בלאט 1 פון 3

מ'רוקט היינט די זייגער, רבותם!!

נשלח: מוצ"ש מערץ 10, 2012 11:19 pm
דורך [NAMELESS]
ס'מאכט גארנישט קיין סענס. וואס הייסט מ'ריקט שוין די זייגער??! ריקט מען עס נישט געווענטליך נאך ווינטער? נו, איז דען שוין געוועהן ווינטער? לויט מיין טערמאסטאט איז נאך נישט געוועהן ווינטער די יאהר. מיין זאק זאלץ וואס ליגט אין סטארעדזש גרייט צו דערהארגענען די שנייעלעך ליגט נאך אינגאנצן פארמאכט! כ'האב עס אפילו נישט געריקט פון פלאץ זייט אין האב עס געקויפט פון האום דיפאו ביים איינקויפן אפאר געצייגן צו בויען די סוכה. און שוין? מ'ריקט שוין די זייגער?

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 6:23 pm
דורך [NAMELESS]
די קומענדיגע מוצאי שבת ריקט מען שוין ווידער!! דאס מאל צו ווינטער זייגער.
דאס מיינט די פסוק: טיים פלייס!

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 6:26 pm
דורך ידען
ביסט זעכער?

כאב מורא האסט א טעות.

איך גיי טשעקען מיין לוח.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 6:30 pm
דורך ידען
Calm down

טיים פלייס. אבער מאך עס נישט שנעלער ווי סע איז.

Daylight Saving Time (United States) 2012 began at 2:00 AM on
Sunday, March 11
and ends at 2:00 AM on
Sunday, November 4
Except Arizona and Hawaii. Move your clocks ahead 1 hour in spring and back 1 hour in fall ("Spring forward, fall back").

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2012 9:05 pm
דורך געפילטע פיש
אין ישראל האט מען גערוקט מען היינט נאכט.

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2012 9:15 pm
דורך אויס מענטש
הלואי וואלט מען עס גערוקט די וואך מוצאי יוה"כ וואלט געווען א שעה פריער
דאכט זיך אז אין ישראל רעכנט מען זיך מיט דעם טאקע.

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2012 9:16 pm
דורך זר זהב
פאסטאך אבער איין א שעה פריער!

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2012 9:17 pm
דורך אויס מענטש
נאכאלץ גרינגער

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2012 9:23 pm
דורך [NAMELESS]
סארי חברה פארן אנדרייען א קאשע. מסתמא האב איך גזעהן אז מריקט די זייגער אויף א איזרעילי ווייבסייט.

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2012 10:52 pm
דורך געפילטע פיש
כ'האב א עצה פאר דיר, רוק דיין זייגער פאר יו'"כ און שטיי אויף א שעה שפעטער.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 11:43 am
דורך דולה ומשקה
ווען גייט דאס פאסירען דעם סיזאן?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 2:19 pm
דורך געפילטע פיש

נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2012 2:40 am
דורך שמעקעדיג
קומענדיגע וואך, מוצש"ק וירא גייט מען רוקן דעם זייגער.
די אלע וועלכע זענען מקפיד נישט צו מאכן קידוש צווישן 6 און 7 אזייגער, דארפן געדענקען אז יעצט "בעפאר" מען רוקט דעם זייגער, מאכט מען נישט קידוש צווישן 7 און 8.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 11:49 am
דורך פרענטש וואנילע
סוף זמן קריאת שמע דעם זונטאג חיי שרה 8:28!

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2012 8:34 pm
דורך שמעקעדיג
אז מען רעדט פון רוקן דעם זייגער, איז כדאי צו וויסן אז מען קען קויפן וואנט זייגערס וועלכע רוקן זיך אויטאמאטיש פון זיך אליין.

פערפעקט פאר די היינטיגע פוילע לייט.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2012 8:35 pm
דורך קליינע רעבעלע
אין ווואודרידזש איז א מחיה... דארט ריקט מען נישט קיין זייגערס

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 03, 2012 8:06 pm
דורך שמעקעדיג
היום תאמצינו. היינט צורוקט מען דעם זייגער.
ווי אזוי נוצט איר אויס די איבריגע שעה?

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 03, 2012 10:10 pm
דורך זר זהב
A gita voch!! Don't forget to change your clocks tonight, and your president on Tuesday

looo.jpg
looo.jpg (130.86 KiB) געזען געווארן 5664 מאל

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 12:00 am
דורך געפילטע פיש
שמעקעדיג האט געשריבן:אז מען רעדט פון רוקן דעם זייגער, איז כדאי צו וויסן אז מען קען קויפן וואנט זייגערס וועלכע רוקן זיך אויטאמאטיש פון זיך אליין.

פערפעקט פאר די היינטיגע פוילע לייט.

מ'קען שוין היינט אויך קויפן סעלפאון זייגערס וואס רוקן זיך אליין.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 1:01 am
דורך שמעקעדיג
אזוי? ס'א חידוש.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 1:07 am
דורך זר זהב
מסתם די אייפאונס רוקן זיך אליינס

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 2:09 pm
דורך קליינע רעבעלע
גראדע זאגט מיר היינט א קלוגער איד אז ער רוקט דיעם זייגער ווען ער שטייט אויף
ער רוקט דאס צוריק מיט א שעה און כאפט נאך א דרימל פאר נאך א שעה.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 2:18 pm
דורך קליגער איד
קליינע רעבעלע האט געשריבן:גראדע זאגט מיר היינט א קלוגער איד אז ער רוקט דיעם זייגער ווען ער שטייט אויף
ער רוקט דאס צוריק מיט א שעה און כאפט נאך א דרימל פאר נאך א שעה.

דו מיינסט מיר??