בלאט 1 פון 1
לעצטע קרבן פון די טריפהנע אינטערנעט מגיפה...מוסדות סאטמאר???
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 5:48 pm
דורך שושן פורים
אין א איבעראשנדע שריט האט מוסדות סאטמאר וויליאמסבורג (מהרז"ל) געלאזט אין גאנג די "אחת ושתים" קאמפיין לכבוד כ"א כסלו ווי יעדע דאלאר וואס מען דאנאטירט אנליין אין די קומענדיגע 3 טאג ווערט צווייפאכיג געטאפלט דורך 2 ספאנסערס.
שלומי אמוני ישראל באטראכטן דעם שריט מיט גינסטיגע האפענונג אז דאס איז א שטאפל אין די ריכטיגע דירעקציע פון לעבן אין רעאליטעט און פארשטיין די וויכטיגקייט און נוצבארקייט פונעם אינטערנעט יעדער לויט זיינע געברויכן.
א לינק צום "אחת ושתים" קאמפיין
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 6:19 pm
דורך שבת אחים
מקען דאך מנדב זיין געלט מיט א פליפאון אויך?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 7:07 pm
דורך הקטן
אויב באקימט מען א טעקס-דידאקטעלב רעסיט, איז דאס לצורך פרנסה, און מען מעג ראיג וויזטען דעם סייט
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 7:51 pm
דורך ביבער
לכאורה מעג מען אויך וויזיטן אום שבת ווייל אויף סאטמאר שטייט די וועלט איז עס דאך פיקוח נפש ממש.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 8:09 pm
דורך איך אויך
גערעכט, אבער סתם האס לשם האס פעלט נישט אויס.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 8:09 pm
דורך berlbalaguleh
ביבער: אויב דער אינטערנעט און דער סמארטפאון זענען מותר (לצורך פרנסה, שטייצעך.), דאמאלס זענען אזעלכע קלייניגקייטן ווי שמירת שבת און אנדערע מצוות שאדם דש בעקביו אויכעט מותר... נאר דער מדינת ישראל פאן טאר זיך נישט געפונען אין ערגעץ. דאס איז נאכאלץ בבל יראה ובל ימצא...!
Re: לעצטע קרבן פון די טריפהנע אינטערנעט מגיפה...מוסדות סאטמא
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 8:51 pm
דורך [NAMELESS]
אבטולמוס האט געשריבן:גרויסע חכמים, פארוואס שטיין און שפעטן פון סאטמאר ווען ענדליך טוען זיי עפעס וואס רעכנט זיך מיט רעאליטעט? אז דו וועסט מאכן א מצב וועלן זיי עס נישט טון נאכאמאל. געב א שמייכל, האב הנאה, און מאך א שווייג.
זיי רעכענען זיך מיט זייער טאש נישט מיט קיין רעאליטעט.
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 9:56 pm
דורך שושן פורים
אבטולמוס האט געשריבן:גרויסע חכמים, פארוואס שטיין און שפעטן פון סאטמאר ווען ענדליך טוען זיי עפעס וואס רעכנט זיך מיט רעאליטעט? אז דו וועסט מאכן א מצב וועלן זיי עס נישט טון נאכאמאל. געב א שמייכל, האב הנאה, און מאך א שווייג.
שטארקע פוינט
Re: לעצטע קרבן פון די טריפהנע אינטערנעט מגיפה...מוסדות סאטמא
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 08, 2017 5:28 am
דורך טרויבן88
אבטולמוס האט געשריבן:גרויסע חכמים, פארוואס שטיין און שפעטן פון סאטמאר ווען ענדליך טוען זיי עפעס וואס רעכנט זיך מיט רעאליטעט? אז דו וועסט מאכן א מצב וועלן זיי עס נישט טון נאכאמאל. געב א שמייכל, האב הנאה, און מאך א שווייג.
איך זע נישט וואס זיי טוען עפעס וואס רעכנט זיך מיט ריאליטעט, עס גייט זיך גארנישט טוישן פארן יחיד, עס קומט נישט קיין פינטל פון אנערקענען, בסך הכל וועט די דאפלטע פאליסי אנהאלטן פונקט אזוי, דערפאר קןמט די קריטיק שיין אריין,
ווי כאילו די דאפלטע פאליסי פאנגט זיך יעצט אן.... זאליס מענטשן ארום עם האבן נישט קיין פילטערס, די מוסדות אליינס סיי די חדר און סיי די ישיבה האבן נישט "משומר" סא? האט זיך עפעס געטוישט?
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 08, 2017 11:34 am
דורך הקטן
שושן פורים האט געשריבן:אבטולמוס האט געשריבן:גרויסע חכמים, פארוואס שטיין און שפעטן פון סאטמאר ווען ענדליך טוען זיי עפעס וואס רעכנט זיך מיט רעאליטעט? אז דו וועסט מאכן א מצב וועלן זיי עס נישט טון נאכאמאל. געב א שמייכל, האב הנאה, און מאך א שווייג.
שטארקע פוינט
מיט שפעטן אן שפעטן, ס'איז נאר א שאלה פין זמן, איז פארוואס עפעס מדחיק זיין דער קץ
Re: לעצטע קרבן פון די טריפהנע אינטערנעט מגיפה...מוסדות סאטמא
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 09, 2017 9:53 pm
דורך [NAMELESS]
האלט שוין ביי איבער א מיליאן!
https://achas-x2.firebaseapp.com/campaign?S=C
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 09, 2017 10:02 pm
דורך [NAMELESS]
קוקט אויס ווי יעדע נתינה ביים דינר שטעלט מען דארט ארויף...
און סך הכל האלט מען ביי ארום 3 4 הונדערט טויזענט
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 09, 2017 10:02 pm
דורך [NAMELESS]
געווענדליך אין אזעלעכע פעללער קומט לאחר המעשה א הבהרה אז ס'איז געטוהן געווארן בלא יודעים וכדו', לאמיר ווארטן מיט שפאנונג צו זעהן וואס פונקטליך ס'גייט דא געשעהן
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 09, 2017 10:14 pm
דורך [NAMELESS]
Re: לעצטע קרבן פון די טריפהנע אינטערנעט מגיפה...מוסדות סאטמא
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 09, 2017 10:24 pm
דורך [NAMELESS]
פארשטייט זיך אז אין ביהמ''ד לייגט מען צעטליך נאר מיט א טעלעפאן נומבער
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 09, 2017 10:29 pm
דורך קורקלענד
גראדעמעכעלע האט געשריבן:פארשטייט זיך אז אין ביהמ''ד לייגט מען צעטליך נאר מיט א טעלעפאן נומבער
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
אויף אייוועלט אויכעט?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 10, 2017 2:04 am
דורך שמעון וואלף
וואס זענען די שאנסן אז ס'וועט ארויסקומען א התנצלות בשם די הנהלה רוחני אז די אינטערנעט קאמפעין איז געווען שלא בידועתם?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 10, 2017 2:07 am
דורך איסר האטלקי
שלום שטיסל האט געשריבן:געווענדליך אין אזעלעכע פעללער קומט לאחר המעשה א הבהרה אז ס'איז געטוהן געווארן בלא יודעים וכדו', לאמיר ווארטן מיט שפאנונג צו זעהן וואס פונקטליך ס'גייט דא געשעהן
אינאיינעם גייט מען זיך מתנצל זיין פארן נוצן די סקרינס אין זאל.
דאס מאל: בלויז צו מעלדן ווי די נומערן פון נדבות שטייגען...
נשלח: זונטאג דעצעמבער 10, 2017 2:49 am
דורך berlbalaguleh
ווען מ'וועט ליינען דעם בלאט פונ'ם יאר תשצ"ג וועט שוין זיין דארט גאנץ אנדערע פראבלעימען אין אידישקייט. און מ'וועט צוריקקוקן מיט נאסטאלגיע אויף די אלטע חששות פון די טעכנאלאגישע כלים פון יענע טעג (תשע"ח). און דער רבי שליט"א, זאלל מאריך ימים ושנים זיין און דערלעבן ביאת משיח צדקנו במהרה בימנו וועט זיך מתמרמר זיין אויף די ניי-ערפונדענע טעכנאלאגיע וואס וועט ציען דעם עולם. און דער ביד"צ פונ'ם עיר ואם בישראל פאלם טרי, יצ"ו וועט זיך צוזאמ זעצן און בכובד ראש ארויסגעבן נייע תקנות כדי מחזק צו זיין אידישקייט..,.! און דער דיין ר' געציל בערקאוויטש שליט"א בעמ"ח ספרי שו"ת אגלי דבש, וועלכער האט שוין א שניי ווייסע בארד און ס'איז איהם שווער צו גיין צו אסיפות וועט דאך ערשיינען און אריינגעבן חיזוק אין עולם...!
נשלח: זונטאג דעצעמבער 10, 2017 2:52 am
דורך berlbalaguleh
אוי. אנטשולדיגטס. כ'האב געמאכט א טעות. אויסגעמישט די יוצרות. די גאנצע איצטיגע סומאטוכע איז דאך איבער די חסידי ה'זאלונים שליט"א...! ביי זיי איז דא אנדערע רולס. יענער איז דער שייגעץ. די ארונים זענען האלבע ציונים. אבער ביי אונז...איז דאך אלעס פיין און וואויל...!
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 10:33 am
דורך א-שופר-איז-א-שופר
דאס איז דאך געווען זייער שיט-ה אלע יאהרען... איך מעג... און דו נישט.
שלאגען, פייניגען, רודפ'ן, מסר'ן א.א.וו. און יעצט, אינטערנעט... זיי מעג'ן אבער קיינער אנדערש טאהר נישט
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 1:33 pm
דורך יעקב מענטש
איך בין נישט סאטמער'ס אדוואקאט.
אבער ווער עס איז באקאנט מיט די פאקטן אן די גראונד ווייסט אז די מנהיגי סאטמער זענען בכלל נישט אזוי עקסטרעם אין די נושא ווי זייער אפיציעלע שטעלונג, נאר ס'איז דא א קרייז אינערהאלב סאטמער, ערענסטע אינגעלייט באמת פרומע נשמות וואס מיינען גוט, אבער זייער גאנצע אינפארמאציע איבער די נושא קומט נאר פון הרב שאול יצחק ראבינאוויטש שליט"א אדער פון די פאמפלעטן אין שוהל, וואס ווי יעדער ווייסט האט דאס גאנץ א קנאפע שייכות מיטן רעאליטעט, און דערפאר איז דא א געוואלדיגע פרעשור מצדם צו שטופן דעם וואגן אויף רעכטס אין די נושא.
ווען די נייע ת"ת תפארת ישראל וועט מאכן א אנליין קאמפיין, וועל איך זעהן א שינוי אין דעם דעת הקהל, דערווייל צייגט עס נישט אויף קיין סאך.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 3:27 pm
דורך גאנצל
יישר כח פאר די נייעס איבער סאטמאר כאטש איך בין סקעפטיקעל צו ווען בעלזא זאל דעס האבן געטון פאר סאטמאר צו מנשה פילאפף וואלט נישט שלעפנדיג זיין נאז איינגעזען אין דעם נאך א פרישע ירידה אין בעלזא אבער לאמיר עס אנעמען ווי דו זאגסט
אבער אויף שאול יצחק האבן מיר זיכער א קשיא ווי זענען אלע פאני פיקטשערס אויף די סאטמארע הנהלה
פארוואס אויף מיר מאכט ער אזעלכע צודרייטע פיקטשערס און ער מאכן מיין זון זאל מיך אנקוקן ווי א דאגי ווען איך האב א סמארטפאון פאר מיין אייגענע פאנדרעיזינג........