בין געגאנגען דאווענען, און א קינד האט אויסגעשריגען "קוק אויפ׳ן לבנה! כאפ שנעל א בילד!" עס איז געווען מערקבאר.
עס גייט קומען נאך איינס סוף יאנואר, צוזאמען מיט אן עקליפס, אבער דער עקליפס גייט נישט זיין אזוי קענטיג אין אונזער געגענט. צוויי סופערמון׳ס אין איין חודש הייסט א בלויע מון blue moon. דאס מיינט once in a blue moon
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: דינסטאג יאנואר 16, 2018 1:50 am
דורך וואלווי
כאמור לעיל, ס'קומט נאך א גוטס January 31, ווער פארט?
לייענטס אן אפדעיט דא:
https://www.space.com/39208-super-blue- ... guide.htmlדאס מאל איז אויך א לונער עקליפס און וואס מער WEST מ'פארט אלס בעסער.
דאס איז די עכטע באדייט פון once in a blue moon...