די א.ג. סאקמערע חסידים, האבן שוין באשטעטיגט פאר איבער 70 יאהר צוריק, אויף וואספארא אומה איז מען חלילה עובר אויף די הארבע שבועה: "שלא יתגרו באומות",
און על דעת עצמם, אויך מחליט געוועהן קולות און היתרים, אויף וועלכע אומה וגוי האט דער ג-ט ב"ה נישט געמיינט ווען ער האט משביע געוועהן "אם תעירו וגו'"
אדער ווי א חבר מיינער האט מגדיר געוועהן א מאהל:
"די שבועה שלא יתגרו ישראל באומות העולם, איז פון די מצוות התלויות בארץ..."
(יעך וויל נישט אריינגיין אינעם קאמפליצירטע סוגיא פון
כתובות קיא., איבער די שלשה אדער ששה שבועות שהשביע הקב"ה לישראל ולאומות העולם (מחלוקת רבי לוי ורבי יוסי בר חנינא)
אויב ס'ווערט בכלל געפסקנ'ט להלכה פאר הנהגה וואס יידישע קינדער זאלן טוהן אדער נישט טוהן, צו נישט,
ווער ס'וויל זיך אריינלייגען און די סוגיות, יעיין בדברי רבינו הקדוש בעל הגאולה זכותו-יגן-עלינו במאמר "שלשת השבועות" שבספרו "
ויואל משה"
אין די מראי מקומות וואס דער צדיק זי"ע ברענגט אין זיין מאמר הנ"ל, זענען דא ציטאטן וואס פסק'נען קלאהר אז דאס איז ניט קיין שבועה המוטלת על ישראל ואין עבירה בידם להמרותה.
{סוגר בתוך סוגר: להלן א טייל פון די וואס האבן מתיר געוועהן די עניינים:
[*]הרה"ק מהרח"ו זיע"א
בהקדמה לספר "עץ חיים"[*]הרה"ק בעל המחבר זרע שמשון זיע"א (
בפירושו למגילת אסתר, דף קנד, ב בפירושו לפסוק: ביום אשר שברו וגו') (לעצטנס איז גראדע נתפרסם געווארן סגולת זה הספר, און מ'האט דאס איבערגעדרוקט)
[*]מהרש"א בחידושיו על אתר אין כתובות (נישט געטראפן קיין וועבסייד וואס מ'קען ברענגען פון דארט די בלאט)
[*]הרה"ק מהר"ל מפראג זיע"א בספרו נצח ישראל פרק כד (להלן עמודים
א ב ג ד)
[*]הרה"ק ר' אברהם מסוכטשוב זיע"א בעל "אגלי טל" בתשו' אבני נזר סי' תנד האריך בכל הנ"ל ובעיקר
בסעיפים מב-מה ו
בסעיף נו (און ביז סי' תס איז ער דן אויף די עניינים)
[*]הגה"ק ר' ישכר שלמה טייכטאהל זצ"ל הי"ד ראב"ד פישטיאן ובעל "משנת שכיר" בספרו אם הבנים שמחה (מהדורות
בודאפעש"ט ו
ירושלים) {ער איז געוועהן א תלמיד פונעם הייליגען בעל "מנחת אלעזר ממונקאטש זיע"א, און האט מחבר געוועהן די ספר בשנות הזעם}
עד כאן במוסגר שבמוסגר}
דעם רעבין זכותו-יגן-עלינו פרעגט א בארג פון קשיות אויף די שיטות, און פסק'נט אנדערש פון זיי, זייערע שיטה איז געבליבן א שיטה אויך נאכן רעבינס פלפול ומסקנא).
און יעצט צום נקודת-אמת פונעם זאך, טייערע פריינד, טלו קורה מבין עיניכם! טראכט'ס אריין וואס איז דאס בכלל התגרות באומות?
[*]צו א יוד וואס וואוינט אונטער א ממלכת גויים, און פאלגט נישט חוקי המדינה פון A ביז Z, איז ער דען נישט קיין מורד באומות ובגלות?
[*]צו ווען מ'איז זיך מורה היתר צו זיך דינגען/רייסען מיט א גוי אויפ'ן גאס צו אויפ'ן ראוד איז דאס נישט קיין התגרות בגוי?
[*]אז דער לארד באלפור (דערמאנונג: סעקעטאר אוו סטעט פון די ענגלישע רעגירונג, בשעת זייערע קאלאניע האט געהאט די מאכט איבער גאנץ מיטעל-איסט! - אינקלאודינג: דזשארדען, סיריע, לעבאנאן, אידזשעפט, ארץ ישראל און נאך) האט באשטעטיגט צו געבן פאר די קאפטישע נוצרים אידזשעפט, פאר די קריסטן לעבאנאן, פאר די מאסלים סיריע פאר די האשמ'ס דזשארדען און פאר די אידן ארץ ישראל איז דאס התגרות באומות?
[*]אז דער פרעזידענט דאנאלד דזשעיי. טראמפ האט באשטעטיגט צו אנדערקענען די פלעיינע-פשוט'ע פאקטען וואס גיין-שוין-אן שוין ערך פון 70 יאהר, און ביתר שאת ערך פון 50 יאהר, וואס די קאנגרעס און סענאט אין יאהר 1995 (22 יאהר צוריק!) האבן דאס שוין יענטסמאהל באשטעטיגט, און דער פרעזידענט דער מחוצף האט זיך דערוואגט צו דאס אויך אנדערקענען, איז דאס ווייטער התגרות באומות?
טייערע ברידער!
עד מתי וועט איהר נאך גלייבען פאר די בלוט-דארשטיגע אראבישע רוצחים וואס מאכן זיך מכלומר'שטע נעבאך'דיגע בארויבטע-קאזאק'ן.
דאס אז די ציונים זענען בשותפות'דיגע פיינט ענקערע, מאכט נאך נישט פאר א פאקט יעדע ליגנט וואס איז איינגעפאלן פאר מאכאמאד, מאכמאד, יאסער אדער אן אנדערער רשע.
די שטאט ירושלים אדער אל-קודס וואו די ישמעאלים רופן דאס ווערט אינגאנצן נישט דערמאנט אין זייער קאראן.
די היינטיגע א.ג. שעייכ'ן פראבירן צו פארענטפערן און צו-שטעלן צום אל-אקסא/אל-אקצא, וואס ווערט יא דערמאנט אינעם קאראן, - וואס רעדט'זיך אינגאנצן וועגן א שטאט אין געגנט פון מעקא -סאאודי-אראביע!!
איך זאג נישט אז די ציונים זענען וואוילע לעמעלעך,
אבער ווען דו שטייסט און דו בארעדסט דיין פרעזידענט וואס דאס אליין איז בפשטות התגרות בגוי,
האסטו נישט קיין רעכט צו זאגן דיין מיינונג איבער די ציונים'ס התגרות,
וואס היינטיגע צייטן איז קרוב לודאי מותר משום פיקוח נפש.
יעך האב דאס געשריבן מתוך רתיחת הדם און פון פאראויס בעט איך איבער ווער ס'שפירט זיך געטשעפעט פון די תגובה.
א גוט יום טוב