בלאט 1 פון 1

א באמבע אין מאנהעטן - כ"ג כסלו ע"ח

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 11, 2017 8:38 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
כדי מ'זאל נישט האבען קיין טענות, מעלדן מיר שוין אז עס איז געווען אן אויפרייס אין דער באס סטאנציע אין מאנהעטן אויף 42 סט, בערך 7:30 צופרי. דערווייל מעלדט מען אויף איין פארוואונדעטע און איין מענטש ארעסטירט, אבער דאס איז נאך מוטל במחלוקת.

דער באס סטאנציע איז פארמאכט און די באנען וואס גייען דורך יענע ארט זענען באזייטיגט געווארען. באסעס מוזען זיך אפשטעלען ערגעץ אנדערש, וואס וועט מסתמא פאראורזאכען נאך טרעפיק פראבלעמען.

Re: א באמבע אין מאנהעטן - כ"ג כסלו ע"ח

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 11, 2017 9:07 am
דורך טרויבן88
אויפן ראדיא wnyc זאגן זיי נאר ""ריפארטס"" גיי ווייס פארוואס,

אבער די MTA זאגט אז די אלע אנדערע באנען ווי די A,C,E וכו' פארן אריבער די סטעשיאן,