שידוכים ביים היימישן עולם
נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 9:49 am
אין די אשכול אינטערסאנטע לינקס האט שמילי געלינקט צו א זייער אינטערסאנטע שמועס וועגען שידוכים וואס דארף קלאר א עקסטרע אשכול.
דא איז די לינק
http://yiddishvort.org/2012/07/24/בנוגע-שידיכים-ביים-היימישען-עולם/#more-103
בנוגע שידוכים ביים היימישן עולם
איך וויל דא שרייבן וועגן א ענין וואס איז שטארק נוגע ביים חסיד'ישן עולם, א פראבלעם וואס מער אין מער מענטשן הייבן אן איינצוזעהן אז ס׳איז טאקע א פראבלעם.
איך וויל ארויסברענגען די ענין פין שדוכים. זייער אסאך מענטשן הייבן אן איינצוזעהן די פראבלעמען וואס די היינטיגע סיסטעם פין שדוכים האבן צוגעברענגט.
אסאך גיטין זענען שוין געוועהן נאר וועגן איין סיבה... די קאפל האט קיינמאל נישט אנגעהויבן צו מעטשען... ס'איז בכלל נישט געוועהן קיין מעטש...
יא, די משפחות האבן געמעטשט פערפעקט, צוויי שיינע משפחות. ביי די רעבישע איז עס געוועהן צוויי שיינע רעבישע משפחות, בעלי יחוס, אלע מעלות, און ביי אן אנדערע איז עס געוועהן צוויי שיינע בעל-בית'ישע משפחות, געלט איז געוועהן ווי וואסער.. ממש א שידוך מלא טעם אז די גאנצע בית מדרש איז געוועהן ביזי... פשששש.. אזא שיינע שידוך... ער האטזעך דאך משדך געוועהן מיט דעים ווייס... פשששש! א שיינע משפחה, די בחור מיט די מיידל איז נאר בדרך אגביי גייען פרצופאל אויך חתונה האבן..
אבער די עיקר אידעך אז די מחותן יענקל זאל זיך קענען רייבן די בויך און זאגן אין בית מדרש אז כ'האב געטוען א שידוך מיטן עושר געציל ווייס אין יעדער זאל גיין פשששש...
דעם בחור, סך הכל אן אכצן יעריגער, איהם זעצט מען אוועק ביי א בעשוי, ער זיצט די ערשטע מאל מיט א פרעמדע מיידל אין זיין לעבן, ער איז אינגאנצען צומישט, קיינער זאגט אהים נישט וואס דאס חתונה האבן מיינט בכלל ( דאס וועט ער שוין אויסגעפינען ביי די חתן שיעורים...)
א חתן וויל ער שוין פון לאנג ווערן ווייל די מגיד שיעור קריכט איהם שוין א לאנגע צייט אויף די נערווען.. ער וויל אויך אז די שידוך זאל ווערן, ווייל איינמאל מ'זיצט שוין ביי א בעשוי איז פאני אויב דער שידוך לאט זיך אויס א בוידעם, במילא האט ער שוין א שטיקל פרעשור אויך...
און דערצו וועט ער זיך שעמען פון זיינע חברים וואס ווייסן אז ס'טוטסעך עפעס, ווייל מען האט דאך זיי געפרעגט אינפארמעשאן, אין ס'וועט זיין בושות צוריק צו קומען אין ישיבה מארגן און ער זאל נישט זיין א חתן אזוי ווי האלב פון זיינע חברים שושקענען זיך שוין אונטער, און ער זאל ווייטער דארפן ציען די דזשאק אז ער פילט זיך שוין ב"ה גוט און די פיבער איז אוועקגעגאנגען...
בקיצור, ס'איז נישט אזא פשוטע זאך צו זאגן ניין נאך א בעשוי...
אין די עטליכע וואס מאכן שוין אפילו יא צוויי בעשוי'ס, האט דער בחור אויך א פרעשור ווייל ער מוז מאכן היינט די דיסישען.... און די זעלבע פרעשור גייען דורך די מיידלעך אויך.
און די מחתונים שמועסן שוין אינדרויסן וואו מען וועט מאכן די חתונה, צו מ'זאל יא גיין תקנות נישט גיין תקנות, וועלעכע דזשולערי מ'זאל קויפן וכו' וכו'
דער בחור זיצט אינעווייניג, ער זעהט גארנישט שלעכט, אבער ס׳ציעט איהם עפעס נישט אזוי מורא'דיג, ער פילט זיך שלעכט צו זאגן ניין, ווייל אלע קעיק און סאדע וואס די מחותן האט שוין איינגעקויפט וועט גיין אין גארביטש..
און נאך די בעשוי, אויב דער בחור אדער די מיידל זאגן אז איך בין צומישט, וועט די מאמע זאגן אז אויב וועסטו ווארטן נאך א טאג וועסטו ווערן סאך מער צומישט.
פארשטייט זיך אז אויב ער זעהט נישט א גרויסע סיבה צו זאגן ניין וועט ער זאגן יא, אפילו ער האט נאך פיל מיט ספיקות אין די גאנצע זאך, ווייל אויב ער וויל זיך איבערטראכטן האט ער בכלל נישט קיין טשויס ווייל ער "מוז יעצט" באשליסן צו ער וויל יא צו ער וויל נישט. און די זעלבע פראבלעם איז דא ביי די מיידלעך...
אסאך מאל קען מען טרעפען חתנים אדער כלות וואס זענען זייער עקסיידעט מיטן פאקט אז ער/זי איז א חתן/כלה, אבער זענען אינגאנצן צומישט מיט וועם זיי זענען א חתן/כלה.
טראכטס אריין! איז עס נישט א משוגע'נע זאך???
איינע פון די גרעסטע פראבלעמען איז אז מען עדזשיוקעיט אפילו נישט די בחורים און די מיידלעך ביי די שידוכים יארן וואס דאס חתונה האבן מיינט בכלל, אז ווען זיי גייען אריין צו א בעשוי ווייסן זיי בכלל נישט אויף וואס צו קוקן... זייער אסאך בוחרים ווייסן נישט געהעריג וואס מען מעג טוען נאך די חתונה מיטן ווייב, זיי מיינען אז נאר די גוים מעגן, אודאי איז דאס נישט די עיקר פארט פון מערידזש, אבער לאמיר זיך נישט פאפן, ס'איז א גרויסע פארט...
און וואס געשעהט... קיינער זאגט זיי גארנישט, זיי ווייסן נישט אז מען מעג קושן א ווייב, זיך ארומנעמען, און די אלע זאכן... סא ווען זיי קומען אריין צום בעשוי קוקן זיי בכלל נישט אויף די פארט, זיי ווייסן ניטאמאל אז ס'איז דא אזא זאך, זיי מיינען אז מיט א ווייב קען מען נאר געשמאק שמועסן, און זיי זעהען אז זי קוקט אויס געשמאק, זאגט מען יא..
אין נאך דעם ווען זיי געפינען אויס פין זייער חתן רבי קענען אסאך חתנים טראכטן אין בעק אויף די מיינד … העי מ׳מעג יא?? דעיס איז בכלל נישט מיין טעיסט וכו׳ וכו׳ פארוואס האב איך נישט געוויסט פין פארדעים??
אין ס׳איז א פראבלעם פארוואס זאל א חתן וואס גייט יעצט האבן א רילעישינשיפ מיט איינעם האבן צעמישענישן אין זיין קאפ אז אפשר האב איך געדארפט זאגן ניין…
פארוואס זאל א חתן זיך נישט קענען ארום דרייען אין וויסן אז אויף די מיידל האב איך געזאגט יא וויייל איך האב דיסיידעט אזוי ווייל איך האב געוויסט וואס ״איך״ וויל וועלעכע טייפ מיידל איך זיך וועלעכע טייפ לאקס (looks) איך האב ליב, אין נאכן זיך גיט איבערטראכטן אפאר טעג אן פרעשור פין קיינעם האב איך געזאגט יא… נישט קיין פרעשור פין די טאטע נישט פין די מאמע נישט פין קיין חברים נאר ווייל ער האט ליב די מיידל
פארוואס קען א טאטע נישט פארשטיין אז ווען זיין זיהן זאגט איהם איך זיך אזא טייפ מיידל מיינט ער עס אמת׳דיג.. אין אויב די גייסט איהם צווינגען אפילו אויף א שיינע וועג אין איהם סטם דרייען א קאפ, אז ער זאל זיך שעמען צו בעטן נאכאמאל אז ער דארף נישט קיין שפיצל אדער אז ער זיכט נישט אזא פרימע מיידל וועגן דיינע אייגענע איטערעסן ווייל די ווילסט ס׳זאל הייסען אז די האסט פיינע קינדער, אדער אז די טיסט שיינע שדוכים.. גייט דיין זיהן נישט זיין אזוי העפי מיט זיין ווייב אדער גייט ער בכלל נישט זיין העפי
פארשטייט זיך יעדע טאטע וועט זאגן ער מיינט די טובה פין זיין זיהן… ער איז נאך אינג ער איז קוים ארויס פין די פעמפערס ער ווייסט אפילו נישט וואס ער וויל… וועגן דעם רעדט ער אזוי…
אויב די האלסט ער איז נאך צו אינג וואס מאכסט איהם חתונה אזוי אינג??? מאך איהם חתונה ווען ער איז עלטער… מאך איהם חתונה ווען ער איז פינף אין צוואנציג… אז די האלסט אז ער איז רעדי חתונה צו האבן יעצט, האלט אויך אז ער איז גענוג מעטשור יעצט צו פיקן זיין ווייב… געב איהם די טשויס צו פיקען וועם ער האט ליב… אויב די האלסט אז ער ווייסט נאך נישט וואס ער וויל מיינט אז ער קען נאך נישט חתונה האבן… אבער די האסט זעכער נישט קיין רעכט איהם צו לייגען פרעשור וועמען צו נעמען….
בעפאר איינער זאל ווערן א חתן דארף ער ערשט וויסן וואס דאס גאנצע זאך פין חתונה האבן מיינט בכלל,ער זאל וויסן אויף וואס צו קיקן ביי די בעשוי. נישט אז ער זאל דארפן געוואר ווערן פין זיין חתן רבי אז מ׳דארף געבן לאב פאר א ווייב, ער זאל שוין וויסן פאר די בעשוי וואס א עכטע רילעשנשיפ מיינט, ער זאל שוין וויסן פאר די בעשוי אז אידן מעגן אויך טיען………. , אז ס׳איז א פארט פין די רילעשנשיפ, ער זאל וויסן אז ״איי לאב יא״ זאגט מען אויך אין זי רעבישע הייזער, ס׳איז בכלל נישט קיין גוי׳אישע זאך! פארוואס דארף ער עס געוואר ווערן פין א חתן רבי????
יא! די טאטע זאל ריפען די קינד אין די זייט די בחור, אין אויך די מיידל, בעפאר מען וויל אנהויבן די שדוכים מיט זיי אין זאגן…
יא מיין טייערע קינד איך ווייס נישט וויפעל די ווייסט שוין אבער יעצט וויל איך דיר עס זאגן .
איך האב דיר עס נישט געזאגט ביז יעצט ווייל איך האב נישט געוואלט זאלסט טראכטן פין דעם א גאנצן טאג אבער יעצט איז געקימען די צייט ווען די גייסט קיקן מיט וועמן צו זיין דיין פארטנער א גאנץ לעבן וויל איך זאלסט וויסן וואס מעריזש איז אל עבאוט, וואס חתונה האבן מיינט בכלל. יא מען מעג איהם, אדער זי, זאגן אז ״איי לאב יא״ איז א זאך וואס מ׳דארף זאגן!! ער זאל וויסן אז יא מען מעג זיך טאטשען… מען דארף איהם נישט זאגן פינקטלעך אלע דיטעילס וואס מען טוט, מען דארף איהם נישט אינגאנצען אויפקלערן אבער כאטש אזוי פיל אז ער זאל וויסן אז ער קען קיקן אויף די פארט אויך ביי א בעשוי …
אין ווען ער קיקט ביי א בעשוי זאל ער קיקן צו ער וואלט זיך געפילט קאמפטעבאל מיט איר, אדער פארקערט צו זי וואלט זיך געפילט קאמפטעבאל מיט איהם.
די טאטע דארף וויסן אז נישט ער איז דער וואס נעמט אן איידעם אין די מאמע דארף וויסן אז נישט זי איז דער וואס נעמט א שניר, עס דארף זיין די בחור אין די מיידעלס דיסישען…
פאר יעדע שידוך זאל די טאטע פרעגען פין זיין זיהן אדער טאכטער וואס זוכסטו וועלעכע טייפ וועלעכע פעמעלי… אין ביי יעדע שידוך זאל די בחור אדער די מיידל וויסן גלייך ווען מען טראגט עס אן אין זיי זאלן זיין דער וואס זאגט יא צו ניין, מען קען אפילו ווייזן א פיקטשער ווען א שידוך הייבט אן ווערן ערענסט… אין זיי זאלן זיין אינוואלפט אין יעדע זאך… א שידוך מיז נישט זיין קיין ראש (Rush) ס׳מעג נעמען אפאר וואכן … געב זיי גענוג צייט זיי זאלן עס קענען איבער טראכטען… אין זיי זאלן זיין דער וואס מאכט די לעצטע דיסישען…
אין בכלל די וועג וויאזוי ס׳איז איינגעפירט אין די סיסטעם וויאזוי די בעשוי גייט צו מען זעצט זיך אוועק ביי א גראבע ברייטע דיינינג רום טיש כרחוק מזרח ממעריב פין די אנדערע זייט זעהט מען א קאפ זיך ארויסשטעקן … מען הייבט אן שמיעסן… א גיטן ווי ארבייט איר … ביידע דארפען זיצען גראד אין מען דארף שמיעסן שטיל ווייל די טאטע׳ס אין מאמע׳ס זיצען גלייך נעקסט דאר אין קיטשען… אין נאך א האלבע שעה קימט איינער פין די טאטע׳ס אריין נא! מ׳האט גיט געשמיעסט?
אין ביידע ענפערן שעמעדיג אין צומישט יא…
אין די טאטע זאגט שוין אקעי לאמיר ערשט א אהיים גיין אין מען וועהט שוין זעהן …
שוין גיטע נאכט גיטע נאכט…
שוין מען קימט אהיים פרעגט די טאטע נא? וואס זאגסטע? איך האלט אז ס׳איז א מורא׳דיגע זאך פאר דיר…
איך האלט אז ס׳קען נישט זיין בעסער זאלסט עס כאפן מיט ביידע הענט
אין די בחור/מיידל שטייט אינגאנצן צומישט אין מען מיז מאכן יעצט גלייך א דיסישען….
אפילו די בחור וועט ענפערן יא מיינט נישט אז ער איז זעכער אז ער וויל טאקע ער איז פלעין צומישט…
אין די סיסטעם פין בעשוי׳ס איז א פראבלעם… אין יא די ליטפישע וועג פין דעיטן איז אין א געוויסע זין בעסער…
מאנכע טענען אז ביי די ליטפישע איז דא סאך מער גיטן ווי ביי די חסידישע…
וויל איך פרעגן ווער האט עס געציילט אז זאלסט קענען זאגן אלץ א פאקט אז ס׳איז דא מער גיטן ביי די ליטפישע???
איז דען דא איין רב וואס איז אינוואלפט ביי אלע גיטן פין כלל ישראל וואס זאל וויסן וויא ס׳דא מער גיטן???
אין לאמיר זאגן ס׳איז טאקע דא מער גיטן לאמיר שוין זאגן אז יא מיינט עס נאך נישט אז די חסידישע זענען מער העפי מיט זייער שדוכים… נאר וואס דען ביי די חסודישע איז עס א מורא׳דיגע בושה זיך צו גט׳ן מ׳גייו ענדישער זיך הרג׳נען מיט די ווייב טעג נאך טעג וויא זיך גט׳ן..
סא לאמיר שוין זאגן אז ס׳איז טאקע דא מער גיטן ביי די ליטפישע איז עס נאר וועגן בושה, ס׳מיינט נאך נישט אז דעיטן איז א שלעכטע וועג…
אין לאמיר עס צולייגען וויפעל מאל הערט מען ביי די ליטפישע אז א קאפל האט זיך סעפערעידיט 3 חדשים נאך די חתונה?
כמעט קיינמאל… אין ביי די חסודישע האלט מען עס אין איין הערן …
פארוואס הערט מען עס כמעט נישט ביי די ליטפישע?
ווייל די ליטפישע קענען זיך פאר די חתונה זיי ווייסן אין וואס זיי גייען אריין אין ווען מען סעפערעידיט זיך שוין יא איז עס נאר וועגן אנדערע סיבות… צו איינער האט געהאט שלעכטע מידות וכו׳ וכו׳
אוואדאי ביי א דעיט קען מען אויך נישט אלעס זעהן… מען קען נישט זעהן וויאזוי די מענטש ריעקט ווען איינער רעגט איהם אויף מען קען נישט אלעס זעהן. אבער מען קען כאטש זעהן צו מ׳איז די זעלבע טייפ די זעלבע פרום… די עיקר צו ער וואלט געוואלט האבן א רילעשנשיפ מיט איר … אדער זי מיט איהם…
וויפעל מאל הערט מען ביי די חסודישע אז… איך האף אז ביי שמואלי גייט זיך אלעס אויסארבייטן גיט ווייל מיין שוועסטער זאגט מיר אז זי איז געהעריג א פרומע מיידל זי איז בכלל נישט אזוי ווי איהם…
אדער זי איז בכלל נישט אזא פרומע מיידל אזוי ווי איהם זי איז א פלעינע נארמאלע מיידל, איך האף אז ס׳גייט זיין שלום דארט…
ביי אינז גייט עס… די טאטע קאלט אן די מגיד שוער אז איינער גייט דיך פרעגן אינפארמעשאן זאג אז ער איז א לערנער… אין די בוחרים לערענט מען אויס אז מען דארף זאגן נאר גיטע אינפארמעשאן אז ער לערענט א גאנצן טאג אין אז ער גייט זיצן פינף יאר כולל…
איי די בחור איז בכלל נישט ערענסט אין זעכער נישט קיין לערנער… אבער ס׳וועט זיין גיט ס׳וועט זיך שוין אויסארבייטן… אין מען מיירעט איהם אריין מיט א כלה וואס אינספעקט פין איהם ער זאל לערנען…
אין וואס געשעהט נאך דעם … די ווייבל איז מלאך תענות אז די מאן האלט נישט דערביי… אין דעמאלס איז שוין דא פראבלעמען..
בקיצור די וועג וויאזוי די שדיכים גייען צו איז זייער שלעכט יעדער ליידט צום סוף פין דעם סיי די מחותנים, ווען מען זעהט ס׳דא פראבלעמען נאך די חתונה אין פארשטייט זיך אז די קאפל ליידט זעכער פין דעם
נו סא וואס קען מען טאקע טיען עס צו פארעכטן?
מען קען דאך נישט מאכן אז די חסודישע עולם זאל אנהייבן דעיטן….
נאר וואס דען.. אינז דארפען פרובירן אינער בעסטע וואס אינז קענען טיען אז אינזערע קינדער זאלן זיין העפי…
צום ערשט פארוואס דארף א בעשוי זיין אין א דייניג רום? פארוואס קען עס נישט זיין אין א שטילע פארק?
די טאטע אין מאמע זאלן ברענגען די בחור אין די מיידל צו א שטילע פארק ווי מענטשען דרייען זיך נישט אין די טאטע אין מאמע זאלן זיך אראפזעצן אין א זייט אין לאזן די בחור אין די מיידל ארום שפאצירן רוהיג…
אין מען זאל זיך אויסנעמן פין פארדעם אז מען גייט מאכן מער ווי א איין בעשוי אין מער ווי צוויי, סזאל זיין מינומים פיר בעשויס אין די יעדע בעשוי זאל זיין אפגעריקט מיט אפאר טעג…
ס׳זאל זיין אן קיין פרעשור פין די עלטערן… סאיז בכלל נישט זייער ביזנעס צו אריין רעדן אין א ענין וואס באלאנגט פארן קינד
אין בכלל די גאנצע שבת׳דיגע אנגעטיאכטס דארף נישט זיין, די בחור זאל קענען ארום וואקן מיט די וואלנע ציצות אין די מיידל מיט א שיינע וואכענדיגע קלייד…
ביי די בעשוי זאל מען מען נישט עקטן מען זאל זיין אפען אין זאגן זאכן פין זיך. למשל וואס מען האט ליב צו טיען וואס מען אינזשויט צו טיען מען זאל זיך נישט טרייען צו מאכן פרימער וויא מען איז עכט… מען דארף זיין אפן… ס׳זאל זיין נארמאל צו זאגן אז איך וואלט נישט געוואלט זיצן צו לאנג אין כולל אדער איך וויל בכלל נישט זיצן אין כולל…
פארוואס זאל מען פאפן?? וואס איז די פאפעריי א קאפעל דארף באמת מעטשן אן קיין פאפערייען אז ס׳מעטשט!!
אין די עיקר איז אז זיי דארפען זיך ליב האבן אין נאך דעם קען מען מאכן לחיים…
די תורה פארלאנגט עס!! די אייבערשטער וויל אז א מאן אין ווייב זאלן זיך ליב האבן… ס׳שטטייט נישט אין די תורה אז די עלטערן דארפען זיין צופרידן פין די שידוך…
ס׳איז שוין גענוג געוועהן !! ס׳איז שוין געוועהן געניג סעפערעישאנס וועגן דעם!!! די באשעפער האט זיך געלאזט אויסמעקן זיין נאמען וועגן שלום בית…
איך האף אז מענטשען וועלן פארשטיין דעם ענין אין מען וועט טיען צום זאך!!!
Share