Stalin's Last Crime...!

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Stalin's Last Crime...!

שליחה דורך berlbalaguleh »

אט דאס איז דער נאמען פון א בוך וואס באהאנדלט אלע פרטים איבער דעם גרויסן און געפערליכן בילבול פון דעם מאסן רוצח און שונא ישראל (דזשוגאשווילי), בעסער באקאנט מיט דעם נאמען סטאלין...! אויף די אידישע דאקטוירים אין מאסקווע. וועלכעס האט געהאט דעם פאטענציאל ח"ו צו פארוואנדלט ווערן אין נאך א גזירת כליה אויף דעם רוסישן אידנטום...! און ער האט בחסדי השי"ת געכאפט זיין גרויסע מפלה און צוזאמען מיט איהם איז אפגעטון געווארן די גזירה אויף אידישע קינדער, אום פורים ביינאכט בשעת אידן איבער די גאנצע וועלט האבן געליינט די מגילה. אט פארדעם הייסט דער בוך ..."זיין לעצטער קרימינאלער אקט"...ווייל ער איז געפגר'ט מיט א מיתה משונה פונקט ווען ער האט געהאלטן אינמיטן אויספיהרן זיין ביטערע גזירה אויף די אידן...!

לאמיר א ביסל צוריקגיין צום אנהויב פון ווען די קאמוניסטן זענען געקומען צו דער מאכט אין רוסלאנד. בערך אין מאי פון יאר 1917 איז דער צאר ניקאליי ימ"ש אראפגעווארפן געווארן פון די מאכט דורך די סאציאל-דעמאקראטן. אין שפיץ פון וועלכער גרופ ס'איז געשטאנען אלעקסאנדער קערענסקי (א זון פון א אידיש אפשטאמיגער מאמע מיט'ן נאמען אדלער). ער איז געווען דער פיהרער פון די סאציאל-דעמאקראטן. נאר אינמיטן האטציך געמאכט א שפלינטער גרופ פון ראדיקאלע סאציאליסטן. די קאמוניסטן. זיי האבן זיך גערופן ..."באלשעוויקס"... די רוב. אין שפיץ פון וולאדימיר איליאיטש לענין. (אויך געווען א האלבער איד, מפי השמועה.). און ס'האט אויסגעבראכן א ציווילע מלחמה צווישן די קאמוניסטן/באלשעוויקס און קערענסקי'ס גרופ, וועלכע מ'האט גערופן די ..."מענשעוויקס"... די מיעוט/מיינאריטי. אבער לפי האמת זענען די מענשעוויקס געווען די רוב סטאטיסטיש. נאר די באלשעוויקן זענען געווען גרויסע רוצחים. און זיי האבן אדורכגעפיהרט א צווייטע רעוואלוציע אין אקטאבער פון זעלבן יאר. אין שפיץ פון די באלשעוויקן איז געשטאנען לענין. און זיין הויפט געהילף איז געווען לעוו טראצקי (המכונה לייבל בראנשטיין) א זון פון א בעל בתי'שע משפחה. (נישט אזוי ווי דער אנפיהרער פון די פאוני ארגאניזאציע ..."נחמת ישראל"...וויל פארקויפן פאר'ן עולם אז טראצקי'ס טאטע איז געווען אן ארימער שניידער און ר'האט נישט געהאט קיין געלט צו באצאללן פאר שכר לימוד. און מ'האט איהם ארויסגעווארפן פון די תלמוד תורה. נאכדעים איז ער ארויס לתרבות רעה. ס'איז א גוטער סעילס פיטש. אבער שקר. נאר לאמיר נישט פארקריכן.)...ער איז געווען זייער אן אינטעליגענטער געלערנטער מענטש. און ער האט געהאלטן פייערדיגע דרשות. ער איז אויך געווען דער הויפט פון די רויטע ארמיי. א יעדער האט געהאלטן אז ער גייט זיין לענינ'ס יורש. אבער אינצווישן האטציך אנגערוקט דער פויער און רוצח דזשוגאשווילי, וועלכער האטציך שפעטער געגעבן א צו נאמען..."סטאלין"... דער וואס איז געמאכט פון שטוהל (אייזן). ווייל ער האטציך קיינמאל נישט געבויגן פאר קיינעם. און ר'האט אייביג אדורכגעפיהרט וואס ער האט געוואלט. אפילו אויב ער האט געדארפט הרגנ'ען א מענטש. ער איז אויך געווען א פשוט'ער רויבער. ר'האט אדורכגעפיהרט א סאך רויבערייען אויף בענק. און פריוואטע עשירים און געברענגט דאס געלט פאר זיין פארטיי...! דער סטאלין האטציך גענומען רודפ'ן טראצקי'ן ביז ער האט איהם פארטריבן פון די פארטיי און רעגירונג. אויך שפעטער פון לאנד.

אינצווישן איז לענין, וועלכער האט געוואלט איינפיהרן א סאך דעמאקראטישע (לשיטתו) רעפארמען לטובת די ארימע שיכטן און ארבעטער, קראנק געווארן. ער האט געליטן עטליכע סטראוקס. און ר'איז געשטארבן. יעצט האט סטאלין איבערגענומען די גאנצע מאכט. און ער האט אנגעהויבן צו רודפ'ן דאס פאלק. ער האט געפיהרט דאס לאנד מיט אן אייזערנער האנט און גרויס אכזריות...!

ער האט אויכעט געטון א פאר גוטע זאכן פאר די מדינה. ער האט געטענה'ט אז רוסלאנד, אונטער די צארישע רעגירונגען איז געווארן זייער א צוריקגעשטאנען לאנד. זיי זענען מיט א הונדערט יאר צוריקגעבליבן פן אלע יוראפע'אישע לענדער. האט ער גענומען אויפבויען די אינדוסטריאלע כח פון רוסלאנד...!
המשך יבוא, אי"ה...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

המשך פון פריער:...!

הבהרה: דאס אלעס וואס מיר האבן פארציילט ביז דא. און וואס מיר גייען ווייטער פארציילן, בעז"ה. איז נישט פון דעם בוך איבער די בילבול אויף די אידישע דאקטוירים. ס'איז נאר מעין א הקדמה. א בעקגראונד כדי צו פארשטיין ווער די קאמוניסטן זענען בכלל. און דער גרויסער רוצח און מאסן מערדער סטאלין, ימ"ש. וועלכער האט אויסגעהרג'ט 20 מיליאן פן די אייגענע בירגערס פון זיין לאנד...!

איינס פון די רעפארמען וואס לענין (און טראצקי) האבן געוואלט איינפיהרן איז אז א יעדער יחיד און זיין משפחה זאללן באקומען א שטיקל לאנד וואס זיי וועללן אליינס באארבעטן. נאכדעים וואס מ'האט אוועקגענומען די פארמעגנס פון די גרויסע פריצים און לאנד באזיצערס. אויך זאללן די איינוואוינערס פון די שטעט מעגן האבן אייגענע קליינע געשעפטן ווי גראסעריס און שיך געשעפטן און אפטייקן. די רעגירונג וועט זיך נאר פארלייגן אויף די פעקטאריס און גרויסע דעפארטמענט סטארס...! אבער דער גרויסער רוצח, סטאלין האטציך גענומען רודפ'ן די קליינע געשעפטן אייגנטומער און לאנד באזיצערס (פארמערס). ער האט זיי אנגערופן מיט א שם של גנאי...קולאקן... (איני יודע פירושו). און ער האט זיי איינציגווייז ארעסטירט און פארשיקט אין קאנצענטראציע לאגערן. און צוגענומען זייער פארמעגן.

אין אוקריינע, א שכינות'דיג לאנד וועלכעס ער האט צו געטשעפעט צו רוסלאנד און געמאכט אלס א טיייל פון סאוויעטן פארבאנד, איז געוואקסן זייער א סאך ווייטץ. און אנדערע פרוכט. און ער האט דאס אלעס געוואלט פארכאפן. איז ער געקומען צו די אייגנטומער פון די פעלדער און ר'האט זיי געזאגט אז ער וויל מאכן א גרויסן שותפות מיט זיי. ס'הייסט אז זיי זאללן איבערגעבן די גאנצע תבואה פאר די רעגירונג. און 15% וועט בלייבן פאר זיי. ער האט עס געגעבן א פענסי נאמען. קאלעקטיוויזאציע. פארשטייצעך אז זיי האבן נישט געוואלט. ער האט אבער געוואוסט אז ער קען נישט קומען מיט קיין מיליטער און צוכאפן עס מיט געוואלד. האט ער געווארט פאר א געלעגנהייט זיך נוקם צו זיין אין זיי. ס'איז געקומען די צייט פון אנזייען די תבואה. און זיי האבן געדארפט האבן טראקטארס און אנדערע געצייג. אויך האלץ און קוילן צו אנהייצן די הייזער פאר'ן ווינטער. ער האט געהאט קאנטראל אויף די אלע זאכן. און ער האט זיי גארנישט געגעבן. ווען זייערע פארשטייערס אין פארלאמענט זענען געקומען צו איהם בעטן בתחנונים. און זיי האבן געזאגט אז מענטשן גייען שטארבן פאר הונגער און קעלט. האט ער זיי געענטפערט. איך האב ענק שוין געזאגט אז עטץ זאלטץ אונטערשרייבן אז עטץ גייטץ איין אויף מיין פראגראם. דאמאלס געב איך ענק אלעס. אנישט באקומט עטץ גארנישט. איי די מענטשן גייען שטארבן. דאס האט איהם נישט אינטרעסירט. וכך הוה. ס'זענען יענעם ווינטער אויסגעשטארבן בערך איינס און א האלבן מיליאן מענטשן (י"א אז ביז פינעף מיליאן). און ס'האט איהם גארנישט בארירט. מוסיף צו זיין חטא על פשע האט ער אריינגעשיקט זיינע אגענטן און זיי האבן געזוכט אין די הייזער וואו די פויערן האבן באהאלטן א ביסל תבואה און אנדערע עסנווארג. און זיי האבן דאס אלעס צוגערויבט. און די מענטשן האבן טאקע געהונגערט נאכדעים.

איינס פון די רשעות'דיגע פראגראמען צו וואס אלע קאמוניסטן האבן מסכים געווען איז געווען דאס צושטערן און חרוב מאכן א יעדער פארם פון רעליגיע אין לאנד. די גוי'אישע און להבדיל די אידישע. זיי האבן גערודפ'ט אלע רעליגיעזע פיהרערס מיט די גרעסטע מאס אכזריות און רציחה. אויך דעם ליובאוויטשער רבי'ן הרה"צ ר' יוסף יצחק שניאורסאן האבן זיי שטארק גערודפ'ט און געוואלט אז ער זאלל זיך ח"ו אונטערברעכן און אויפגעבן זיין הייליגע ארבעט פון בויען מקוואות און תלמוד תורה'ס איבער גאנץ רוסלאנד. נאר ער האט מיט אן עקשנות דקדושה און מסירות נפש זיך געשלאגן מיט זיי אז ס'האט איהם שיעור געקאסט זיין לעבן...! אבער דאס דארף א באזונדערע אפהאנדלונג. ואכמ"ל...! מיר וועללן זיך דא בעיקר קאנצענטרירן אויף די רשעות און מעשי רציחה פון יאסעף סטאלין.

איינס פון די וועגן וויאזוי דער קאמוניסטישער סיסטעם האט געארבעט איז געווען אז זיי האבן געמאכט א פארזאמלונג פון די הויפט פריצים. נישט דאס פאלק. ווייל זיי האבן נישט געהאט קיין דיעה צו זאגן.און זיי האבן בכלל נישט געקענט וואוטן. אבער די פריצים יא. איז אויסגעקומען אז דער הויפט פון די לענינגראד'ער פארטיי, איינער מיט'ן נאמען ...קיראוו... האט באקומען מער וואוטס פון סטאלין אליינס. בעצם האט דאס גארנישט געמיינט. ווייל ער איז געבליבן דער פיהרער. ער איז אבער געווארן זייער שטארק דזשעללאוס אויף איהם. און ער האט אנגעהויבן אויסצוארבעטן פלענער וויאזוי פטור צו ווערן פון איהם. ער איז געווען בבחינת יורד ומסטין ועולה ומקטרג. האט ער גענומען איינעם א לא יוצלח. (פארשטייצעך דורך שליחים, אז מ'זאלל נישט כאפן אז ער שטייט אונטער דעים.). און מ'האט איהם צוגעזאגט א סאך געלט אז ער זאלל גיין און אדורכפיהרן די רציחה אויף איהם. און זיינע געטרייע עבדים האבן שוין אויסגעארבעט אז די שומרים די באדי גארדס וואס יענער מענטש האט געהאט זאללן פונקט נישט זיין דארט. און ווען ער איז ארויסגעגאנגען פון זיין אפיס אין האללוועי אליינס. דאמאלס האט איהם דער אונטערגעשטעלטער מערדער געשאסן.נאכדעים איז סטאלין געקומען צו זיין לויה. און ער האט אליינס געטראגן דעם ארון. און ער האט איהם שטארק מספיד געווען און באוויינט אז ער האט פארלוירן אזא גוטן פריינט. דאס האט געגעבן פאר סטאלין דעם תירוץ אז ער זאלל אנהייבן מאכן מאסן ארעסטן. צוערשט האט ער געלאזט ארעסטירן דעם שיסער און זיין גאנצע משפחה (ווייב און קינדער). אויך האט ער באזייטיגט און געלאזט ארעסטירן דעם הויפט פון סעקיוריטי וועלכער איז געווען ממונה אויף די זיכערקייט פון ...קיראוו... אויך אלע באדי גארדס וועלכע זענען געווען דארט האט ער געלאזט ארעסטירן. און זיי אויסגעשאסן. כדי זיי זאללן נישט קענען פארציילן אז ער האט געהאט א חלק אין די קאנספיראציע. דאס האט איהם אויך געגעבן א תירוץ אנצוהייבן א פראגראם פון מאסן ארעסטן און רציחות. דאס איז געווען אין יאר 1937. נאנט צו א מיליאן מענטשן זענען דאמאלס געווארן ארעסטירט און פארשיקט געווארן קיין סיביר אדער געשאסן געווארן. מ'האט עס אנגערופן דער גרויסער טעראר.

דער גרויסער רוצח האט געטון זיין ארבעט דורך שליחים. די געהיים פאליציי. וועלכע האבן זיך גערופן ..."טשעקא"...זייער ערשטער הויפט איז געווען איינער (ספק איד...?) זשערזשינסקי. ווען ער האט געזוכט א כפרה הינדל אויף וועימען אנצולייגן די אלע רציחות האט ער איהם געלאזט ארעסטירן. און געשאסן. און ער האט גענומען א צווייטן. איינעם מיט'ן נאמען יעזשאוו. אפיציעל איז ער נישט געווען קיין איד. ער האט אבער געהאט א אידישע ווייב מיט'ן נאמען חנה פייגנבוים...! אויך האט ער געהאט פיהר קינדער. ער האט געטון זייער א גוטן דזשאב פון אדורכפיהרן רציחות אויף אומשולדיגע מענטשן. ווען סטאלין האט אנגעהויבן טראכטן אז מ'וועט איהם באשולדיגן אין די מאסן רציחות, האט ער באשלאסן פטור צו ווערן פון איהם. און אויפגענומען א נייעם הויפט. מיט'ן נאמען לאוורענטי בעריא. אויך פון די זעלבע מדינה פון וואו ער איז געקומען פון גרוזיניע (דזשארדזשיא). אויף דעם בעריא איז אויכעט געווען שמועות אז ער איז א האלבער איד. אבער ער איז אויכעט געווען א גרויסער אכזר. ער האט תיכף ארעסטירט דעם יעזשאוו און איהם געלאזט שיסן...! (על דאטפת אטפוך...). דער בעריא האט אויכעט אויסער זיינע מאסן רציחות וועלכע ער האט אדורכגעשמועסט טעגליך מיט זיין באס סטאלין און באקומען זיין הסכמה און אונטערשריפט זיי צו שיסן. אפגעטון מעשים תעתועים אשר לא יעשו. וואס אין א יעדע ציוויליזירטע מדינה וואלט ער געגאנגען זיצן אין תפיסה פאר זיין גאנצן לעבן. אבער ער איז דאך געווען דער באס פון די פאליציי...!

אין די נעקסטע פארזעצונג וועללן מיר אנהייבן רעדן וועגן דעם בילבול אויף די אידישע דאקטוירים. נאר אינצווישן האט דער מערדער סטאלין אנגעפיהרט נאך א סאך רציחות אויף יחידים און גרופס. אידן און נישט אידן...!

המשך יבוא, אי"ה
באניצער אוואטאר
שלמה המלך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 802
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

שליחה דורך שלמה המלך »

יש"כ בערעלע
זייער באלערענד אווי אלע דיינע שיינע סחורה

מסתמא ביסטו באקאנט וואס יו"ט עהרליך ז"ל פארציילט אויפ'ן קאסעטע!
ער פארציילט די מעשה שיין מיט א הארציגע מעלאדי ווי די אידען דארט אין רוסלאנד האבען זיך אנגעליטן פון דעם צורר היהודים, און מ'איז געקומען צו ר' יוחנ'טשע סטאלינער זצ"ל (זיין רבי) ער האט שוין דאן געעואינט אין אמעריקע, מ'האט איהם פארציילט פורים ביינאכט איבער דעם ביטערע גזירה - ר' יוחנ'טשע האט געבעטען א בילד פונעם המן בזמנינו אין מיט'ן דעם משתה יין טיש, און האט אנגעפאנגען האקן אין זיין קאפ (אויפ'ן בילד) און געזינגען דערביי א מורא'דיגע ניגון (יאנטל זיגט דעם ניגון דארט) און האט זיך דערביי אנגעריפען אז ער האט איהם ארלעדיגט!
והעולם משתאה להם מחריש לדעת וואס דאס מיינט אבער ווי ס'איז קררצליך דערנאך נתברר געווארען אז ער האט איהם פיזיש צעלעכערט דעם מח מיט דעם האקן דורך א סטרויק און ער האט גע'פגר'ט אפאר טאג דערויף!

ר' Wikipedia איז מעיד דערויף מיט איעדע פרט!

פלאי פלאים!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שלמה המלך: ייש"כ. ס'איז ביז'ן היינטיגן טאג נישט קלאר ווער און וויאזוי מ'האט איהם אומגעברענגט. ווען מ'טראכט אריין אין די גאנצע השתלשלות פון די פרשה, איז דא זייער א סאך ענליכקייטן צו די מגילה. וואו ס'שטייט..."והמלך והמן ישבו לשתות...! דער רשע און צורר ישראל האט געמאכט א פארטי פאר זיינע גוטע פריינט. און נאכדעים האט ער געכאפט דעם סטראוק פון וואס ער איז געפגר'ט. ס'איז דא א יש אומרים אז זיין (געוועזענער) גוטער פריינט בעריא דער הויפט פון די געהיים פאליציי איז דער וואס האט איהם אריין געגאסן דעם סם ווארפארין, וואס ווערט אויכעט באנוצט אלס מעדיצין פאר א בלוט דינער. נאר אויב מ'נעמט א סאך דערפון איז עס געפערליך. און ס'קען ברענגען צו א סטראוק. דער דאזיגער כעמיקאל האט נישט קיין גערוך אדער טעם. און מסתמא האט ער דאס אראיינגעגאסן פאר איהם אין זיין געטראנק פון געשמאקן זיסן גרוזינער וויין. און דער וואס האט אנגעדרייט די גאנצע מעשה האט נישט געלאזט אז מ'זאלל צו גיין צו זיין צימער טשעקן וואס ס'טוט זיך מיט איהם. נאר ערשט נאך א 5 אדער 6 שעות וואס ער איז געליגן אין א געפגר'טן מצב אויפ'ן פלאהר זענען זיינע מענטשן אריין צו איהם אין צימער.

נאר דער רוצח סטאלין ימ"ש האט זיך אייביג באווארנט. ווייל ער האט געוואוסט אז ס'זענען דא מענטשן וועלכע וויללן איהם הרג'נען. ווען ער האט געגעסן א סעודה מיט זיינע גוטע פריינט האט ער אייביג מיטגעטיילט פון זיין טעלער פאר א יעדן. און מ'האט געמוזט עסן. ווייל ער האט געוואלט זעהן אויב די עסן איז נישט פארסמ'ט.

נאכאמאל. א ייש"כ פאר ארויסווייזן אינטרעסע אין די גאר וויכטיגע היסטארישע פרשה וועלכע האטציך אפגעשפיעלט אין יאר 1953 למספ'.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

check out these bad-asses

https://en.wikipedia.org/wiki/Leonid_Krasin
https://en.wikipedia.org/wiki/Alexander_Bogdanov
https://en.wikipedia.org/wiki/Bolshevik_Centre
https://en.wikipedia.org/wiki/Yakov_Ganetsky
https://en.wikipedia.org/wiki/Alexander_Parvus
https://en.wikipedia.org/wiki/Grigori_Sokolnikov

ס'געווען נאך אסאך אידן אבער די אויבערשטע זענען אידן מיט א באנטש מיט געלט הויעך אין די באלשעוויסטישע היערארכיע.

נאכדעם טשעק אווט יעקב יוראסקי, דער וואס האט דערשאסן דער צאר צוזאמען מיט זיין גאנצע משפחה צום טויט און יעקב מיכאילאוויטש, דער וואס האט פארארדנט די קילינג, קאמינג דירעקט פון לענין זיין Boss.

ס'איז שרעקעדיג וואספארא עיקר זיי זענען קודם געווען און ווי screwed די אלע זענען שפעטער געווארן. בלייבט איבער צו וואונדערן זיך, וואסערע סקילס האט זיי געפעלט אז מען האט זיי אזוי געקענט סקרוען. וועלכער אטיטוד זאלן זיי ווען דאס האבן גענומען וואלטן זיי נישט אזוי מיאוס אפגעשניטן. איך מיין עס איז דער לייכטיזיניגקייט צו אויטאריטעט און דער lack פון געטריישאפט און פאטריאטיזם, first and foremost. און בעפאר עמיצער שפרינגט אויף מיר, זיין א קופץ בראש אויף צו צעשטערן סאושעל ארדער איז נישט געטריישאפט אדער פאטריאטיזם. עס קומט פון די inability צו פאלגן א סיסטעם און טוען וואס אלע טוען. א אומאפשטילבארע אפעטיט פאר עקשאן, חידוש און אפערטוניטי. נאכדעם, א תמימות פון צופיל געטרויען אנדערע און א אומבאהאונטקייט בציד של עשו.

https://en.wikipedia.org/wiki/Yakov_Yurovsky
https://en.wikipedia.org/wiki/Yakov_Sverdlov#Early_life
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

דאס איז א באקאנטע בילד פון די ערשטע באלשעוויקס און די רוב זענען געווען אידן. Wiki
The presidium of the 9th Congress of the Russian Communist Party (Bolsheviks). 1920. Sitting (from left): Abel Yenukidze, Mikhail Kalinin, Nikolai Bukharin, Mikhail Tomsky, Mikhail Lashevich, Lev Kamenev, Evgeny Preobrazhensky, Leonid Serebryakov, Vladimir Lenin and Alexei Rykov. Standing: Nikolay Krestinsky, Vladimir Milyutin, Ivar Smilga

Old bolsheviks
https://en.wikipedia.org/wiki/Old_Bolshevik
מאכט א זוך אויף די נעמען און אויף די נעמען צו וואו די נעמען פירן דיך.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

טאמבל סאס: ס'זענען דא עטליכע הערות אין פלאץ...1) א גרויסע צאל פון די אריגינאלע באלשעוויקן זענען געווען אידן. ווייל נאכ'ן זיין אזויפיהל יארן אונטערדריקט דורך די פארשידענע צארישע דינאסטיעס האבן זיי געזעהן אין די סאציאליסטישע באוועגונג א פערזענליכע באפרייאונג און א סאציאלע גערעכטיגקייט...!

2). וולאדימיר לענין האט געוואלט איינפיהרן עטליכע דעמאקראטישע רעפארמען וועלכע וואלטן געווען זייער גוט פאר דעם אינדיווידואלן קליינעם לאנד באזיצער און געשעפט אייגנטומער. נאר דער רוצח און מערדער סטאלין, וועלכער האט פארכאפט די מאכט האט זיי אונטערדריקט און עלימינירט אלס א קלאס...!

3). סטאלין האט זיך אויך גענומען פאר א ציהל אויסצוראטן די אלע אלטע אריגינאלע מעמבערס פון די צענטראל קאמיטע איינציגווייז...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

המשך פון די פריער'דיגע פארזעצונג:

יעצט וועלן מיר א ביסל פארציילן פון דעם עצם סאבדזשעקט פון וואס דער בוך רעדט. כאטש ס'איז נאך געבליבן זייער א סאך צו שרייבן איבער סטאלינ'ס רציחות און פארפאלגונגען וואס ער האט פערזענליך אנגעפיהרט און דורך זיינע שליחים אויף פראמינענטע יחידים און גרופס. ווי די רציחה פון דעם אקטיאר און וויכטיגער פערזענליכקייט שלמה מיכאעלס דער הויפט פון די אנטי-פאשיסטישע קאמיטעט. און אנדערע...!

דער בילבול אויף די אידישע דאקטוירים האט זיך אנגעהויבן צו וועבן בערך אין יאר 1951. נאר סטאלין האט צוזאמענגענומען פארשידענע געשעענישן וועלכע זענען געווען מינדערוויכטיג און ער האט נישט רעאגירט אויף זיי בשעת די פאסירונגען זענען זיך פארלאפן. נאר מיט א צייט שפעטער, ווען ס'איז געווען אין זיין אינטרעס צו דערגרייכן א געוויסן ציהל האט ער זיי אלע אפיהרגענומען און אריינגעפלאכטן אין זיין קאמפיין צו באשמוצן און פארפאלגן די אידישע דאקטוירים און דורך דעם אלע אידן פון רוסלאנד...!

בערך אין יולי פונ'ם יאר 1951 האט מען אריינגעברענגט אלס פאציענט אין דעם קרעמלין שפיטאל, וואס האטציך געפונען אין א פארשטאט פון מאסקווע מיט'ן נאמען וואלדאי,איינעם מיט'ן נאמען א. זשדאנאוו. ער איז געווען דער הויפט פון די לענינגראד'ער פארטיי. נאכדעם וואס סטאלין האט געלאזט הרגנ'ען דעם ערשטן הויפט קיראוו. סטאלין האט פאר זיינע אייגענע סיבות באשלאסן איהם צו באזייטיגן פון די פירערשאפט אויף א שיינעם וועג. מיט'ן תירוץ אז ער איז ערשעפט (עקזהאוסטעד) און ער דארף זיך גיין אפרוען. דער זשדאנאוו איז געווען א ..."מחותן"...מיט סטאלין. זיין זון יורי האט חתונה געהאט מיט סטאלינ'ס טאכטער, סוועטלאנא אלילויעווא. דער זשדאנאוו האט טאקע געליטן אויפ'ן הארץ אזוי ווי די מערסטע מיטל יעריגע מענער פון רוסלאנד אין יענע תקופה. ווייל זיי האבן געלעבט אין שוואוילטאג און געפרעסן פעטע פליישן און געטרונקען א סאך וואדקא. און זיי האבן געהאט זייער א הויכע מאס קאלעסטעראל. די וועלט האט א טעות. מ'מיינט אז אין רוסלאנד האט א יעדער געליטן הונגער. דער המון עם האט טאקע געהונגערט. אבער די פריצים האבן געהאלטן אין איין מאכן סעודות און פארטי'ס אין זייערע דאטשא'ס. די וואקעישן היימען וואס א יעדער פון זיי האט פארמאגט. דער א. זשדאנאוו האט טאקע געליטן אויפ'ן הארץ. ווען ער איז געווען אין דעם שפיטאל האבן איהם באהאנדלט די גרעסטע דאקטוירים. מיר גייען דא נישט אויסרעכענען אלע זייערע נעמען. נאר די וואס זענען וויכטויג פאר אונזער סיפור המעשה. איינער פון די דאקטוירים איז געווען א איד מיט'ן נאמען דר. עטינגער. א גרויסער פראפעסאר אין קארדיאלאדזשי. דר. עטינגער האט פעסטגעשטעלט אז זשדאנאוו האט נישט געליטן קיין הארץ אטאקע. נאר ער האט עפעס אן אנדער פראבלעם מיט א פארשטאפונג פון אדערן ביים הארץ דעריבער האט ער ערלויבט פאר דעם פאציענט אז ער מעג ארומגיין און שפאצירן . ער מוז נישט ליגן אין בעט. דארט איז אויכעט געווען א דאקטארין א גוי'טע מיט'ן נאמען טימאשוק. זי האט געארבעט ביי די אי.קעי.דזשי. אפטיילונג. זי האט געטענה'ט אז די אי.קעי.דזשי. האט געוויזן אז דער פאציענט זשדאנאוו האט יא געהאט א הארץ אטאקע. און די באהאנדלונג פון די דאקטוירים איז נישט געווען קיין ריכטיגע. די פרוי דאקטאר טימאשוק האט אבער געהאט נאך אן אויפגאבע. זי האט געארבעט פאר די געהיים פאליציי. איז זי געגאנגען און זי האט אפגעשריבן א בריעף פאר איהר סופערווייזער. איינער פון די הויפטן פון די געהיים פאליציי וואו זי האט געטענה'ט אז די דאקטוירים מיט דר. עטינגער בראש האבן נישט געגעבן א ריכטיגע באהאנדלונג פאר'ן פאציענט. דער הויפט האט איך וועל בלי"נ ממשיך זיין . איך מוז ארויסלויפן פאר א 2 שעה. המשך יבוא. אי"ה!...!געוויזן דעם בריעף פאר סטאלינ'ס סעקרעטאר וועלכער האט עס געברענגט פאר סטאלין אליינס איבערצוליינען
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

המשך פון פריער: 2 טאג נאכדעים וואס די פרוי דר. טימאשוק האט געשיקט דעם בריעף איז דער פאציענט א. זשדאנאוו טאקע געשטארבן. (ס'איז וויכטיג צו וויסן די השתלשלות וועגן די שפעטערע אנטוויקלונגען.) אבער ווען סטאלין האט איבערגעליינט דעם בריעף האט ער עס אנגעצייכנט, אז ס'זאלל אריינגיין אין זיינע ארכיוון/פיילס. דאס מיינט אז ער האט נישט געהאלטן ביי טון עפעס וועגן דעם. די פרוי טימאשוק האט געזעהן אז מ'מאכט זיך נישט וויסנדיג וועגן איהר בריעף האט זי אפגעשריבן א צווייטן בריעף. און מ'האט איהר אויף דעם בריעף אויכעט נישט געענטפערט. אין נאוועמבער אדער דעצעמבער פונ'ם יאר 1951 איז געקומען א באפעל פונ'ם הויפט פון די געהיים פאליציי מיט'ן נאמען אבאקומאוו אז מ'זאל ארעסטירן דר. עטינגער און איהם נעמען אויף אויספארשונג. זיי האבן איהם אנגעהויבן אויסצופארשן און נאר געוואלט אז ער זאלל אונטערשרייבן א סטעיטמענט אז ער האט בכוונה געגעבן א פאלשן דיאגנאז אויף א. זשדאנאוו. אבער דר. עטינגער האט זיך געהאלטן ביי זיינס אז לויט ווי אלע טעסטס האבן געוויזן האט זשדאנאוו נישט געליטן פון קיין הארץ אטאקע. מ'דארף געדענקען אז דער הויפט פון די געהיים פאליציי, אבאקומאוו האט נישט געהאט קיין איבעריגע אהבת ישראל, ווייל ער האט אינדערצווישנצייט גערודפ'ט אלע הויכע באאמטע אין די געהיים פאליציי פון אידישן אפשטאם. ער האט זיי אלע ארויסגעווארפן פון אמט. אבער ער האט דאך געהאט א ביסל מענטשליכקייט און זיך גערעכנט מיט דעם פאקט אז דר. עטינגער איז געווען זייער א פראמינענטער דאקטער. און אן עלטערער מענטש. ווען ער האט געזעהן אז ער קומט נישט אן אין ערגעץ, האט ער באפוילן אז מ'זאלל טראנספערן דר. עטינגער צו די לעפארטאווא פריזאן. דארט איז געווען נארמאלע צימערן/צעללס וואו מ'האט געהאלטן די ארעסטאנטן. און ס'איז אויכעט געווען ספעציעלע פייניקונגס צעללן. וואו ס'איז געווען קאלט און פייכט. און זיי האבן גענוצט פארשידענע פייניגונגס מעטאדן, ווי אויסטון די ארעסטאנטן אינגאנצן אן קליידער און זיי מאכן שטיין אויף די פיס פאר עטליכע שעה בשעת די אויספארשער זענען געזעסן אויף באקוועמע בענקלעך, און אפילו געכאפט א דרימל אינמיטן די אויספארשונג.

אבאקומאוו האט געגעבן א באפעל אז מ'זאלל דעם דר. עטינגער באהאנדלען נארמאל און אפשטעללן אלע אויספארשונגען. דארט איז אויכעט געווען אן אויספארשער מיט'ן נאמען ריומין. ער איז געווען א גרויסער פויער אן אומגעלערנטער און אויך א גרויסער אכזר. ער האט נישט אויסגעפאלגט דעם באפעל פונ'ם הויפט, אבאקומאוו. ער האט יא גענומען דעם דר. עטינגער פאר עטליכע אויספארשונגען וואו ער איז געשטאנען אויף די פיס פאר פינעף און זעקס שעה. אויך האט ער איהם אריינגעלייגט אין א קאלטן און פייכטן צעל. ווען אבאקומאו האט אויסגעפונען וואס דער ריומין האט געטון האט ער אריינגעגעבן אן אפיציעלע קלאגע אקעיגן דעם אויספארשער ריומין צו די צענטראלע קאמיטעע. ווען ער האט געזעהן אז ער איז אין טראבל. ווייל די צענטראלע קאמיטי האבן געהאט דעם כח איהם צו באשטראפן. האט ער אפגעשריבן א בריוו צו סטאלין אליינס. אין וועלכן ער באקלאגט זיך אויף דעם הויפט פון די געהיים פאליציי אבאקומאוו. צולייגנדיג אז ער איז פארמישט אין א קאנספיראציע אקעיגן די רעגירונג. א ראיה צו דעם איז, אז ער האט געהייסן אפשטעללן אלע אויספארשונגען אקעיגן דעם דר. עטינגער.

ווען סטאלין האט געהערט איבער דעם, האט ער געברענט פאר כעס. און ער האט געהייסן אז מ'זאלל ארויסווארפן אבאקומאוו פונ'ם דזשאב און איהם ארעסטירן. און ער איז אנגעקומען צו די לעפארטאווא פריזאן. און צו די הענט פון דעם אויספארשער ריומין. ווען דער רשע און אכזר, ריומין האט געזעהן אז ער האט אריינבאקומען זיין אמאליגן בעה"ב אין זיינע הענט האט ער די ערשטע זאך איהם דערלאנגט א זעץ אין מויל מיט זיינע פויסטן. נאכדעים האט ער איהם גענומען פייניגן אז ער זאלל זיך מודה זיין אז ער איז געווען פארמישט אין א קאנספיראציע אקעיגן די רעגירונג. אין יענע צייט בערך אין דעצעמבער פונ'ם יאר 1952 האט שוין סטאלין געהאלטן טיעף אינמיטן ארבעטן אויף זיין בילבול אקעיגן די אידישע דאקטוירים . און ער האט צוזאמען גענומען אלע אלטע קעיסעס וואס האבן זיך אפגעשפיעלט מיט א דריי , און אפילו פינעף יאר צוריק.

אין דעם שפיטאל אין וואלדאי האט אויכעט געארבעט א אידישע פרוי אלס דאקטאר ביי די אי.קעי. דזשי. דעפארטמענט פאר די גוי'טע טימאשוק איז אנגעקומען אהין. האט ער זיך יעצט דערמאנט פון די אידישע דאקטארין. און ער האט זי באשולדיגט אז זי האט אויכעט געהאט א טייל אין די קאנספיראציע צו הרגנ'ען זשדאנאוו. און אויך א פריער'דיגן פאציענט. מיט'ן נאמען טשערבאקאוו. אז זי און די אנדערע דאקטוירים , ספעציעל די אידישע האבן נישט גוט דיאגנאזירט דעם פאציענט. און דורכדעים איז ער געשטארבן . אויך האט ער באשולדיגט די אידשע דאקטוירים אז זיי זענען א טייל פון א שפיאנאזש רינג פאר אמעריקע. ספעציעל דעם דר. עטינגער , וואס איז ארומגעפארן אין די גרויסע מעדיקל צענטערס אין ענגלאנד און אמעריקע מיט א סאך יארן פריער. אויך האט ער זיך ..."דערמאנט"... פון דעם בריעף פון דר. טימאשוק. וואו זי האט געשריבן אז די דאקטוירים האבן פאלש דיאגנאזירט דעם פאציענט זשדאנאוו. וואס אלס רעזולטאט איז ער געשטארבן. אויך האט ער געברענגט נאך עטליכע קעיסעס וואו אידישע דאקטוירים זענען געוון פארמישט אין נישט גוט דיאגנאזירן פאציענטן אין אנדערע שפיטאלן אין מאסקווע און אנדערע שטעט. און ער איז געגאנגען צו די מידיא און זיי האבן באשריבן אז ס'איז דא אידישע קאנספיראציע פון אידישע דאקטוירים צו הרג'נען די חשוב'ע מענטשן פון די קאמוניסטישע פארטיי. און אויך די פשוט'ע איינוואוינערס פון לאנד.די צייטונגען האבן א יעדן טאג געברענגט נאך (אויסגעטראכטע, פאנטאזירטע) מעשיות וועגן אידישע דאקטוירים וועלכע ווילן פארסמ'ען די פיהרערס פון די פארטיי. אויפ'ן באפעל פון די אמעריקאנער סי.איי.עי...! און סטאלין האט באפוילן אז מ'זאלל ארעסטירן נאך 15 אידישע דאקטוירים אין מאסקווע. און אויך אין אנדערע שטעט. ביז ס'איז געקומען צו א מצב אז די גויים האבן נישט געוואלט גיין צו א אידישן דאקטאר. אויך די אידישע דאקטוירם האבן מורא געהאט צו באהאנדלען גוי'אישע פאציענטן. ווייל זיי וועללן נאך אויסטראכטן א בילבול אויף זיי.

אין די זעלבע צייט האט דער רשע און מאסן מערדער סטאלין געלאזט אויפבויען 4 נייע , גרויסע קאנצענטראציע לאגערן. אויך האט ער געלאזט אויפבויען געמיינע צוזאמגעשטעלטע באראקן פון האלץ. אן הייצונג. אין די געגנט פון בירא-בידזשאן. וואס איז נאנט צו די גרעניץ מיט טשיינא.

מיט א פיהר יאר שפעטער. נאכדעים וואס סטאלין איז געפגר'ט. און בעריא האט איבערגענומען די מאכט פאר א קורצע צייט. און כרושטשעוו האט ערלעדיגט אז מ'זאלל איהם שיסן. און ער האט איבערגענומען די מאכט האט ער אויפגעדעקט וואס דער רשע סטאלין האט געפלאנט צו טון. זיין פלאן איז געווען אז די גוי'אישע באפעלקערונג וועט ווערן זייער שטארק אנגעהיצט אויף די אידן און זיי וועללן מאכן א פאגראם. און די אידן וועללן קומען צו לויפן אז די רעגירונג זאלל זיי באשיצן. וועט ער זיי זאגן אז זיי האבן נישט קיין אנדער ברירה נאר ארויפגיין אויף די טרעינס וואס וועללן זיי פיהרן צו בירא בידזשאן. וואו זיי וועללן ח"ו אויסגיין פאר הונגער און קעלט. אויסער די אידן וואס מ'גייט אריינלייגן אין די נייע, גרויסע קאנצענטראציע קעמפס.

ווען סטאלין, ימ"ש האט אויפגעברענגט זיין פינסטערן פלאן פאר די פאליטביורא, וואס איז געשטאנען אין שפיץ פון די צענטראלע קאמיטי פון די קאמוניסטישע פארטיי, וועלכעס האט געציילט אפשר צען מעמבערס. און זיין שוואגער, לאזאר קאגאנאוויטש. (ווייל "בזיווג ראשון" האט סטאלין חתונה געהאט מיט לאזאר קאגאנאוויטש'ס שוועסטער) גענומען זיין פארטיי קארטל און ער האט עס צוריסן. און געווארפן פאר סטאלין אין פנים אריין. זאגנדיג אז ער וויל נישט זיין א מעמבער אין זיין פארטיי. ווייל ביז דאמאלס איז ער געווען איינער פון די גרעסטע ..."חסידים"... פון סטאלין. און ער איז מיטגעגאנגען מיט אלע זיינע בייזע און פינסטערע מערדערישע פלענער.

און דער סוף איז ב"ה געווען א גוטער. דער רשע האט געכאפט א מפלה און געפגר'ט מיט א מיתה משונה. און די ערשטע זאך וואס ל. בעריא האט געטון ווען ער האט איבערגענומען די מאכט, איז געווען צו באפרייען אלע אידישע דאקטוירם און זיי דערקלערן אלס אומשולדיג. נאר ער האט נישט געלעבט גענוג לאנג זיי צו רעהאביליטירן און צוריקשטעללן אויף זייערע ערשטע, בכבוד'יגע פאזיציעס . ווייל ער האט נישט מאריך ימים געווען.

דער וועג וויאזוי כרושטשעוו האט אראנזשירט אז מ'זאלל איהם (בעריא) שיסן. וועללן מיר פארציילן אין די נעקסטע פארזעצונג, אי"ה...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ל. בעריא'ס ממשלה האט אנגעהאלטן פון נאך פורים (נאך סטאלין'ס פגירה) ביז ארום סוף דעצעמבער פון זעלבן יאר 1953. און איינס פון די ערשטע זאכן וואס בעריא האט געטון ווען ער האט איבערגענומען די מאכט, איז געווען צו באפרייען די אידישע דאקטוירים וועלכע סטאלין ימ"ש האט געלאזט ארעסטירן. און ער האט דערקלערט אז גאנצע מעשה איז נאר געווען א בילבול און שקר. ער האט אויך געוואלט זיך שטארק דערנענטערן פאליטיש צו אמעריקע כדי צו געניסן פון אמעריקאנער הילף וואס אנדערע מערב אייראפע'אישע מדינות האבן גענאסן. אזוי ווי דער מארשאל פלאן. און דאס איז אויכעט געווען איינס פון זיינע חטאים פארוואס זיינע (געוועזענע) חברים ווי כרושטשעוו און די אנדערע האבן איהם פארמשפ'ט.

די מערקווירדיגע זאך ביי די קאמוניסטישע פיהרערס איז געווען אז ס'איז געווען ביי זיי מעורב טוב ברע. פון איין זייט האבן זיי געקענט אפטון די גרעסטע רציחות אויף אומשולדיגע מענטשן. און פון די אנדערע זייט האבן זיי געקענט טון לכאורה גוטע זאכן וואס זאלל ברענגען פרייהייט פאר די מענטשן. דאס איז אפשר געווען דער סוד פאר זייער קיום און עקזיסטענץ.

בעריא אליינס, אלס הויפט פון די געהיים פאליציי האט געהאט א דירעקטן חלק אין אויסהרג'נען מיליאנען אומשולדיגע מענטשן. אבער ביי דעם פאל פון דעם בילבול אויף די אידישע דאקטוירים איז ער געווען דער ערשטער זיי צו באפרייען און זיי דערקלערן אלס אומשולדיג. צו ווייל ער האט עס געטון משנאת המן אדער מאהבת מרדכי איז נישט קיין גרויסער נפקא מינה. דער עיקר איז אז זיי זענען בחסדי ה' באפרייט געווארן. און צוזאמען מיט זיי דאס גאנצע רוסישע אידנטום פון די שווערע גזירה וואס האט געהאנגען אויף זיי...!

אין דעם פונקטליכן אופן וויאזוי מ'האט איהם געשאסן, עפ"י פקודת כרושטשעוו וחבריו. וואס איז אויכעט נישט געווען קיין קליינער רוצח איז דא פארשידענע גירסות (גירסאות)...מ'ווייסט נישט פונקטליך. ווייל די קאמוניסטישע פיהרערס האבן געהאט 100% קאנטראל אויף די מידיא. און זיי האבן געשריבן לויט ווי די פיהרערס האבן געוואלט.

לויט איין גירסא, האט מען אריינגעשמוגלט א גאן אין דעם בילדינג פון זיין פאליצייאישע העדקווארטערס, אלס א פעקל פון עפעס א דעליווערי. וואס איז געסיינט און אקצעפטירט געווארן דורך א סאלדאט פון זיין סעקיוריטי אפטיילונג. און נאכדעים איז אריינגעקומען דער שיסער, און איהם דערהרג'עט אין זיין אפיס. וואו מ' האט איהם שפעטער געטראפן.

לויט א צווייטע גירסא האט מען איהם אראפגערופן אין קרעמלין פאר א מיטינג. און ער איז געזיצן און געווארט אז די אנדערע מעמבערס זאללן אריינקומען .אינצווישן האט איינער פון די אנוועזנדע געדרוקט אויף א קנעפל און פיהר באוואפנטע גענעראלן פון די נ.ק.וו.ד. זענען אריינגעקומען. ווען ער האט פארשטאנען (פון זיין אייגענע עקספיריענס) פארוואס די פיהר גענעראלן זענען אריינגעקומען, האט ער זיך אראפגעבויגן ארויסצונעמען פון זיין בריעף קעיס זיין גאן. אבער צו זיין ערשטוינונג, האט מען עס ארויסגעגנב'עט און ער איז בלאס געווארן פאר שרעק. און זייערע בולעטס זענען געלונגען אויפ'ן בעסטן אופן פונקט אין זיין קאפ אריין. און זיי האבן ארויסגעשמוגלט זיין קערפער דורך א באהאלטענעם טונעל וואס האטציך געפונען אין קרעמלין. דאס האט אנגעשטעלט כרושטשעוו וחבריו...! און נאכדעים האט כרושטשעוו ערלעדיגט אויכעט זיין שותף וועלכער האט איהם געהאלפן אדורך פיהרן דעם קאופ, דזשארדזש מאלענקאוו. אזוי אז ער איז געבליבן דער מושל בכיפה. ביז מ'האט איהם אליינס באזייטיגט. ווען ער איז צוריקגעקומען פון וואקעישן האט ער געטראפן זיינע זאכן אינדרויסן אויפ'ן גאס. מ'האט איהם געזאגט אז ער באלאנגט שוין נישט דא. און קאסיגין און ברעזשניעוו האבן איבער גענומען. נאכדעים האט ברעזשניעוו באזייטיגט קאסיגין. ביז ס'איז אנגעקומען דער ערשטער נארמאלער סאוויעטישער פיהרער מיכאאיל גארבאטשאוו. ער איז געווען דער ערשטער קאלידזש גראדואירטער. און אויכעט דער ערשטער פיהרער פון רוסלאנד וועלכער האט נישט געהאט דורכגעפיהרט קיין מעשי רציחות אזוי ווי אלע זיינע פארגייער אן אויסנאם. ביז די קאמוניסטן האבן איהם פארכאפט און געהאלטן געפאנגען. און דער אמת'דיגער באפרייער פון קאמוניזם באריס יעלצין האט איהם ארויסגעראטעוועט פון זייער געפאנגענשאפט. און אראפגעווארפן דאס קאמוניזם לעולמי עד.
המשך יבוא אי"ה...!

נ.ב.: איך האב מורא אז איך רעד דא צו די ווענט. ווייל ס'איז דא זייער א שוואכער אפרוף. נאכאמאל. איך בין מכיר טובה פאר א יעדן וואס רופט זיך אן. סיי מיט א לייק. און סיי מיט א תגובה. אבער איך פארשטיי , ווען ס'זענען דא אזעלכע דברים העומדים ברומו של עולם ווי דעם וועלט בארימט'ן חזיר וועלכער באהאלט זיך אונטער'ן שלייער פון אנאנים'קייט וואס איז א דזשיניעס מיט אויסטראכטן זיינע חזיר'שע פראבלעימען. ווי קענמען דען זיין ביזי מיט אזעלכע מינדערוויכטיגע און באורינג סאבדזשעקטס ווי אידישע היסטאריע...?!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ייש"כ פאר אלע לייקערס. און נישט לייקערס א-לייק. א ספעציעלן דאנק פאר אויסהערן מיינע שטותים און בויכווייטאג. נאר אין דעם ארטיקל איז א יעדע זאך וואס איך שרייב האט א מקור. אדער האביך עס געליינט אויף גוגל, וויקיפעדיע, אדער אין א בוך וואס רעדט איבער די זאכן.

מיך האט אייביג געבאדערט די (רעטארישע) שאלה. צו קאמוניזם איז בעצם א גוטע זאך. נאר ס'איז אנגעפיהרט געווארן דורך שלעכטע, געמיינע מענטשן. אדער איז דער עצם געדאנק א פארדארבענער.

מיין מסקנא איז אז דא איז אויכעט מעורב טוב ברע. דאס קאמוניזם אין איהר אידעאלסטע פארם איז געקומען צו העלפן די ארימע שיכטן פון פאלק. ס'איז אבער געקומען באגלייט מיט שלעכטקייט און רשעות. גניבה, גזילה און רציחה.

וולאדימיר איליאיטש לענין. דער מייסד פון פראקטישן קאמוניזם האט געהאט מורא'דיגע אידעאלע פלענער פון העלפן די ארימע, פשוט'ע טייל פון די באפעלקערונג. אבער אויפ'ן וועג דאס צו דערגרייכן, האט ער בארויבט טויזנטער מיטל קלאס און רייכע מענטשן. און אויך געהרג'עט די אלע וועלכע האבן זיך אקעיגנגעשטעלט זיינע פלענער. און אזוי, נאך איהם די אלע נאכפאלגנדיגע פיהרערס. ביז מיכאאיל גארבאטשאוו וועלכער האט געוואלט געבן א מענטשליכן פנים פאר קאמוניזם. ווייל די וועלט האט א טעות. מ'מיינט אז אין רוסלאנד האט א יעדער געהונגערט. ניין. דער המון עם איז טאקע געווען אונטערדריקט. אבער די עליטע. די פיהרערס האבן געלעבט א שוואוילטאג פון פרעסן און זויפן און פארשווענדערישקייט וואס ס'איז זעלטן געווען דער פאל אין אנדערע מדינות. א יעדער פון זיי האט געהאט אן אייגענעם לימוזין מיט א שאפער באצאלט פון די רעגירונג. אויך א קאנטרי הויז. א דאטשא. און זיי האבן געהאלטן אין איין הוליען און מאכן פארטי'ס און זויפן וואדקא. אויסער דעם האבן זיי געהאט אן אייגענעם אפארטמענט/קא-אפ מיט באדינערס. באצאלט פון די רעגירונג. זיי האבן אויכעט געקענט גיין שאפינג אין טייערע סטארס צו וואס א פשוט'ער בירגער האט נישט געהאט קיין צוטריט. מ'רעדט שוין נישט פון געלט.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

Thanks Berlbalaguleh. I read every word of yours. I'm fascinated by this subject. Talk more about the first years of the early bolsheviks. Were they all also non educated? And how many were educated formally in those days anyway? Actually, I read that Stalin did well in school. He also pushed his children to education. Btw, your last post sounds not too dissimilar to when people think that all charedim live stoic and
simple lives but are not aware that the leaders live a life in extravagance
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

There's also a new movie out now in the cinema The Death of Stalin. Is this what plumped you to open this thread?
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

tumble sauce:Thank you very much for taking interest in my postings on this highly fascinating subject.

No. not, seeing the movie is what prompted me to write this article. Reading the book about Joseph Stalin's crime of accusing the Jewish doctors of deliberately mistreating Russian leaders in order to kill them. And subsequently, having them arrested and tried. And of the Soviet media playing along with his whims and besmirching the good name of all the Jews in the soviet Union.

As to your question whether the early Communist leaders were formally educated in college. The answer is, that those at the very top like Lenin and Trotsky (whose original, Hebrew name was Leibl Bronshtein) were highly educated individuals who received an extensive formal education. But most of the early members of the Bolshevik/Communist party were not.

Josef Stalin went to seminary to study for the priesthood. But while he was at the seminary he laid his hands on illegal, revolutionary material. And he dropped out of school before graduating to take part in revolutionary activity. He never completed his studies. He descended to gang and street activity. He also robbed banks and individual wealthy men. He brought the bounty to the party coffers.
But he had innate intelligence. He was an avid reader and devoured books on many subjects. He also put his comments and footnotes in all the books that he read. He ruled the Soviet Union for Three decades.

Lavrenty Beria, who followed Stalin and ruled the country for almost Ten months was a graduate of the architectural school in Azerbaijan until Nikita Khrushchev, who had no formal higher education brought him down. He came from a farming family in the Ukraine. He conspired to have him killed. He and his partner (in crime) Malenkov took over the reins of the party and government. Later, Khrushchev did him in, too.

Kosygin and Brezhnev (not counting Antonov, who died shortly after taking office) both didn't receive any formal higher education. Even though Brezhnev graduated from the School of Metallurgy. In the beginning, Kosygin was the more powerful of the two leaders. But following Communist tradition, Leonid Brezhnev somehow sidelined him. And he became the sole Soviet leader.

Mikhail Gorbachev was the first Soviet leader who graduated college. He earned a degree in law from Moscow State University.

We all know how his leadership ended. After his failed efforts of Perestroika and Glasnost. The old Bolsheviks tried desperately to hold on to the old, failed system of privilege. But they, along with their plans suffered a severe and permanent setback when the courageous chief of the Moscow party Boris Yeltsin fought them militarily to overthrow their system of government and bring open elections and democracy to the Russian people...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ר' בערל איך באלעק מיך מיט יעדן ווארט, איך שלינג מיט דארשט די היסטאריע, דו שרייבסט אזוי געשמאק אז ס'איז שפתים יושק
(נישט ממש יעדע ווארט, מיינד יו. די ענגלישע תגובות לייען איך נישט, איך האב פיינט צו ליינען ענגליש דא אין שטיבל, און אפילו אויב טאמבל SAUCE (...) פרעגט אויף ענגליש ווייל זיין היברו קיבאורד איז נישט אוועילעבל מוזטו נאך נישט מקיים זיין ענה כסיל כאוולתו און ענטפערן דייקא אויף ענגליש; ער קען ב"ה א גוטן אידיש, אונזער טאמבעלע, פארשטייסטע?)

עכ"פ ר' בערל, איך זאג דיר אז דער עולם האט שטארק הנאה - נאר לדעתי די סיבה פון ווייניג לייקס און פארוואס נישט יעדער איז אנגעקומען צו דעם אשכול, איז פילייכט צוליב דעם מאדנעם ענגלישן קעפל פאר'ן אשכול וואס רוב פון אונז ווייסן ניטעמאל וואס דאס באדייט. אבער בכלליות ביסטו זייער גוט אין באשרייבן היסטאריע. כה לחי, האלט דיך ביי די ענינים, עס איז גאר אינטרעסאנט און מערקווירדיג!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

שמעקעדיג האט געשריבן: די ענגלישע תגובות לייען איך נישט, איך האב פיינט צו ליינען ענגליש דא אין שטיבל, און אפילו אויב טאמבל SAUCE (...) פרעגט אויף ענגליש ווייל זיין היברו קיבאורד איז נישט אוועילעבל מוזטו נאך נישט מקיים זיין ענה כסיל כאוולתו און ענטפערן דייקא אויף ענגליש; ער קען ב"ה א גוטן אידיש, אונזער טאמבעלע, פארשטייסטע?)
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג: א יישר כח פאר דיינע ווארימע דברי חיזוק. דער טעם פארוואס איך האב געשריבן די קעפש'ן אין ענגליש איז, ווייל ס'איז א ביסל שווער פונקטליך איבערצוטייטשן דעם נאמען פון דעם בוך אויף אידיש בקיצור. מ'קען נישט איבעזעצן ווארט ביי ווארט. ווייל א יעדע שפראך האט זיך זיינע כללים. די ריכטיגע איבערטייטש פון דעם נאמען פונ'ם בוך וואלט געווען..."סטאלין'ס לעצטער קרימינאלער אקט"... אבער דאס איז שוין א ביסל אן אריכות. האביך אויסגעוועהלט צו ברענגען דעם אריגינאלן נאמען פון דעם ביכל...!

זיכער. כדי צו וויסן ווער סטאלין איז געווען און וואס ער האט געמיינט פאר די אידן פון רוסלאנד דארף מען טאקע קענען א ביסל די אידישע היסטאריע און די השתלשלות פון די געשעענישן. דערפאר האביך געברענגט די הקדמות . כדי צו שילדערן א ביסל וואספארא רוצח ער איז געווען. און וואס דאס קאמוניזם האט געמיינט פאר די אידן פון רוסלאנד וועלכע זענען נעבעך געווען אונטערדריקט דורך די גאנצע צארישע דינאסטיע. און זיי האבן געזעהן א האפענונג אין דעם קאמוניזם. נאר ליידער איז א אינטעגראלער הויפט חלק פו'ם קאמוניזם געווען אז מ'האט געדארפט אוועקווארפן די רעליגיע אינגאנצן. אין די אנהייב תקופה פון סטאלין'ס ממשלה האבן די אידישע עליטע ווי די אקטיארן און זינגערס פון דעם אידישן טעאטער געלעבט זייער א גוט לעבן. ס'האט זיי גארנישט געפעהלט. כ'האב געזעהן א פיקטשער פון איינעם פון די עליטע פונ'ם אידישן טעאטער, איציק פעפער. ער איז געווען אנגעטון מיט א שיינעם סוט און נעק טיי ווי איינער פון די גרעסטע גבירים און ביזנעסלייט אין אמעריקע. איך בין זיכער אז זיין סוט איז נישט געווען פון רוסישע פראדוקציע...!

אויף דעים וןאס איך האב געענטפערט אויף טאמבל סאס'ס תגובה אין ענגליש איז זייער פשוט. איך מוז אמאל א ביסל פראקטיצירן מיין ענגליש כדי ס'זאלל נישט פארזשאווערט ווערן...! אוודאי איז פאר מיר פיהל געשמאקער צו ליינען און שרייבן אידיש...! נאכאמאל. א יישר כח...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

א דאנק בערלבעלעגלה פארן נעמען די מיה. ווען איך שרייב פון מיין טעלעפאן איז א נייטמעיר צו שרייבן אין אידיש, ספעציעל אויב איז די נקודה א דקות'דיגע.

ווי ס'שיינט מיר זענען די וואס האבן פארכאפט הויכע פאזיציעס אנהויב נישט געווען בלויז מענטשן וואס האבן זיך געזארגט פאר די המון עם - זיי זענען אליינס נאגעלאפן פאווער לשם פאווער. און וויפיל מער יאר דו האסט געספענד אין סיביריע, אין גלות אלס א העכערע פאזיציע האסטו באקומען. דאס איז געווען ווי כאילו די 'סקול קוואליפיקעישאן' און די עקספיריענס אונטערן ארעם. דער מיכאילאוויטש וואס כהאב געברענגט אויבן, דער ערשטער סאוויעטישער סעקרעטאר מטעם לענין האט געספענט א האלבע דאזן יאר צוזאמען מיט סטאלינען אין סיביר. די קלוגערע האבן זיך איינגעהאלטן און נישט געלאפן צו פאווער ביז זיי וועלן זען ווי אזוי ס'קלארט זיך אויס, אויב בכלל. במילא פיהל איך נישט קיין גרויס מיטלייד נישט מיט די צארישע אפישעלס וואס זענען עקסעקיוטעד געווארן און נישט מיט די סאוויעטישע טעקנאקראטס וואס האבן אפגעענדיגט זייערע לעבנס יעדערער איינער מיט אן אנדער אויסרייד, כל שני וחמישי. די צארישע באאמטע האבן נישט פאשטאנען וואס דאס מיינט זיין א פשוטע בירגער ווייל זיי האבן דאס שוין נישט פארזוכט אין דורות און די סאוויעטישע ממלא מקומם האבן נישט געוואוסט וואס דאס מיינט ליידן ווייל זיי האבן שוין אלצדינג דורכגעמאכט - אלזא האבן זיי עקספעקטעד יעדעם צו זיין געמאכט פון אייזן און שטאל. דער כלל איז, דער וואס שטייט ביים רודער איז דער ערשטער אריינצופאלן אין וואסער. חוץ מזה וואס מסתמא נאך אזויפיל יארן סטאגענעישן פון די פירערשאפט זענען געווען אזויפיל פון די אונטערשטע קלאסן ראוי לאותו איצטלא און אזוי ווינציג וואס זאל דעסיידן ווי אזוי מען טיילט אויס די שררה אז ס'זאל בלייבן עפעס פאר יעדעם צו יעדער צייט.

פונקט היינט האב איך צוגעהערט אן אינטערוויאו פון א ליטווישער מערדער פון די טרויעריג באקאנטע איינזאץגרופען, זאגט ער אז ווי ער האט געוואוינט פאר דער קריג האט מען "אזוי פיינט געהאט" אידן צוליב דער סאוויעטישער אקופאציע פון א יאר בעפאר, וואס מען האט אנגעקוקט ווי א אידיש-קאמוניסטישער אקופעישאן. "אלע היזיגע אידן זענען תיכף געווארן פאליטישע אפישעלס, אריינגעגאנגען אין די פאליציי און מען האט געזאגט אז אין די סעקיוריטי דעפארטמענט זענען אלע אויספארשער געווען אידן אוואו זיי האבן אנגעטאן שרעקליכע פייניגונגען פאר די ליטווישע לערערס און פראפעסארן. זיי האבן קיינעם נישט געשוינט. סקרולס אין קאפ וכו'.... בדרך כלל האט מען די אידן געהאלטן פאר זעהר סעלפיש...בעיקר האבן איך אין מיינע קאלעגן עס געטוהן מחמת אן איינגעגעסענע שנאה."

זע איך אז די שנאה און שפיכת דמים אין די שואה איז אויך פארבינדן געווען צו די שנאה וואס מען האט געהאט צו די סאוויעטן אין וועמען מען האט געזען א אידישער פארקערפערונג און דער איד האט מען באטראכט ווי עמיצער וואס נו, ווי האט פרעה געזאגט, ונוסף גם הוא על שונאינו נלחם בנו ועלה מן הארץ.

כ'טראכט פון די היספאנישע אין אמעריקע וואס האלטן זיך אין שטייף פארבינדענע קהילות שוין עטליכע דורות און רעדן בעסער ספאניש ווי ענגליש. אויב שפאניע אינוואדירט אונז, וועלן נישט זיי געטרויעט ווערן מער ביי די ספאניארדס ווי די איירישע למשל? פילייכט ווייניגער ווי די רוסישע אידישע קאמוניסטן האבן געטרויעט די ליטווישע אידישע קאמיוניסטן. אפשר ווייל דער ספאנישער וועט פיהלן מער גילט צו פארראטן זיין נייער קאנטרי? ווידעראום, דער איד האט נישט קיין קאנטרי!
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

טאמבל סאס: דו ביסט 100% גערעכט מיט זאגן אז די ערשטע פיהרערס פון די באלשעוויקן זענען געווען פאוער האנגרי. און זיי האבן זיך געשלאגן צווישן זיך ווער ס'זאלל שטיין אין שפיץ פון די פיהרערשאפט. מי בראש. לענין אליינס איז נישט געווען אזא וואויל יונגל. ער האט געקעמפט מיט אלע מעטאדן צו זיין דיספאזיציע. אריינגערעכנט רציחות, גניבות וגזילה. לאמיר נישט פארגעסן אז אין רוסלאנד נאכ'ן אראפווארפן דעם פארשאלטענעם צורר ישראל דעם צאר ניקאליי, ימ"ש זענען געווען 3 הויפט גרופס וועלכע האבן געקעמפט איינער אקעיגן אנדער'ן. ס'זענען געווען די רויטע, די באלשעוויקן. די קאמוניסטן. די סאציאל-דעמאקראטן. אנגעפיהרט דורך אלעקסאנדער קערענסקי. די אזוי-גערופענע מענשעוויקס. די מיינאריטי. אויך זענען געווען שטארק אקטיוו די ..."ווייסע"... די צאריסטן. וועלכע האבן געוואלט צוריקברענגען דעם צאר און זיין משפחה צו די מאכט. אנגעפיהרט דורך א קוירנעל מיט'ן נאמען דעניקין. די זענען געווען די ערגסטע. פארביסענע אנטיסעמיטן און שונאי ישראל. למעשה. ווער ס'האט אראפגעווארפן דעם צאר פון די מאכט זענען געווען קערענסקי און זיין גרופ פון סאציאל-דעמאקראטן. און זיי האבן געהאלטן דעם צאר און זיין משפחה געפאנגען אין דעם ווינטער פאלאץ. אבער איין טאג, כחצות הלילה זענען געקומען די באלשעוויקן און האבן אדורכגעפיהרט א שחיטה אויף די גאנצע משפחה. נאר איין קליין מיידל האט זיך געראטעוועט. און זי האט שפעטער געלעבט אין ענגלאנד. די גרופ פון קערענסקי האט זיי נישט געוואלט הרג'נען. נאר פארטרייבן אין גלות אריין...!

דאס אז די גויים פון לאטוויע, ליטוואניע און עסטאניע זענען געווען גרויסע אנטיסעמיטן און רוצחים דארף נישט קיין תירוץ אדער פארענטפערונג. אבער דער פאקט איז געווען אז ליידער נאך די ערשטע וועלט מלחמה האבן די קאמוניסטן באזעצט אט די קליינע לענדער. און אלע זייערע קאמיסארן, אן אויסנאם זענען געווען פו אידישן אפשטאם. ממילא האבן זיי אנגעקוקט די נאציס ווי זייערע באפרייערס, ווען זיי האבן פארטריבן די קאמוניסטן/אידן פון זייער לאנד...!

איך האב געזעהן א קליפ ווי די גוי'טעס פון יענע מדינות זענען מקבל פנים די סאלדאטן פון די וואפן עס.עס. מיט פרישע געבעקסן און בלומען קראנצן. זיי האבן ממש געקושט די נאצישע סאלדאטן. נאר נישט די וועהרמאכט. נאר די מעהר קעמפערישע וואפן עס.עס. זענען אריינגעגאנגען אין יענע מדינות. ס'נישט אז די וועהרמאכט. די אפיציעלע מיליטער זענען געווען צדיקים. זיי האבן אויכעט זיך איזדיעקעוועט אויף די אידן אין ווארשא און אנדערע פלעצער וואס זיי האבן איינגענומען. נאר די וואפן עס.עס. זענען געווען א מיליאן מאל מעהר ברוטאלע רוצחים. און זיי האבן גענומען א דירעקט חלק אין אויסהרג'נען מאסן אידן דורך די איינזאץ גרופן...!
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

א דאנק בערל פאר די אינטערסאנטע ארטיקל.

just so you know דער בלאט איז דזשעלאס פון דיין עטענשאן און שרייבט אויך אויף דער נושא. עכטע פלעדזשעריזם.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Gimpel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 157
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 06, 2017 4:40 am
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

שליחה דורך Gimpel »

טייער בערל יישר כח עס איז מקובל ביי די רוסישע אידן אז מען האט אריינגעאסן אין סטאלינס מויל סם
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

וואלווי האט געשריבן:א דאנק בערל פאר די אינטערסאנטע ארטיקל.

just so you know דער בלאט איז דזשעלאס פון דיין עטענשאן און שרייבט אויך אויף דער נושא. עכטע פלעדזשעריזם.

וואלווי: ייש"כ. פונקט די וואך האביך נאכנישט אויספייעט (אויס געפייעט) צו ליינען די שטותים און בויכווייטאג פונ'ם בלאט. אבער איך ווייס פאר א פאקט אז זיי טוען פלאגיאריזירן א סאך ארטיקלען און בריוון פון קאווע שטיבל. מסתמא פון אנדערע מקורות אויך. ווייל ווען עטליכע מגיבים אין א געוויסן אשכול האבן געשריבן אן אינטרעסאנטע תגובה איז עס ערשינען יענע וואך אין בלאט אלס בריוו אין דעם קאלום..."פון פענע צום בלאט"...אויך ווען א געוויסער שרייבער אויף קאווע שטיבל האט ארויפגעברענגט אן אזוי-גערופענע הלכה'דיגע שאלה, וועלכע איז געווען אזוי אבסורד אז ס'האט ארויסגערופן א געלעכטער ביי א יעדן נארמאלן מענטש. און איז נאר געווען א פראדוקט פון יענעם'ס היציגן מח, האט דער בלאט געשריבן אין זייער ..."ציבור"... אפטיילונג אז...ביי די בני תורה פון במ"ג אין לעיקוואוד איז דאס דער געשפרעך פון טאג...!

דער פאקט איז אז דער בלאט און דער איד זענען אזוי ווי די פארטיי'אישע צייטונגען פון די קאמוניסטן. ..."פראוודא"... און ..."איזוועסטיא"...וועלכע האבן נאר געברענגט ..."נייעס"...וואס איז געווען איינשטימיג מיט די פארטיי ליניע...!

וואלווי: למען האמת והצדק והיושר מוז איך זאגן אז דער בלאט האט נישט געגנ'בעט זיין ארטיקל פון מיינע באשרייבונגען. איך האב עס אדורכגעבליקט כהרף עין. און איך זעה אז ס'האט גענומען פאר דעם שרייבער צייט צו צוגרייטן דעם ארטיקל. און דער פראצעס איז אנגעהיבן געווארן נאך פאר איך האב אנגעהויבן צו שרייבן איבער די נושא פונ'ם רוסישן אידנטום.

צווייטנס. דער ארטיקל אין בלאט באשרייבט באריכות דאס לעבן פון די אידן אין רוסלאנד אונטער'ן צאר. און ביי די ציווילע מלחמה (נאך קערענסקי'ס , ערשטע רעוואלוציע). און מיין באשרייבונג קאנצענטרירט זיך בעיקר איבער די געשעענישן אונטער די ממשלה פון דעם ארכי רוצח און דיקטאטאר יאסעף סטאלין. די געשעענישן פון פריער ווערן נאר געברענגט בדרך אגב. כדי צו פארשטיין דעם הינטערגרונט פון דעם מצב צו וועלכן די אידן אין סאוויעטן פארבאנד זענען געווען אויסגעשטעלט...!

אבער מיין אריגינאלע מסקנא אז דער בלאט, בדרך כלל גנב'עט פון אנדערע מקורות. א סאך פון קאווע שטיבל. במקומה עומדת. אזוי ווי כ'האב שוין געשריבן פריער, אז פארשידענע אינטרעסאנטע תגובות אדער מאמרים וועלכע זענען ערשינען אין קאווע שטיבל, האבן זיך געפונען ביי די בריוון ..."פון פענע צום בלאט"...! אויך אין די ציבור אפטיילונג איז געווען זייער א נארישע העדליין...איבער עפעס א פאררוקטע, אבסורדאלע נושא וואס איינער א שרייבער דא אויף קאווע שטיבל האט אויסגעטראכט. אז דאס איז די ..."געשפרעך פון טאג"...ביי די בני טעירעה אין בעיס מעדראש גאובאוהא...מ'האטציי גוט געפיהרט אין באד אריין...! איך האב נישט געקענט סטאפן צו לאכן...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
פארשפארט