אן אומ'היילבארער מחלה פארשפרייט זיך צווישן אונז

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
[NAMELESS]

אן אומ'היילבארער מחלה פארשפרייט זיך צווישן אונז

שליחה דורך [NAMELESS] »

[justify]עס פארשפרייט זיך לעצטנס א ביטערע מחלה וואס די דאקטוירים זענען דערווייל נאך נישט אויפגעקומען מיט קיין לעזונג. די TSA האט אונטערגענומען שטרענגע מאסנאמען ביים אריין קומען פון אנדערע לענדער אבער זאגן אז עס פארשפרייט זיך ווייטער אנשטעקענדיג פון דאס שענסטע און בעסטע מיר פארמאגן.

די דאקטוירים פון מאסעטשוסעטס אינווירסיטעט זאגן אז זיי האלטן נאך ביי די פריע שטאפלן פון דערגרינטעוון די שורש פון די מחלה אבער זיי קענען שוין מער ווייניגער אנצייגן אז עס קלאפט בעיקר אויס ביי עלטערע מענטשן פון אריבער די פערציג.

און א שמועס וואס איך האב געהאט מיט א פראפעסער פון קאלאמביע איז ארויסגעקומען פארשידענע סימפטאמס צו וויסן צו מען איז ליידער אנגעשטעקט מיט די מחלה - ווי ערקלערט שפעטער א חלק פון די סימפטאמס.



חיים מעכיל איז מיין שכן יעדער שבת ביים דאווענען. לעצטענס האב איך באמערקט עפעס ער איז נישט ווי געהעריג, אינמיטן חזהש"ץ ביי מנחה זעה איך ווי ער יאגט ארום מיט א קונטרס'ל פון ר' מיילעך בידערמאנ'ס טוירעס אונטערן ארעם און ווייזט פאר יאסלען דער ת"ח א בליץ פון בידערמאן... א חתם סופר האט ער זיך שוין אויך מיטגעברענגט צו זיין פלאץ...

ביי קריה"ת ער מעג פרעגן נא אהע עהעה אהא אבער ווען כ'האב באשלאסן צו ענטפערן האט ער מיר געוויזן א שושקע מיט א שטייפן פינגער ווי אברהם פריד פאר rccs, ביי הגבה שרייט ער שוין "אמת תורתנו הקדושה"... כ'האב געזען אז ס'איז מאדנע אבער כ'האב געשוויגן. אבער ווען כ'האב געזען נאכן דאווענען ווי ער פארציילט א בליציגע קשיא תירוץ וואס סאיז אים פונקט איינגעפאלן אויפן סדרה אזאנס וואס מען האט גע'פיקט' אין כיתה ד' אין עיקר שפתי חכמים, האב איך ריעלייזט ס'איז צרות... דער מענטש איז אריין אין א דרייוו וואס ווער ווייסט ווען דאס ענדיגט זיך רח"ל.

אנדערע סימפטאמס האבן נישט פארשפטיגט צו קומען.. טוישט זיך אן עקסטערע קאפל צום דאווענען וואס ליגט פארפאקט אין טלית בייטעל.. גייט באוואפענט מיט א סענדוויטש בעג טרעוועל לעכט... זאגט שוין קטורת אין א פארמעט... רעדט שוין פון סטעישען וועגענס אדער פון או דזשעי סימפסאן.. מאכט פתיחה אין די הייליגע טעג.. שרייט שוין ביי תתקבל "קבל ברחמים וברצון".. גייט שוין צו פרקי אבות שיעורים.. קען שוין נפחה'נען בפומבי "מפיח לפי תומו".. אריינגעבן א ספר תורה לאזט זיך שוין קלערן.. האט א שיעור יעדען זונטאג.. קען זיך שוין דערמאנען מעשיות פון רעבי'ן וואס זענען קיינמאל נישט געשען.. געדענקט נאך ווי היינט דער רבי פארן סטראוק, עה.. דאס מיינט זינגען/שפילן/לערנען/פארציילן/עסן/בייזערן/שלאפן/ווערטלן? דו ווייסט וואס דער רבי האט געקענט? דער רבי איז געווען א כל בו! ס'געווען א זרילען מיט יוסלען.. גיי זאג זע.. לייגט שוין פעניס ביי ויברך דוד.. קען שוין גיין פאר א כולל בוקר מיט די קאלערדיגע תפילין בייטעל פושקע.. שטיקט זיך שוין פאר געלעכטער יעדעס מאל מען זונגט אריין ביים בר מצוה פשעטיל..

עס איז דא נאך סימפטאמס צו דער "פארטי פלו" קרענק, דאס איז נאר געווען א טייל פון זיי תן לחכם ויחכם.



ווען איך האב געענדיגט שמועסן מיט'ן פראפעסער האב איך אים געזאגט דו וועסט מוזן מודה זיין אזוי ווי יעדער חכמה, אז דער תורה און גמ' האבן שוין געוויסט די ערשטע אזוי ווי משה נחום קרויס האט ענק שוין אלע אויפגעוויזן...

איך ציטיר דא א קוואוט וואס כ'האב געשריבט עטליכע יאר צוריק א בפירושער מקור אויף דער מחלה:


דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:לערנענדיג חומש"י היינט אינדערפריה האב איך אויפגעפאסט, אז דעי מחלה וואס מיר רופען "פערציגער פלו" ווען מענטשן גרייכן די פערציג פארגעסן זיי פון אלע זייערע מצות ומעשים טובים וואס זיי האבן געפראוועט, און הייבן אן מיט די צינדען ליכט, קושן די פרוכות, שושקענען שוין ביים דאווענען, איז בכלל נישט ניי. עס האט שוין א מקור אין די תורה גאר!

רש"י איז מסביר ביי עשו, אז ביז די פערציג פלעגט ער זינדיגן אויף קרוז: כל ארבעים שנה היה עשו צד נשים מתחת בעליהן ומענה אותם.
הערשט ביי די פערציג האט ער אנגעהויבן שפילן צדיק... ער הערט אויף לאקערן און פאטשקענען: רק כשהיה בן מ' נשא אשה.
[/justify]

קיין רפואה איז דערווייל נאך נישט דא. עס איז נישט דא קיין שאטס פאר דער פערציגער פלו. מאנכע שטיפן פאר יוראוויטש טראפן אנדערע שווערן זיך ביי דער ביי-וועכענטליכער נעתר לבקשתינו'ניק לעבעל...

הדא הוא דכתיב: האסט מיר נישט מיטגענומען ווען דו האסט געזונדיגט נעם מיר נישט מיט ווען דו טוסט תשובה.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

געוואלדיג...!!!! דו ביסט ערשטקלאסיג מיט דיינע לשונות של זהב....
:like :like

מען האט שוין אמאל גערעדט פון די קרענק, כאטש נישט מיט אזא ליצנות....

זעה דא
viewtopic.php?f=24&t=2197

אויך די פאעזיע פון משה געציל ע"ה
viewtopic.php?p=86979#p86979
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

דו ביסט געוואלדיג! גיב איבער א שכח פארן בעל שערי מדע פאר די געוואלדיגע מראה מקום. נעוואדע שטייט שוין אלעס אין די תורה. נאר וואס דען האסטו געמיינט? חכמה בגויים? :D
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[tag]הוגה[/tag] די מראה מקום איז אייגענס. אבער א שכח פאר קרויס קומט זיך נאך אלץ, פארן אונז אויפשפארן די שווער פארריגעלטע שערי מדע.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רבותיי: אונז (ס'העיסט, אונז....? ווער ביסטו דו ביסט גארנישט מיט נישט! ניטאמאל עפר ואפר...) דא אין קאווע שטיעבל דרייען זיך די הני תרי צנתרי דדהבא... הלוא המה (מיט'ן אזלא גרש) רויטע וואנצעס און דער געוואגטער יונגל. די ווערטער וואס גייען ארויס פון זייערע קיעבאורדס זענען משמח אלוקים ואנשים (ונשים...?). אלוקים, וועיס איך נישט. אבער אנשים זיכער...אשר על כן וויל איך דא פארשלאגן אז זיי זאללן שרייבן א קאלום א יעדע וואך מיט זייער אייגנארטיגן בליק אויף די פרשת השבוע...!

ס'נישט, אז קאווע שטיעבל פארמאגט נישט נאך אנשים חשובים מיט א גוטן סענס אוו היומאר. ווי שמעון וואלף און ירח בן יומו (אויב ער לעבט נאך. זאלל ער מאריך ימים ונשים זיין.). אבער די 2 אויבנדערמאנטע ניקס זענען שקול כנגד כולם (מסתמא ווייל זיי עסן גרויסע כזיתים)...! זיי מאכן דעם עולם קוילערן פאר געלעכטער. און זיי פארטרייבן די מרה שחורה אפילו פון די ערליכע אידן וועלכע טרויערן נעבעך אויפ'ן חורבן בית המקדש...!
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

דער געוואגטער איז צוקער...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

berlbalaguleh האט געשריבן:רבותיי: אונז (ס'העיסט, אונז....? ווער ביסטו דו ביסט גארנישט מיט נישט! ניטאמאל עפר ואפר...) דא אין קאווע שטיעבל דרייען זיך די הני תרי צנתרי דדהבא... הלוא המה (מיט'ן אזלא גרש) רויטע וואנצעס און דער געוואגטער יונגל. די ווערטער וואס גייען ארויס פון זייערע קיעבאורדס זענען משמח אלוקים ואנשים (ונשים...?). אלוקים, וועיס איך נישט. אבער אנשים זיכער...אשר על כן וויל איך דא פארשלאגן אז זיי זאללן שרייבן א קאלום א יעדע וואך מיט זייער אייגנארטיגן בליק אויף די פרשת השבוע...!


פארוואס וועיסטו נישט? גאט איז ניט קיין מאנסטער! ער איז בשמחה ווען זיינע קינדארלאך זיינען בשמחה!
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך ווייס נישט צו דאס איז נאך א סימפטאם, אבער איינער וואס זוכט דרינגענד חתונה צו מאכן זיינע ערשטע צוויי קינדער איז מיר היינט צוגעקומען אז ער וויל מאכן א חברותא צו חזר'ן הלכות נדה (ביי ענק הייסט עס הלכות טהרה שביו"ד חלק ב', ווייל וואס מער ווערטער אלס בעסער) 8:30 ביז 9:00 יעדע נאכט.

איך קלער אז עס האט מיט די זעלבע מחלה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

נישט אזוי זאגט די גמ' עיקם הכתוב שמונה אותיות וכו' ?

אזא מין אכשר דרא'דיגע אנשיקעניש וואס האט נישט עקזעסטירט ביז אפאר יאר צוריק. זעט אויס די שו"ע אליינס האט פארזען א גמ'...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
פארשפארט